Friday, March 11, 2011
בדחנים מחוסרי טאלאנט
הבדחן ר' חיים מענדל מערמלשטיין ז"ל
כ'בין נישט לאנג צוריק געווען אויף א חתונה אין גלילות מאנסי, יע"א, נישט אז מאנסי איז אנדערש פון בארא פארק אדער אפילו וויליאמסבורג. יא, יא, ס'געשעהנט אין די שענסטע משפחות אז מ'דארף אמאל זיצן ביז ס'טאגט ביי א חתונה פוו א נאנטען קרוב, און הערן ווי אן אזוי-גערופענעם "בדחן" רעדט פאר פייער און פאר וואסער און זאמעלט "שבת" געלט. צום קבלת פנים בין אנגעקומען שוין נאכ'ן "בדחנות," אזוי אז איך ווייס נישט וואס דארט איז געווען, אבער לויט ווי עס האט זיך אויסגעלאזט ביי די "מצוה טאנץ" פארשטייט מען שוין אליין ווי דער התחלה איז געווען. וואס מיין איך דא צו באדויערן? גאר פשוט.
אמאל האט מען געקענט אויסהאלטן זיצן שעות לאנג ביי די מצוה טענץ ווייל מ'האט געוואוסט אז ס'וועט זיין וואס צו הערן. ס'וועט זיין צו וויינען און צו לאכן. היינט איז אלץ אזעלכע לידעלאך, גימטריאות און שבחים וועלכע הערן זיך אהן ווי הספדים, און אלץ מיט'ן זעלבען מרה שחורה'דיגע ניגון. דער אינגערמאנטשיק שטייט מיט'ן צעטאלע אין די האנט און דערמאנט זיך וואס צו זאגן יעדער פאר מינוט. וואן איז אזאנס געהערט געווארן?
וואו זענען די אמאליגע בדחנים? פארוואס האט מען נישט אויסגעלערנט דעם טאלאנט פאר כאטש א פאר אינגעלייט אזוי אז ס'זאל נישט "שייבוש המעיין" און "יקצץ האילן"? צו האבן זיי מורא געהאט אז מ'וועט זיי גנבנ'ען די פרנסה? יארמער רב זאגט אז זיין א רבי איז אסאך גרינגער ווי צו זיין א בדחן, הבא ראי' אז בדחנים'ס קינדער ווערן (לאו דוקא) בדחנים. איז א ראיה אז צו זיין א בדחן דארף מען קענען....
ס'איז איינס פון די ביידע: אדער מ'קען פשוט נישט, אדער מ'האט מורא צו זאגן א גלייך ווערטל. מ'האט מורא אז מ'וועט יענעם באליידיגן אדער אז די רבנים וועלן שרייען און אסר'ן. און דא האט מען נאך גערעדט פון קארגע 2 וואכן פאר פורים, שוין נאך ר"ח אדר ב'!, און נישט קיין איין גלייך ווערטל פונעם אזוי גערופענעם בדחן! שומו שמים! עד מתי וועט דער עולם דאס צו-לאזן? ס'איז באו מים עד נפש, רבותי. אז מ'דארף אפזיצן א גאנצע ביי א שוואגער'ס חתונה און הערן ווי מ'לויבט די עלטער פעטער'ס זיידע פון באידאנאנאש וועלכע איז אוועק ביי די קריג, און מ'פארפאסט א האלבען טאג ארבעט אויף מארגן, מעג מען כאטש שמייכלן אביסל אויך. און טאמער קען מען נישט קען מען טוהן איינס פון די ביידע: גנבנ'ען פון די רידער'ס דיידשעסט אזוי ווי חיים מענדל האט געטוהן, אדער זיך לערנען אן אנדערע פאך! א שוסטער וועלכע קען נישט לייגן א לאטע אויף א פאר שיך דארף צונעמן צו זיך אין געשעפט איינער וואס קען, און טאמער קען דער בדחן נאר גארמען זאל ער נעמן א שותף א וויצלער, און צוזאמען קענען זיי מאכן א מצב. איי, ער וועט זיך דארפן טיילן מיט א ביסל געלט? נישט געפערליך. ער וויל נישט? זאל ער זיך לערנען וויצלן אביסל. שוין גענוג געווען מיט די עגמת נפש וואס מ'מאכט פאר מענטשן.
! רעוואלוציע יעצט
we need lots of fun that is funny
ReplyDelete-The Cat in the Hat
I agree wholeheartedly. I've heard talented badchonim and no-talent hacks. the latter make the Mitzvah tants excruciating.
I second your call to arms.
ReplyDeleteDoes anyone have a recording or clip of Chaim Mendel? A search on YouTube doesn't turn up anything.
Since we're talking about badchanim and Rebbeim could someone explain the broomstick dance featured in the JP recently? I,too, have often dreamt of such a "bezhem" tentzl...
ReplyDeleteit is some voodooism that got into the backdoor of yidishkiet.
ReplyDelete---- yet today it's one of the "foundations" thereof
ReplyDeleteif you don't do a Mitzvah Tantz plus badchen you're a shvache Jew
and by the sheine Yidden you need to have by all the 14 sheva broches as well...
go figure.
Hirshel,
ReplyDeleteDer bezhem iz eich a foundation of Hasiduth?
uchony
ReplyDeleteקרוב ליסוד
The brom dance and dance of the Mizhinke is derived from the Yiddish theatre . Thats the only source I could ever locate
ReplyDeleteפון לענגער פלעגט א מארשאליק זאגן וויצלעך ועוד ביי די חתונה סעודה.
ReplyDeletevos iz teitch "marshalik?"
ReplyDelete