Tuesday, January 5, 2010

!פנימי - לאנ"ש והתמימים בלבד

ציור של כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע בשעת יחידות

געמאלען דורך ג'קי ירחי

טייערע אנ"ש און תמימים


!עבר קיץ כלה חורף ועדיין לא נושענו

ס'איז שוין מער ווי פופצן יאהר וואס אונזער רבינ'ס ליכטיקן, הייליקער צורה זעהט מען נישט

די קינדער האדעווען זיך ווי פרייע פייגעלאך, אהן א פאסיקן הדרכה, און אפטמאל קומט די הדרכה פון די גאס וכיוצ"ב. אלץ א טאטע פון עטליכע קינדער קע"ה קען איך אייך זאגן אז ווען עס קומט צו עניני חסידות, התקשרות וכדו' קומט מיר אהן זייער שווער צו "פרעדיקן" צו מיינע קינדער וועגן רבי'ן. דער אמת איז אז די פראבלעם איז נישט נאר מיט מיינע קינדער, און נישט נאר מיט קינדער בכלל, נאר גאר מיט די ערוואקסינע, און אפילו נאך מיט די עלטערע חסידים. אזא עולם ווי ליובאוויטש, וועלכע האט די לעצטע 60 יאר געטוהן אלץ נאר ווי די רבי הייסט, איז שווער היינט אנגיין אהן קלארע הדרכות ווען עס מאכן זיך נייע פראבלעמן. יא, כ'ווייס אז די בריוו רעדן פון אלערליי פראבלעמן און פון כל צרה שלא תבוא, אבער פארשטייט איר זיכער אז נישט יעדער איינער פירט זיך קוקען אין די בריוו פאר יעדן שריט און טריט. איך רעד נישט פון די גורל האגרות קודש, נאר איך מיין אז מ'טוט וואס מען וויל און ווי מ'וויל, איש כל הישר בעיניו יעשה, וד"ל. די "רוח" השעה איז נישט ווי עס דארף צו זיין. היינטיקער צייטן איז אסאך געשמאקער פאר א יונגער בחור אדער מיידל נישט צו זיין א חסידישער, און דאס איז נאך איידל גערעדט. א קרייז וואס האט זיך אזוי שטארק פארלאזט אויף א מנהג - שלא כמנהג חב"ד מקדמת דנא - האט נאך ביז היינט נישט איינגעארדענט א נייער צוגאנג צו דער נייער מציאות. איך אליין האלט אז די זארג - עכ"פ ביי מיר - הייבט זיך אן הערשט ביי מיינע קינדער, ד.ה. אז איך אליין האב גענוג געזעהן און געהערט אויף צו נישט זיך לאזן ווערן פארשלעפט מיט די כוואליעס און ווינטן פונעם טאג. אבער וואס טוט מען אז די קינדער האבן קיינמאל נישט געזעהן? פון וואנעט וועלן זיי נעמן דאס געפיל? איך אליין קען נישט און אפטמאל וויל איך נישט אז ----------יענער זאל עס טוהן. נאר איין ג-ט אין הימל ווייסט


נאר ענטפערס אין אידיש וועלן דערלאזט ווערן אין דעם אשכול

נכתב ע"פ בקשת רבים שרצו לראות יותר "תוכן חב"די" כאן בבלוג


36 comments:

  1. kannst du translate fur die Modern O Lubies.

    ReplyDelete
  2. פארוואס דער שרייבער פון דעם 'פאסט' זאל ניט אויספירען און זאגען קלאר וואס ער איז מציע אלס א תקנה צו דער מצב וואס ער באשרייבט

    ReplyDelete
  3. איר האט רעכט, בערל
    איך דארף צולייגן אז דס איז חלק א' און אז איך האב אפשר ניט קיין עצה

    ReplyDelete
  4. נו, לא מיר ווארטען אויף חלק ב

    ReplyDelete
  5. .נו שוין

    איך מיין אז ס'איז העכסט צייט פֿאַר חאַבאַד (יא, א נייע ווארט) צו קלייַבן אַ נייַע פירער.

