גייט א טענצל מיט א "משיח'יסט" ערגעץ וואו
טא, וואו דען פארט זי און וואס דען טוט די ציג אויף דאטשע? זי גייט דארט וואו חסידישע אידן און אידענעס גייען, אויף די גלייכע בערג כאפן פרישע לופט. די ציג וויל אויך געניסן פון די פרישע לופט בכדי צו קענען איינזאפן כוחות אויף די הייליגע טעג הממשמשים ובאים. וואס פרעגט איר? פארוואס איז די ציג א "זי?" טא, וואס דען איז א ציג? א מאנסביל ציג איז א צאפ, כידוע ליודעים. און פארוואס טאנצט די ציג מיט א משיחיסט דוקא? כ'ווייס? אפשר איז ער דער איינציקער וואס האט מסכים געווען מיט מיר טאנצן. אין יעדענספאל אזוי איז די מעשה, און אויף א מעשה פרעגט מען נישט קיין קשיות. תשעה באב איז אריבער און כ'קאן זאגן אז ס'איז געווען גאנץ א "תוכן'דיגער" פאסט-טאג. געזאגט דעם גאנצן איכה און קינות ווארט ביי ווארט. נישט גערעדט קיין סאך לשון הרע, און בכלל געטראכט וועגן אהבת ישראל און דאס גלייכן. בכדי צו ערוועקן דער בענקעניש נאך דער בית המקדש איז די ציג געגאנגן זעהן א ווידעא פרעזענטאציע וועגן דער צווייטער בית המקדש פון איינעם פרידמאן. גאנץ א גוטער ארבעט, נאר די "נאראציע" וואלט געמעגט זיין אביסעלע העכער, קלארער און מיט א בעסערע שטימע. זעהט אויס אז דער ארויסגעבער האט אלץ געוואלט טוהן אליין און גארנישט אוועקגעבן פאר אן אנדערען. איז געווארן אז די בייגעלייגטע מוזיק איז געווען העכער ווי זיין שטימע און מ'האט זיך געדארפט שטארק אנשטרענגן צו הערן וואס ער זאגט. אויסער דעם איז אויך געווען צו פיל אינפארמאציע איינצוזאפן אויף איין מאל, בפרט נאך פאר אונזערע קליינע קעפעלעך. אבער ס'איז געווען זייער, זייער אינפארמאטיוו, ב"ה
In Nevel, Kurenitz, Bishenkovicz,Dokshitz, Paritch,Pleshnitz und azey veiter they used the word Bok for a male goat.
ReplyDeleteWhat they used in Slatufina Krechinef, Bishtina or Selicz I do not know.
א באק איז א גרויסע בהמה
ReplyDeletemore of a stag, no?
Slotfineh? Kretchniff?
oy gevald! I can just see my Bubbe's reaction when you lump her in with the Jews of those parts.
Shneur,
ReplyDeleteVoos mit Durna- Vatra?
How was informative, if you couldn't process the information?
ReplyDeleteit seems you have a problem processing info too...
ReplyDeleteinformative, but after a while you began to overload.
farshteyst?
When one overloads, they tend to forget everything.
ReplyDeleteSchneur,
ReplyDeletethey used the word Bok in the Unterlander region too, my parents used to grouch on me if you won"t learn "Vest Vaksen A Bok"
I watched the Project Inspire video on the net. It almost made me appreciate kiruv.
ReplyDelete"Bok" is presumably derived from the same Germanic root as "buck", a male deer or antelope. If true it begs the question; who was the chochom who decided that goat = deer? Even the Torah knows they're different.
ReplyDeleteWeinreich says bok is a goat . A deer is a hirsch or sarna like in Reb Yecheskel ZT"l.
ReplyDeleteWhile Yiddish is related to German it split off many hundreds of years ago. Its an independent language now.
כידוע דער ווארט אויף א בהמה א בכור. באק באק הייליק ביסטו אבער שטינקען שטינקסטו. שווער צו גלויבן אז דאס איז אויף א קו וכדומה. עס לייגט זיך בעסער אז עס רעט זיך וועגן א ציג כדברי שניאור.
ReplyDeleteמענדל
no review on r araleh koznitzer hyd?
ReplyDeleteWhat do you get when you cross a Meshichist with a "non-Mesichst"?
ReplyDeleteStam a Lubavitcher