Sunday, March 3, 2013

הער, עופה'לע, דיבורים בלי קול


ס'איז געשען עפעס, אבער איך ווייס נישט וואס. מיין הארץ איז פארשטיינערט. מיינע אויגן, ברייט-אויפגעריסן, קוקן פארשטארט אויף א פונקט ערגעץ-וואו זייער ווייט אוועק. א ווינט האט א שאקל געגעבן א צווייגל, און אראפגעפאלן איז א נעסט, וואס א פויגל האט דארט, סטראטעגיש פארשטעקט צווישן בלעטער, אויפגעשטעלט. אינעם נעסט איז געזעצן א פיצל פייגעלע. דאס עופה'לע איז אזוי פיצל: איך ווייס נישט ווי אלט, אבער דאס אומבאהאלפן קוויטשן דערציילט, אז עס האט זיך ממש נארוואס אויסגעפיקט פון איי.

דאס פייגעלע האט זיך ביים אראפפאלן פון בוים נישט צעקלאפט. ס'איז אזוי פיצל, אזוי צארט-ווייך, אז דער פאל האט עס כמעט נישט געטראפן. דעם פייגעלע איז די וועלט אינגאנצן פרעמד. עס האט נאכנישט עספיעט זיך צו באקענען מיט'ן לעבן. עס ווייסט נאכנישט דעם חילוק פון טאנצן ביז טראסקן. דאס פייגעלע האט געשפירט א טרייסל ווען דער נעסט האט זיך אנגעשטויסן אין דער הארטער ערד. דאס אומשולדיג, קוים-געבוירענע באשעפעניש, קען אבער נישט דעם חילוק פון א לייכט ווינטל-גלעט ביז ברויזנדן ווינט-ווארף.

די מאמע איז נישטא. דער טאטע, אויך נישט. דאס עופה'לע ווייסט אבער נישט דערפון. עס האט נישט אנגעיאגט זיך צו באקענען מיט'ן פאקט, אז ווען עס קוויטשעט פאר הונגער, וועט עפעס א שוועבנדע וועזן עס זארגפעליג אנפיטערן. דאס פייגעלע האט קיינמאל נישט באקומען די געלעגנהייט צו זען די מאמע'ן זינגען צופרידן צום טאקט פון דעם טאטנ'ס פרייליך פלאטערן בשעת עס דערקוויקט זיך מיט ווייך-געווייקטע גראזלעך.

זיצט דאס פייגעלע אין אן אומבאקוועמער פאזיציע אויפ'ן ראנד פון א שיף-אומסטאבילן נעסט, און טוט די איינציגע זאך וואס עס קען: טשוויטשעט אין דער שטיל, אויף א ניגון וואס קיינער קען נישט...

*

איך וויל צו דיר, שעפעלע אן-א-נאמען, רעדן – נישט פאר לאנג: דו ביזט דאך נארוואס אנגעקומען. כ'קען נישט ביי זיך פועל'ן דיך אויפצוהאלטן לענגער ווי דיין צייט אויף דער וועלט. ס'איז נישט קיין יושר.

איך וויל דיר עפעס זאגן. איז, הער מיך אויס. מיין שטימע ציטערט טאקע; איז זי אבער איידעלער ווי די ליארמענדע סירענעס וואס האבן דיך אנטפאנגען פריער מיט א פּאר שעה.

מיט א פּאר שעה צוריק, האט עפעס א ווייסע, באפליגלטע וועזן דיר געוויזן בילדער פון דיין בעפארשטייענדן לעבן אויף דער וועלט. זי האט דיר געזאגט אז אלץ טייל פון דיין תיקון, וועט דיר אויף דער וועלט באטרעפן דאס שרעקליכסטע וואס קען נאר זיין. "דו, אלס נשמה, נאך פאר'ן אריינקריכן אינעם גוף," האט דער מלאך דיר געזאגט, שטיקנדיג זיך מיט טרערן, "פארשטייסט נישט דעם באדייט פון פארלירן ביידע עלטערן. ווען דו וועסט, גאר אין קורצן, אראפגיין אויף יענער וועלט דארט," האט דער מלאך דער נשמה געוויזן אין א געוויסער ריכטונג איבער'ן האריזאנט, "וועט דיר פעלן דאס טייערסטע וואס מען קען נאר דארט פארמאגן."