    ?נישט אַזוי

    איך מיין אז ס'איז אַ גוטע עצה פֿאַר איר צו פּאָסטן אַ לינק צו "גוגל זעץ" פֿאַר די וואָס דאַרפֿן הילף.

    מייַן מאַמע לשון איז ייִדיש, גראַדאַ, אָבער איך קען דאָס נישט דרוקן אויף די קאָמפּיוטער.

    ReplyDelete
  6. Hirshel, I don't have hebrew fonts so if u insist on yiddish, translate it for me.

    We all have this problem and the Rebbe gave us the solution.
    Asei L'choh Rav
    Check the sichos of summer 5746 how a person should choose a rav/mashpia. It is laid out very clearly and if we follow it, our lives will become much easier and our kids will be able to relate the way they should, without the outside noise.

    ReplyDelete
  7. Tzig my friend, please translate the following into Yiddish:

    This is how it was in the days of the Shoftim. A shofet would die and there would be anarchy for a while until the next Shofet came along

    ReplyDelete
  8. כ׳מײן אז װעגן דער הײנטיקער מצב‚ חסידות חב״ד בכלל האט אסאך צו לערנען פון דער היסטוריע און אנטװיקלונג פון חסידות ברסלוב (הגם ס׳דא גרויס חילוקים) .װאס פאסירט יעצט אין חב״ד מיט די משיחיסט׳ן וכדו׳ אזעלכע מישוגאס׳ן איז זײער שלעכט פאר דאס האדעװאניע פון א קינד אויב מ׳װיל ער זאל אשטיקל נארמאל אויפװאקסן.

    ReplyDelete
  9. אויף צו קענען ריכטיק לעבן דאס היינט, דארפסטו קלערער פארשטיין דעם נעכטן.
    דו שרייבסט אז א קהילה האט זיך געפירט 60 יאהר לויט דעם רבי'נס הוראות.
    צום באדויערן איז דאס לא הי' ולא נברא.
    א סך הנהגות וכו' אין חב"ד אין די לעצטע 60 יאהר זיינען בפירוש ניט געווען לויט'ן רבי'נס הוראות.
    פארשטייט זיך אז נאך ג' תמוז האט דער איש הישר בעיניו יעשה געקראגן גאר אן אנדערער פשט.
    -ניטפיקע"ר

    ReplyDelete
  10. ליקוטי שיחות חלק כ"ו פרשת שמות שיחה א... וד"ל

    נישט צו זאגן אז אלץ וועט זיין פארשטאנדיק אבער אביסל ביטחון דארף מען האבן.

    פאר דיר האב איך איין עצה. פאר מיט דיינע קינדער יעדער וואך צום אוהל. באוויז זיי אז סאיז שייך צו זיין מקושר היינט

    ReplyDelete
  11. אבער צום סוף, ווען דער שופט איז געקומען פון אן אנדער שבט, האט מען נאך אלץ אנגענומען
    וד"ל

    ReplyDelete
  12. אלע מאדערן ארטאדאקס "ליוביס" זאלען גיין פייפן

    ReplyDelete
  13. הירשעלע
    האי גברא נמי בהאי פחדא יתיב!
    אז מען וויל אז א קינד זאל זיין א פרומער איד, דארף מען זיך אליין פירן ווי א פרומער איד. א-ניט וועט ער נאר זאגן אנדערע צו זיין פרום. אז מען וויל אז א קינד זאל זיין מקושר צום רבי'ן דארף מען אליין זיין מקושר צום רבי'ן. מען דארף לערנען חת"ת, רמב"ם, גיין אויף מבצעים, לערנען דעם רבי'נס שיחות און מאמרים וכו' וכו'.
    און עס איז ניט גענוג דאס טאן נאר דער קינד דארף באמערקן אז מען טוט עס און עס רירט אן. למשל פאר פורים רעדן וועגן מבצע פורים אז איך מוז געפינן א וועג צו טאן אין דעם. דערמאנען אז איך דארף לערנען א שיחה, א מאמר, און בכלל קאכן זיך אין דעם רבי'נס ענינים.
    בנוסף צו דעם איז א פ"נ מזמן לזמן, און טאקע נעמען די קינדער אויפן אהל, און סתם אזוי אפאר זודיקע קאפיטלאך תהילים א דבר מועיל ביותר.
    איך פיר זיך אז פאר א יום הולדת ביי מיינע קינדער נעם איך דעם קינד, אליין אן די ברידער און שוועסטער, אויפן אוהל.
    איך ווייס ניט די עלטער פון דיינע קינדער אבער עס דוכט זיך מיר אז צבאות ה' האט א נייע פראגראם פאר ילדי אנ"ש וואס קאן אויפטאן אין דעם.
    והעיקר דער אויבערשטער זאל אונז אלע בענטשן אז דער רבי זאל האבן נחת פון אונזערע קינדער און פון אונז אויך.
    מענדל

