Monday, June 24, 2013

ויאכלו ענוים וישבעו....בשורה טובה למבקשים




Box.com link

ג-ט צו דאנקען איז דא ליובאוויטשער חסידים וואס האבען נעבאך נישט בעסער וואס צו טוהן נאר האלטען רעסטאראנען פאר טוריסטען אין ווייטע מדינות. שמועה שמעתי אז די חרד'ישע רב הרב ר' משה טובי' ווייסבערגער שליט"א האט איבערגעלאזט בודאפעסט און איז אהיימגעפארען קיין ארצנו הקדושה, לאננדיג צוויי רעסטאראנען אהן איבערזיכט, אזוי אז הרב אבערלאנדער שליט"א האט קיין ברירה נישט געהאט און האט געדארפט געבן די השגחות. היות אז קיין בודאפעסט פארען יעדעס יאר הונדערטע חרד'ישע אידן קיין קברי אבות , צו די בעדער וכיו"ב, איז, זענען די רעסטאראנען זייער נייטיג. פארשטייט זיך אז נישט נאר די רעסטאראנען בלייבען אהן איבערזיכט יעצט... אויפ'ן היימישען שפראך וואלט מען געזאגט אז "דער רבי האט געהאט א ווייטע קוק" ווען ער האט אהינגעשיקט הרה"ג מורינו ר' ברוך אבערלאנדער שליט"א אז ער זאל אכטונג געווען אויף אידישקייט אין בודאפעסט און אין גאנץ ארץ הגר. דארט האט רב"א מייסד געווען א בי"ד וועלכע איז פאראנטווארטליך אויף אלע רבנישע אנגעלעגנהייטען

איין זאך ווייס איך נאך נישט, צו דער אנאנס וועגן צומת הגידין איז א מקרה צו מ'האט עס בכוונה אריינגעשטעלט, וד"ל

3 comments:

  1. the Blatt has one interest in mind, that he is the Manhig Hador

    ReplyDelete
  2. I see you like tooting your horn a lot
    Nu, nu.

    ReplyDelete
  3. I was last week in Budapest, the Carmel was great... clean, good food, price was good

    ReplyDelete

Please think before you write!
Thanks for taking the time to comment
ביטע טראכטן פאר'ן קאמענטירן, און שרייבן בכבוד'דיג, ווי עס פאסט פאר אידן יראי השם

ביטע נוצן עפעס א צונאמען כדי דער שמועס זאל קענען אנגיין אויף א נארמאלן שטייגער

Please, no anonymous comments!!