סימן כה סעיף ד: צריך שיהיו תפילין עליו בשעת ק"ש ותפלה
ענליך דערציילט הרה"ח ר' ישעי' משב"ק שליט"א: "ווען דער רבי ז"ל איז געווען אין צפת ביים חתונה פון יבלחט"א כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, איז מיין ברודער הגה"צ ר' יצחק שלמה זצ"ל - גאב"ד חוג חתם סופר מיטגעפארן מיט דעם קאר פונעם רבי'ן ז"ל. האט ער געהערט ווי דער רבי ז"ל האט געבעטן פונעם טעקסי-דרייווער אז ער זאל לייגן תפילין, האט ער געזאגט אז ער האט נישט קיין צייט. האט דער רבי ז"ל גע'טענה'ט: 'ווי לאנג נעמט עס? נאר זאגן קריאת שמע מיט שמונה עשרה!' "שפעטער נאך אסאך יארן, איז מיין ברודער זצ"ל געווען אין תל-אביב, הערט ער ווי עמיצער שרייט אים נאך: כבוד הרב, כבוד הרב! דאס איז געווען יענער טעקסי-דרייווער, און ער זאגט אים: "אני מניח תפילין כל יום!" פון דעמאלטס אן האט ער געלייגט תפילין! אגב, בנוגע הלכות תפלין, האט רבי משה בן משה ווייס ז"ל דערציילט אז דער רבי ז"ל האט אים אמאל געזאגט: כ'האב אלץ געוואלט וויסן, פארוואס מען פירט זיך נישט ביי א געוויסע הלכה ווי דער רב שלחן ערוך אין הלכות תפלין. איינמאל האט רבי משה געטראפן אין א זידיטשובער ספר א מקור צו דער וועג וויאזוי מיר פירן זיך, און ער האט עס צוגעוויזן פאר'ן רבי'ן ז"ל, האט דער רבי ז"ל שטארק הנאה געהאט
מפי הרה"צ רבי אהרן מנחם מענדיל (בן כ"ק אדמו"ר) שליט"א
(see page 7 for the original text)
Box.com link
No comments:
Post a Comment
Please think before you write!
Thanks for taking the time to comment
ביטע טראכטן פאר'ן קאמענטירן, און שרייבן בכבוד'דיג, ווי עס פאסט פאר אידן יראי השם
ביטע נוצן עפעס א צונאמען כדי דער שמועס זאל קענען אנגיין אויף א נארמאלן שטייגער
Please, no anonymous comments!!