    ReplyDelete
  14. Sorry, my computer currently has no Yiddish capabilities.
    I'm at as big a loss as the next person on how to ensure that the young people hold on to their faith. It's a sad situation. Heartbreaking to see what our children will throw off that our grandparents had great mesiras nefesh and died for.

    BTW, who is the creator of this sketch?

    ReplyDelete
  15. מענדל,
    אויסער דעם ענין פון חינוך און הדרכה פון דעם יונגען דור (וואס דו ענטפערסט גוט, כאטש ניט אין א פולן וועג), הירשל האט דא אנגערירט א שווערערע פונקט - ווי גייט מען צו צו נייער מציאות'ן או וואס דארף זיין אונזערער קוק אויף די אלע פראגעס שלא שיערם אבותינו?
    און דא מוז מען גדענקען אז דעם רבי'ןס צוגאנג צו די נייער פראגעס איז געווען א נייער, א פרישער, און קיין מאל ניט קיין איברגעקייטער און א צוגיקלעפטער (ד.ה. בפירוש ניט ווי מ'זעט ליידער פון רובא דרובא פון היינטיקע פירערס מבית ומחוץ)
    דאס פעלט אונז חסידי חב"ד און פעלט כלל ישראל - אין מנחם לה - און דאס איז א זאך וואס דיינער עצות רירען אפילו ניט אן

    ReplyDelete
  16. נאך א פונקט:
    דאס וואס דעם רבי'נס צוגאנג איז טאקע געבויט גיווען איוף שטארקער יסודות און איז עולה בקנה אחד עם דרך שאר נשיאי חב"ד האט מען אין יעד'ן פאל פארשטאנען נאר לאחרי דעם רבי'נס א הסבר. און פאר דעם הסבר האבען ניט די גדולי החסידים און ניט זיקני אנ"ש אין ניט די גרעסטער משכילים גיקענט געפינען אט דעם צוגאנג אין אלע ספרי חסידות חב"ד.
    עד"ז איז היינט

    ReplyDelete
  17. איר קענט אלע לאכן, אבער דער אמת איז אז היינט מאנט זיך פון אונז אז יעדער איינער זאל זיין סיי א חסיד און סיי א רבי - "עומק חסיד רבי"
    ואסיים בטוב

    ReplyDelete
  18. דער ארטיסט הייסט יעקב (ג'קי) ירחי
    פון נתניה, איז ער

    ReplyDelete
  19. ich mayn az bay dei schreiber alein s'felt a bissel in zayn emunah in dei Lubavitcher gleibin. Dos iz zeyer kuntig tzu dei tayareh leiners.
    uhn nuch ayn zach muz ich tzu laygen. layder, s'iz mehr vey fuftzin yuhr az dey anshey chabad feirt zich k'tzoin bloh royah.
    Mir duch zach az dos iz a maysah fuhn ibber fineph uhn zibitizk yuhr, bi'erech.

