'חלק א
איינער פון די רבנים אין די ישיבה וואו איך האב געלערנט, איז אמאל געגאנגען מיט זיין פאטער, א געראטעוועטער פון די
מלחמה, א געבליבענער פון די לאגערן, כדי צו באקומען א געוויסע קצבה פאר ניצולי שואה. ווארטנדיג דארטן, צווישן אנדערע ווי איהם - אלטע אידן, שארית הפליטה - ווערט בא איהם, בא דער פאטער, די פנים בלאס, אין די הענט הייבן אהן ציטערן. "וואס איז געשעהן, טאטע?" פרעגט בא איהם זיין זון, מיין רב."זעהסט איהם?" ווייזט ער מיטן פינגער אויף אן אנדערן איד'ן דארטן, אן אלטער ווי ער. "זעהסט איהם? איך געדענק איהם. איך געדענק איהם גוט. ער איז געווען מיט מיר אין לאגער. א קאפו. א קאפו איז ער געווען. און נישט סתם א קאפו - איינער פון די גרעסטע אכזרים צווישן זיי!"זיין זון, האט שוין געוואלט אויפשטיין, שרייען, מבייש זיין אים, ווי אזוי קען דאס זיין? ער? זאל ווארטן צוזאמען מיט אלע? גלייך ווי אלע? גלייך ווי זיין פאטער?!אבער זיין פאטער, האט אים נישט גלעאזט. שטילערהייט, האט ער געזאגט -"ס'איז נישט מיין נקמה צו נעמען, און ס'איז נישט מיין מחילה צו געבן. ער וועט באקומען וואס עס קומט אים, פון אים" האט ער געזאגט, ווייזנדיק מיטן פינגער כלפי שמיא.און ער איז געבליבן זיצן שטילערהייט, מיין רב'ס פאטער. ווארטנדיג, גלייך ווי אלע.
נעכטן האבן מיר געמאכט אן אינטערוויו מיט אברהם ישעיהו הענדלער, אדער ווי ער איז מער באוואוסט - ארקאדי גענדלער. ער איז א איד פון אונדזערע קהילה אין זאפאראזשע, אוקראינע, 91 יאהר אלט, און מיר האבן געוואלט א ביסל הערן וואס האט ער צו דערציילן וועגן ימים-נוראים פון זיינע יונגע יאהרן. ער איז געבוירן געווארן אין סאראקע, באסאראביע. היינט - דרום אוקראינע. יעמאלט - רומעניע. גוי'איש האט ער געלערנט ווען ער איז געווען צוונאציג יאהר אלט. ביז דאן, האט ער גערעדט נאר אידיש. דער אינטערוויו איז געווען אויך כמעט גאנץ אויף אידיש, און א טייל אויף רוסיש. ברענג איך אייך דא א פאר מעשה'לעך, וועלכע איך האב געהערט פון אים ערשט נעכטן. האט הנאה. איך וועל דאס ברענגען אויף העברעיש, ווי איך האב עס געשריבן אויף מיין פייסבוק.
א. הוא זוכר שבבית-הכנסת בנערותו, הנשים לא ממש ידעו לשון-הקודש, ולא תמיד ידעו היכן אוחזים בתפילה. כאשר הגיעו !לתפילת 'ונתנה תוקף', הרים הגבאי את קולו וצעק לכיוון עזרת הנשים -"ווייבער, וויינט"
ב. הוא הגדיר את אביו כך: "מיין טאטע איז נישט געווען א רעליגיעזער. שבת האט ער געהיט, געגעסן נאר כשר, יעדער טאג
האט ער געדאוונט מיט טלית ותפלין, סוכות ס'איז געווען א סוכה, חנוכה האט מען אנגעצונדן חנוכה-ליכט, פסח איז געווען א סדר, און פורים האט מען געטרונקען וויין און געגעסן המן-טאש. אבער א רעליגיעזער מענטש איז ער נישט געווען"....
ג. הוא סיפר על סבו, שהיה קאנטוניסט שהתחתן בגיל 55, הספיק להביא שמונה ילדים לעולם, והאריך ימים עד גיל 108. אביו של אותו קאנטוניסט, היה יהודי שחכר אדמה מפריץ, כמו הרבה יהודים אז, שלא יכלו להחזיק אדמה ברשותם עקב גזרות המלוכה, אלא רק לחכור מהפריץ. יום אחד, הפריץ קרא ליהודי שלו, ה"עלטער זיידע" של היהודי איתו שוחחנו, כדי לדון איתו במצב העסקים והאדמות. כשהגיע היהודי, אחז הפריץ באמצע ארוחת-הצהריים. הפריץ ביקש ממנו להמתין עד שיסיים את ארוחתו, ובינתיים הציע לו להצטרף אליו כשהגיש לו צלחת בשר מהבילה. היהודי התנצל, ואמר לו שכיהודי שומר מצוות, אסור לו לאכול את הבשר הזה. הפריץ בתגובה, העביר לו צלחת עם 'ווארעניקעס' (מין מאפה ממולא, פעם בתפוחי-אדמה, פעם בגבינה, וכדומה). היהודי שוב התנצל, ואמר שגם זה אסור באכילה עבורו, עקב אמונתו. הפריץ בתגובה לזה מזג לו כוס יין משובח, ואמר שהוא מקווה שלפחות יין מותר לו לשתות.. היהודי שוב התנצל, ואמר שגם זה אסור לו. הפריץ התעצבן, ואמר שנמאס לו מהחוקים הטפשיים של היהודים. "אם היית ביער, היו ניגשים אליך שודדים, מכוונים אליך אקדח, ומכריחים אותך לאכול - מה אז היית עושה?!"הסביר לו היהודי שזה כבר נקרא 'פיקוח נפש', והחיים מאוד חשובים ביהדות, לכן במקרה כזה היה מותר לו לאכול מן המאכלים הללו.הפריץ בתגובה, פתח את המגירה, הוציא אקדח, כיוון אותו אל היהודי ואמר לו - "שתה עכשיו מן היין!"ראה היהודי כי כלתה אליו הרעה, ושתה. לאחר ששתה, הניח הפריץ את האקדח חזרה במגירה, ואמר ליהודי - "אני מקוה שלא נפגעת ממני, סך-הכל התכוונתי להבהיל אותך, לא באמת התכוונתי לירות.."ענה היהודי: "לא, אדוני הפריץ, לא נפגעתי. רק חבל שלא הוצאת את האקדח בשביל הווארעניקעס"...
ד. (אחרון לע"ע) אין יענע יארן, ווי באוואוסט, זענען די שכנות'דיקע באציאונגען צווישן די נייע עולים פון מאראקא און רומעניע, נישט געווען אינגאנצן יום-טוב'דיג... געהערט האב איך איינער דערציילן, א וויזשניצער חסיד, איז געווען אין יענע יארן, א מגיד שיעור אין א בית-מדרש. זיינע צוהערער זענען געווען נייע עולים פון רומעניע. איין מאל האט אים איינער פון די רומענער, געפרעגט: רבי, זאגט מיר, די ציגיינער, זיי שטאמען פון אידן?"
Shkoiach, Keep them coming
ReplyDeleteיישר כח אוי געדענק איך די אידען ברענג נאך פון די מעשיות
ReplyDelete