Wednesday, September 22, 2010
פעטער וועלוול זינגט לכבוד סוכות
Another Version
א סוכה'לע א קליינע,
פון ברעטעלעך געמיינע,
האב איך מיר א סוכה'לע געמאכט.
באדעקט דעם דאך,
מיט א ביסעלע סכך,
זיץ איך מיר דארט סוכות ביינאכט.
באדעקט דעם דאך,
מיט א ביסעלע סכך,
זיץ איך מיר דארט סוכות ביינאכט.
- - -
דער ווינט א קאלטן,
וואס בלאזט דורך די שפאלטן,
עס לעשן זיך די ליכטעלעך פיל.
עס איז מיר א חידוש,
ווען איך מאך מיר דארט קידוש,
און די לעכטעלעך זיי ברענען גאנץ שטיל.
עס איז מיר א חידוש,
ווען איך מאך מיר דארט קידוש,
און די לעכטעלעך זיי ברענען גאנץ שטיל.
ביים ערשטן געריכט,
מיט א בלאסן געזיכט,
טראגט מיר מיין טאכטעריל אריין.
זי שטעלט עס אוועק,
און זאגט מיט גרויס שרעק,
טאטע'ניו די סוכה פאלט באלד איין.
זי שטעלט עס אוועק,
און זאגט מיט גרויס שרעק,
טאטע'ניו די סוכה פאלט באלד איין.
- - -
זיי נישט קיין נער,
האב נישט קיין צער,
זאל דיר די סוכה נישט טוהן באנק.
עס איז שוין גאר,
באלד צוויי טויזנט יאר,
און די סוכה'לע זי שטייט נאך גאנץ לאנג.
עס איז שוין גאר,
באלד צוויי טויזנט יאר,
און די סוכה'לע זי שטייט נאך גאנץ לאנג.
Being that today ,hai Tishrei, is the 200th yorzeit of Rabeinu Nachman ben Feige mibreslev,and being that the Rebbe liked a good 'GRAM' and liked an interesting play on words, perhaps i can use this post to say: Zchuso togein oleinu veal kol Yisroel,Omein.
ReplyDeleteהירשעלע
ReplyDeleteווער איז דער "פעטער וועלוול?
מענדל
Feter Vellvell lives in Sydney.
ReplyDeleteאזוי האט זיך מיך געדוכט. שוין העכער צוואנציג יאר וואס איך האב עם געזען.
ReplyDeleteמענדל
Velvel's eigene, oder s'hut a tate'n?
ReplyDeletesurprisingly haunting
ReplyDeleteזיי ניט קיין נער
ReplyDeleteshould be
זיי ניט קיין נאר
shkoyach
nitpicker
http://bahaltener.livejournal.com/67087.html
ReplyDeletemust be a lubab look at the small mezuza in the back
ReplyDeletehaaderes