    ReplyDelete
  20. רבי הערשעלע

    דער קאָצקער האָט אַזױ געזאָגט: טוט´ס ענק אָן קרױט אױפן קאָפּ און שרײַטס אױף די דעכער "געוואַלד די וועלט שטינקט" !! יאָ יאָ ס´איז אַ חושך כפול ומכופל, ניט נאָר אין חב"ד נאָר גאַנץ חסידות דראַפעוועט זיך אױף גראָדע ווענט

    מיר לעבן אין אַ צעשױבערטע צייט ווי אַלץ גייט מיטן פּוטער אַראָפּ אַן זאַלץ און אָן שמאַלץ צעקרישלט און צעברעקלט

    אפילו די פירער וואָס קאָנען זיך אױף די טל־ומטר אותיותלעך שאָקלען זיך נאָך און מאַלפּעווען װי קאַלטע גאַלערעטעס. די נשמה שטיקט אין קבר, ניט דאָ וואָס צו דערטאַפן ווייל אַלץ האָט פאַרלױרן איר ממשותקייט, אַשמדאי שטייט מיט זיינע גרינע הערנער און דער נאָז זײַנע ווערט לענגער און לענגער


    אַ נס מוז געשען! כדי די דערנער זאָלן ווידער ברענען דאַרפן מיר אַ רבין וואָס זאָל קאָנען צוריק צוזאַמפּאַרן מענטש מיט מענטש און מענטש מיט זיך אליין, מיר וואַרטן אױפן ריכטיקן משקה וואַס וועט אױפלעבן די טרוקענע ביינער פונעם מיתה־משונהדיקן טױט,

    מיר ווארטן אױפן ריכטיקן ניגון זאָל אָפּטרייסלען דעם וואָכעדיקן שטױב, דעם גלות הדעת, די מרה שחורה מיט אלע שלעק

    הכותב בחפזון דמצריים
    אברבנאל

    ReplyDelete
  21. yasher koach far di post! Es iz shoin tzeit tzu tohn lemaiseh. In Gan Eiden vet men maskim zein.

    ReplyDelete
  22. הירשל; יישר כוחך!
    די סארט דיסקוסיעס איז וואס האט מיר געפעלט ,א פאר קאמיטורס האבען געמיינט אז איך האב געמאכט חוזק אין מיין פריערדיגע קאמענטס אז א ליובאוויטש סייט מוז האנדלען נאר אדער בעיקר דער רעבען"ס ענינים.און נישט אז איך בין אזא צדיק וואס קוקט נישט אין אנדערע יידישע סייטס ,איך קוק יא פון צייט צו צייט אויף וואסאיזנייעס און אפ" אמאל אמאל אויף ישיבע וורלד דאט קאם.אבער עס דאכט זיך מיר אז קובע זיין א צייט צו ליינען א בוך פון א נישט ליובאוויטשער און כל שכן ביי א מנגד שוואכט אפ התקשרות אין רבינו, ובפרט ארטסקראל און פלדהיים וואס האבען פיינט ליובאוויטש און פאגיפטערען די יוגענט! מיר דארפען וויסען אז אין לנו אלא דברי בן עמרם!!

    ReplyDelete
  23. הירשעל, דו האסט געשריבען דעם פאסט?

    ReplyDelete
  24. מענדל און אנדערע וואס האבען געטעהנט וועגען די חשיבות פון גייען מיט די קינדער צום אהל,מיר דאכט זיך אז נישט מהדר זיין אין גיין אין אהל איז מין הסתם בעסער, קודם כל וייל דער מצב מיט צניעות דארף דארט א תיקון כידוע און צוויטנס בכלל ס"איז א נייע זאך צו גיין אזוי אפט אין אהל. און דאס וואס מען מאכט נאך דעם רב"ן איז קיין ראיה נישט רבישע ענינים איז נישט פאר אונז פשוטע חסידים.וידוע פתגם רבותינו "מאך דא ארץ ישראל"! און דער זעלבע דא "מאך דא אהל"!

    ReplyDelete
  25. Can someone (not necessarily as part of this posting) enlighten your technology-challenged readers how to get Hebrew oisios on the computer so that we can contribute. Thank You!

    ReplyDelete
  26. זלמן שרייבט ווילדער זאכן וועגן הליכה אויף דעם הייליק'ן ארט. במחילת כב"ת, דבריו אלו אינם ראויים ליחס אנושי

    ReplyDelete
  27. יענקי
    אוודאי האב איך עס געשריבן! ווער דען קען אזאנס שרייבן
    ?

    אבער די קליינקעפלדיגקייט וואס הערשט ביי דיר געפעלט מיר עפעס ניט

    ReplyDelete
  28. אזא גלעכטער און שפאס!

