Wednesday, June 19, 2013
א שטענדיקער חסיד
נפטר געווארען דער חסיד ובעל מסי"נ הרה"ח ר' משה גרינבערג, איידעם פון ר' אהרן חזן ז"ל
ר' משה האט געשטאמט פון בעסאראביע און איז געקומען צו חב"ד ערשט אין טאשקענט אין די מלחמה יארען. נאך די מלחמה האט ער פראבירט זיך ארויסשמוגלען פון רוסלאנד און איז געכאפט געווארען און פארשיקט געווארען אויף 25 יאר קיין סיביר - ביז מ'האט אים באפרייט אין ,53'ער יאר, ווען יענער האט געפגר'ט. אין טורמע האט ער ווייטער געהאט מסי"נ אויף נישט צו מחלל שבת זיין, און אויף דעם האט מען אים ווייטער געפייניגט. דארט האט ער געשריבען א מחזור אויף יו"כ און האט עס געשענקט דעם רבי'ן א מתנה ווען ער איז געקומען איין יאר אויף חודש תשרי. ערשט אין יאר תשכ"ז איז ער ארויס פון יענע מדינה און איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל, שוין געבענטשט מיט א משפחה מיט קינדער, יראים ושלמים. אין אר"י זענען צוגעקומען נאך קינדער, סה"כ 17, בלע"ה. ר' משה פלעגט יעדער יאר פארען צום ליובאוויטשער רבי'ן אין ניו יארק אויף חודש תשרי - פון סליחות ביז נאך שבת בראשית. אין בני ברק האט ער אנגעפירט מיט די צעירי אגודת חב"ד ארגינעזאציע וועלכע פלעגט, צווישען אנדערע אקטיוויטעטן, ארגאניזירן דער יערליכער "כינוס ל"ג בעומר - פאראד" ברחובה של עיר התורה. ער האט יעדער מינוט געהאלטען זייער טייער, און איז שטענדיג געווען מיט אן אפענע ספר. אפשר ווען די צייט ערלויבט וועט מען שרייבען נאך אביסל וועגן ר' משה ע"ה. אזעלכע אידן ווי ר' משה מאכט מען שוין נישט.
לוי-ה
עוד
המחזור של אבא
In other places, he would become a Rebbe like the skulener.... he sat in prison...
ReplyDeletehe wasted a opportunity