Tuesday, February 18, 2014

פרסום ראשון!! אין בית יעקב אין קראקא, תרצ"ד האט מען געלערנט זייער, אהעם, האקעלע ענינים.... תחת מרותו של כ"ק האדמו"רים זצ"ל

וואס זאל איך אייך זאגען, מורי ורבותי? מיר איז דאס געווען א גרויסען חידוש, צו זעהן אז אין דעם בית יעקב זשורנאל זאל מען אזאנס אפדרוקען. לדעתי קען מען אין דיעזען דאקומענט זעהן ווי דער דייטש'ס איינפלוס איז שטארק, שטארק בולט. כ'מיין דר. דויטשלענדער, וואס ער איז געווען פון דער "נעא-ארטאדאקסישען" לאגער, א תלמיד פונעם פראנקפורטער "תורה עם דרך ארץ" חדר. דארט האט מען געוואוסט אז סיי וועלכע טעמע אין דער וועלט דארף מען לערנען - אבער אויפ'ן אידישען שטייגער. ווי איר באמערקט האב איך געשריבען אינעם קעפל "תחת מרותם..." ווייל ס'האט געהייסען אז אלעס וואס מ'טוט אין בית יעקב איז מיט'ן הכשר פון גדולי הרבנים והאדמו"רים, ובראשם כ"ק אדמו"ר מגור זצ"ל. יש לומר אז אפילו אין די גוי'אישע שולעס אין פולין האט מען נאך נישט געלערנט די טעמעס וויבאלד אז די קאטוילישע קירכע האט געהאט זייער א שטארקער האנט אין אלע הינזיכטען, כולל אויך די חינוך סיסטעם. אבער דאס איז בלויז מיין טעאריע. ווי איר זעהט איז דאס א שטיקל "פרסום ראשון," עכ"פ אין אונזער קליינעם וועלט, און דערפאר האט מען עס באדעקט מיט "וואסערצייכענס," אז אונזער הארעוואניע זאלען נישט גיין לאיבוד.

6 comments:

  1. Higher resolution please. Cannot read this.

    ReplyDelete
  2. מוזט נישט ליינען יעדעס ווארט...

    ReplyDelete
  3. Wow! Truly shocking! Quite a find.

    I hear an echo here, it's empty. Where has everyone gone?

    ReplyDelete
  4. Check out who visited Miami when the only place they could get Kavod was in the Lubavitcher Yeshiva! http://www.chabad.org/news/article_cdo/aid/2494661/jewish/Florida-Yeshivah-Celebrates-40-Years-Recalling-Its-Flourishing-Roots.htm

    ReplyDelete
  5. anon
    "Check out who visited Miami when the only place they could get Kavod was in the Lubavitcher Yeshiva! http://www.chabad.org/news/article_cdo/aid/2494661/jewish/Florida-Yeshivah-Celebrates-40-Years-Recalling-Its-Flourishing-Roots.htm"
    get your head examined for Mad cow disease

    ReplyDelete
  6. Not Harry, the echo is due to the poor quality of the image, as you yourself pointed out. I'm sure Hirshel is right that מוזט נישט ליינען יעדעס ווארט for those who are fluent. For the rest of us, it's just not possible, despite the promise of the Truly Shocking גרויסען חידוש

    ReplyDelete

Please think before you write!
Thanks for taking the time to comment
ביטע טראכטן פאר'ן קאמענטירן, און שרייבן בכבוד'דיג, ווי עס פאסט פאר אידן יראי השם

ביטע נוצן עפעס א צונאמען כדי דער שמועס זאל קענען אנגיין אויף א נארמאלן שטייגער

Please, no anonymous comments!!