    "פנימי" נאר פאר אנ"ש דא גאר אין דער גרעסטער רשות הרבים! דאס איז שוין א נייער אבסורד, באלד וועט מען שרייבען גרויסע סודות נאר פאר אונזערע אויך אופען גרויסער גארער אינטרנט

    בכלל, ס'איז שווער צו פארשטיין די ציל פון דעם בלוג, סאיז שוין לאנג נישט געווען אזא ארט וואו אלע מחרפים און מגדפים געבען אויס זייער גאר קראנקע האס או פינט צו חב"ד און צום רבי'ן ז"ל, און כמעט לרוב איז דער אנפיהרער פנעם וועבזייטל גאנץ שוואך צו אפענטפערין די העצערישע פארשוואירענע גיפט וואס שפראצט ארויס פון זייערע מוזילעך און שליסעל ברעטליך

    ווידער, איז אפשר גאר די ציל דעמקארטיע, רעדין פרייהייט, די וועבזייטיל האט גאר געשמאק און אויפרייצען די געמיטער מיט קאנטרעווערסאולע דיסקוסיעס? ?

    ReplyDelete
  29. נו
    פארשטייט זיך אליין אז די ווערטער "פנימי" וכו' איז געווען בדרך הלצה

    ReplyDelete
  30. זלמן
    במחילת כת"ר דו פלוידערסט.
    וכידוע וואס דער רבי האט געזאגט (כמדומני בנוגע גיין ר"ח) אז עס ווענדט זיך ווי מען גייט. אויב מען פילט אז דער רבי האט זיך נאר גערוקט אפאר בלאק אדער מען מיינט אז עס איז געווען א שינוי וד"ל.
    בערל
    אויף דעם איז דא די הוראות פון רבי'ן אין באוואוסטן שיחה.
    מענדל

    ReplyDelete
  31. Mendel,
    Dacht zech mir az ir zaynt megashen divrei Rabeinu, kima'at azoi vi di vildeh chayes mit di geyleh fonen.
    Vehr ess nemt dee dvorim kipshtom, tzum sof leykent az si'z given ah histalkus,oon vayter heybt ehr ohn leykenen zachen vohs groben unter ikrei emunah.
    Tzveitens, vee ich hob freer gezogt az der matzev mit tznius darf ah tikun, umimeilah yotso sechoro behefseido.
    Umsaymim betaiv.

    ReplyDelete
  32. Zalmen
    Men hut getin beim ohel di merste vos me kun in de hinzicht fun Tzenies, es iz fort nisht Toldos Aron, In oib far eich falangt zich merer, den badarft Ihr zech unterzichen bie a dokter

    ReplyDelete
  33. זלמן
    וכי מפני השוטים יאבד עולמו?
    מענדל

    ReplyDelete
  34. Taiyere Reb Hirsh sheyihye,
    Icy bin fun dem yungen dor un ich zog aich az ess brent yeh a faierdiken hiskashrus, ober shtillerhait. Tzuvishen maine chaveirim, men fregt baim Rebbe'n vos tzu tohn, men bakumpt entfers un oib nisht zitst men in fregt vos iz der Rebbe's shiteh. Grade, men tut es ofterhait durchen igros, ober der Rebbe is doch a groiser in er ken entferen oich durch dem igros.
    Vi a kluger mentch hot amul gezogt, di yiddin hoben shoin amol geklogot vos vet zayn mit unzere kinder, un men hot zei geentfert "pigreichem...., vetapchem asher omartem levaz yihiyu, heim yirshu ess hooerets''.

    ReplyDelete
  35. הירשעלע
    וואס דער סתם א קינד שרייבט איז אמת. גיי אריין אין א ישיבה און פארבריינג מיט די בחורים וועסטו קלייבן נחת.
    מענדל

    ReplyDelete

Please think before you write!
Thanks for taking the time to comment
ביטע טראכטן פאר'ן קאמענטירן, און שרייבן בכבוד'דיג, ווי עס פאסט פאר אידן יראי השם

ביטע נוצן עפעס א צונאמען כדי דער שמועס זאל קענען אנגיין אויף א נארמאלן שטייגער

Please, no anonymous comments!!