"אבער ..." דער מלאך האט זיך צעכליפעט. "אבער ... איך קען דיר גארנישט זאגן. דא זענען נישטא קיין טאטע-מאמע – די שכינה איז דיין מאמע. דארט" – דער מלאך האט זיך אפגעשטעלט, זוכנדיג די פאסיגע ווערטער – "איז דאס אזוי שרעקליך, אז, אז, אז ..."
דער מלאך האט רעזיגנירט אראפגעלאזט די פליגל. דאס ליכטיג פנים איז אים עטוואס פארטונקלט געווארן, בעת ער האט מיט'ן שפיץ רעכטן פליגל דיר צוגעוויזן אריינצוגיין אין יענער בלויער טיר ביים ראנד...

*

איך וויל דיך רופן, ציען דיין אויפמערזאמקייט. דו האסט אבער נאכנישט באקומען קיין נאמען, פיצל פייגעלע, זון פון נחמן און רייזל. עס פילט זיך אזוי נישט-וועלטיש מאדנע דיך צו רופן אויף דיינע עלטערנ'ס נאמען. כ'האב אבער נישט קיין עצה. איך האב געפרעגט מיין שכל וויאזוי ווענדט מען זיך צו א מענטש ווי דו. אבער, ער האט זיך באהאלטן אין א ווינקל. ער שעמט זיך...

מיינע אויגן קוקן אויף מיר אומבאהאלפן. כ'הער מיט שרעק ווי זיי שרייען אויף די טרערן צו בלייבן פארגליווערט אין מקור. איר זענט צו רוי פאר אזא שרעקליכקייט, שישקען מיינע שווארצאפלען צום זעקל טרערן-טראפנס. ס'איז נישט פאר אייך.

און דו אליין? דו וויינסט נישט. דו ביזט נאך צו קליין. דיין הערצעלע האט קוים אנגעהויבן קלאפן. דו געדענקסט גארנישט פונעם הימלישן שמועס א פּאר שעה צוריק.

און וויינען זאלסטו טאקע נישט. מיר, גרויסע, וועלן עס טאן פאר דיר. מיר קענען די מלאכה בעסער. מיר ווייסן בעסער ווי דו צו באנעמען די שרעקליכקייט פון דעם אומגליק.

אונזערע טרערן וועלן דערטרינקען דיין שיקזאל. אונזערע זיפצן וועלן אנטשטומען די סירענעס, די יללות, דעם קדיש: בחייכון וביומיכון ובחיי דכל בית ישראל, בעגלא ובזמן קריב ואמרו אמן.

דו וועסט וויינען – אבער פשוט אלס אנצוהערעניש צו גוטע מענטשן אז דו ביזט הונגעריג, אז דו דארפסט מען זאל דיך אנפיטערן. די מאמע קען עס נישט טאן, פונקט ווי דו קענסט נישט נאך איר זאגן קדיש.

*

נחמן און רייזל, דאס זענען די נעמען פון צוויי גוטע מענטשן. זיי זענען די וואס האבן דיך אראפגעברענגט אהער. זיי זענען די וואס האבן איבערגעלאזט דעם גרעסער-ווי-די-וועלט בלויז אין דיין יונג לעבן. זיי האבן זיך געפרייט ווען די ערשטע אנדייטונגען אויף דיין אנקום האבן זיך באוויזן. זיי האבן געלאכט. זיי האבן צווישן זיך שטיל געשמועסט. זיי האבן געפלאנט דיין צוקונפט. זיי האבן דיך געוואלט געבן א שיינעם נאמען. זיי האבן געוואוסט אז זיי וועלן אין דיר אריינלייגן דעם גאנצן גוטסקייט און תמימות'דיגע ערליכקייט וואס זיי האבן ביידע פארמאגט. זיי האבן געוואוסט אז נאך די צוויי-צענדליג יאר הארעוואניע, וועלן זיי ביי דיין חופה זיך אונטערשמייכלען דערמאנענדיג זיך אינעם מאמענט ווען דו ביזט געבוירן געווארן.

