Thursday, February 7, 2013

וועגן קאטשקעס און פירזאגערינס... - זכרונות פון די נישט ווייטע פארגאנגענהייט


















פון הרב מיכאל אוישי, א ליובאוויטשער שליח אין זאפאראזשע, אוקראינע  

די קומנעדיקע ווערטער האב איך געשריבן צו א חבר וועגן 'מיין שול', דער שול וואו איך בין אויסגעוואקסן אלס קינד. איך האף – און איך מיין טאקע – אז עס וועלן זיין דא א מענטש אדער צוויי כאטשיע, וואס זאלן דאס ליינען מיט גרויס אינטערעס.   

"איך געדענק נאך אזעלכע, אין שול .. אז דער אייבערשטער איז "געשטארבן מיט זייערע עלטערן, שוועסטער און ברידער, אין דער 'מאַלכוּמע'". אבער זיי פלעגן גיין יעדער שבת אין שול אריין, שבת'ע נאכט און שבת בא פרי. געדאוונט אלצדינג, פון אנהייבס ביזן סוף, און מלחמה געהאט אויף יעדער קליינשטשיקער מנהג אין שול, ווייל "דאס איז אונדזערע אידישקייט". איך געדענק די ווערטער ווי איך וואלט עס געהערט אט אצינדערט – "מ'דארף קענען. נישט זיין פאנאט – אבער קענען". די מענטשן, געדענק איך גוט. מיר האבן געהאט א גבאי, יענקל האט ער געהייסן, און 90 יאהר אלט איז ער געווען. א פוילישער איד, מיין איך. ער פלעגט פארמאכן די ווענטילאטארן אום ליל-שבת, נאכן דאוונען. און אז מיין טאטע האט אים א זאג געטאן – "יענקל, שבת!" פלעגט ער ענטפערן, קורץ און שארף – "ר' ברוך, דו צאלסט..?!" אז מ'רעדט שוין וועגן יענקל דער גבאי – ער איז געווען 90 יאר אלט, זינט איך געדענק אים – איך בין געווען 4 יאר אלט - ביז זיין לעצטער יאר – איך בין שוין געווען א ישיבה-בחור. אלעמאל, ער איז געווען "ניינציק יאר אלט"... איך געדענק נאך די 'פירזאגערין' – ווייסטו וואס איז דאס? ווייבער, פלעגן דאך זאגן 'תחינות'. אבער ליינען אידיש האבן זיי דאך נישט געקאנט... דערפאר האט די שול געהאט א מין 'חזן'טע' – זי פלעגט זיי אויסליינען א תחינה, יעדער תחינה לויט א בקשה. אזא מין חזן'טע האט געהייסן – א פירזאגערין. איר 'נאמען' איז געווען – 'מלכה'לע סאלדאט'. מסתמא אזא נאמען האט מען איר געגעבן ווייל זי האט זיך געפירט מיטן מאן און קינדער אלס גענעראל... די 'צערעמאניע' האט זיך אנגעהייבן בשעת'ן פתיחת-הארון – "אויסנעמיס" – אויף ווייבער-שול לשון. די מענער פלעגן יעמאלט ארויסגיין, רויכערן און רעדן (שבת, יום-טוב, ראש-השנה, נישט קיין חילוק. נאר אום יום-כיפור האט מען קיין ציגארעטל נישט געזעהן) און אינעווייניק, אין שול, זענען געבליבן נאר די "בערדישע" – די אידן מיט די בערד. 'חרדים'. יעמאלט זענען זיי געווען נישט מער ווי א מניין מיט א האלב, צום מערסטנס. די אנדערע פלעגן צוריק אריין קומען ווען ס'האט זיך דערהערט דעם 'יקום פורקן' – דעמאלטס פלעגסטו הערן פון דער אויסן "שוין, מ'הייבט אן". און די ווייבער, בשעת'ן פתיחת-הארון, פלעגן אנהייבן – "מלכה'לע, פאר מיין זון, ער דארף שוין האבן א כלה". "מלכה'לע, פאר מיין מאן, פלאצן זאל ער, אויף געזונט" – און מלכה'לע הייבט אן מיט די תחינות, יהי רצון אהין, יהי רצון אהער. און וואס מער געלט וואס מ'שטעקט אריין (שבת, יום-טוב, ראש-השנה, יום-כיפור, מאכט נישט אויס. בדנפשות – שאני) – וואס מער גיט מלכה'לע מיט געפיל און טרערן... און אז דיי ווייבער פלעגן שוין נישט זאגן, נייערט קוויטשען, פלעגט יענקל דער גבאי געבן א געשריי: "קאטשקעס, שאט'ס!" און איך, אפשר ביז מיין בר-מצוה, בין געווען זיכער, אז 'קאטשקעס' – הייסט 'ווייבער' אויף אידיש..





































דער הייליגער בעלזער רב זי"ע פלעגט ווארטען אז די אידענעס זאלען ענדיגן זאגען די תחינות בשעת פתיחת הארון

3 comments:

  1. ווי נעמט מען היינט אזעלכע אידן???

    און אזעלכע שרייבער ווי ר' מיכאל....

    ReplyDelete
  2. הערשל, זעהט אויס אז קיין סאך ליינערס פאר א זעלכע געשמאקע זאכען זענען אויך נישט דא.
    ידידך

    ReplyDelete
  3. ידידי

    ס'דא לייענערס, זיי זאגען אבער גארנישט...

    ReplyDelete

Please think before you write!
Thanks for taking the time to comment
ביטע טראכטן פאר'ן קאמענטירן, און שרייבן בכבוד'דיג, ווי עס פאסט פאר אידן יראי השם

ביטע נוצן עפעס א צונאמען כדי דער שמועס זאל קענען אנגיין אויף א נארמאלן שטייגער

Please, no anonymous comments!!