און זיי האבן נישט געגרייזט. נחמן און רייזל (דאס זענען די נעמען פון צוויי מענטשן וועמען דו קענסט נישט אבער וועסט פילן דיין גאנץ לעבן) וועלן שמייכלען אויף דיין חתונה. זיי געפינען זיך יעצט דארט וואו דו ביזט געווען פריער. אבער זיי זענען שוין גרויסע, דערוואקסענע. זיי ווייסן יא וואס דאס מיינט, אוועקצוגיין פון דא נאך פאר דו האסט אפילו באוויזן צו עפענען די טיר און זאגן: גוט מארגן, וועלט.

דו געדענקסט שוין נישט, אבער איר האט זיך באגעגנט אויפ'ן וועג. די צוויי ליכטיגע וועזנס וואס דו האסט באגעגנט בשעת דו ביזט פארסאפעט געפלויגן אהער, דאס זענען געווען זיי. זיי זענען גרויסע. זיי פארשטייען שוין אלעס. און ווען דער מלאך וואס האט דיר באגלייט אויף דיין וועג ארויס האט זיך א פארשעמטער פון זיי אוועקגעדרייט, האבן זיי אים אנגעקוקט מיט א פיל-זאגנדן, זיס-ביטערן שמייכל.

פארשטייסטו, שעפעלע: דו פארשטייסט נאכנישט וואס מיר, גרויסע, דאאיגע, פארשטייען. מיר ביידע אבער פארשטייען נישט וואס דיינע עלטערן פארשטייען שוין יא. זיי זענען אביסל טרויעריג. זיי וויינען אויף דיין לעבנסלאנגען צער פון נישט קענען דאס געפיל פון קוויטשן אין דער מאמע'ס הענט. עס טוט זיי אזוי וויי, דיין פיין. ווייל דיין מאמע בלייבט דיין מאמע. אבער זי ווייסט אויך אז סוף כל סוף, נאך א לאנג, גוט, צופרידן, גליקליך לעבן וואס זיי האלטן דיר יעצט אינמיטן ערלעדיגן ביים הימלישן געריכט, וועלן זיי דיר ווידעראמאל באגעגענען. דעמאלט וועסטו אויך זיין א גרויסער – וועסטו האבן הונדערט-און-צוואנציג ערדישע יארן דערפארונג – און וועסט, פונקט ווי זיי יעצט, אלעס פארשטיין.

וועסט דעמאלט דורכגיין די זעלבע טיר, וואו דער זעלבער מלאך וועט דיך אפווארטן מיט א מידן שמייכל. נחמן און רייזל וועלן דיך אנטפאנגען, און וועלן אויף דיין שמייכל ענטפערן מיט א ווייס-בלויען גלעט אויף דיין געזיכט...

4 comments:

  1. so sad, nistorim darkei hashem, mi yiten that this should be the letzeh klop and moshiach should come right NOW!!!!!!!

    ReplyDelete
  2. Now nebech he to is gone, yihei zichrom borich.

    ReplyDelete
  3. Hirshel by the time we got this email the child was long nifter, u got to speed up a little.

    ReplyDelete
  4. terrible mindboggling tragedy, that can be blamed on nothing but a gzeira from shomayim. nebach.

    ReplyDelete

Please think before you write!
Thanks for taking the time to comment
ביטע טראכטן פאר'ן קאמענטירן, און שרייבן בכבוד'דיג, ווי עס פאסט פאר אידן יראי השם

ביטע נוצן עפעס א צונאמען כדי דער שמועס זאל קענען אנגיין אויף א נארמאלן שטייגער

Please, no anonymous comments!!