Showing posts with label וויליאמסבורג. Show all posts
Showing posts with label וויליאמסבורג. Show all posts
Monday, January 30, 2017
Protesting about a problem doesn't - necessarily - mean you care (Guest Post)
Click here for an interview with Mr. Tzvi Aldroti.
Hirshel Tzig:
You don't know me, but people who know me say I have too much rage and I have to stop already, since we live in a great multicultural world and everything is peaceful and tranquil. I just haven't seen it yet, but that's how it is. Maybe it's my age, or where I grew up. Yet, before I realize what everybody else has already I have something interesting to point out. The Satmars are famous (or infamous) for their protests to fix Israel's ills (which was - in my humble opinion - just a ploy by the Satmar Rov to get the Pupa Ruv and Tzehelemer Ruv types on board of his political protests. He knew they were lovers of Israel.) Take Reb Yoelish's fight against the mixed swimming pool in Jerusalem, the mixed pool on Bedford Avenue corner Rodney in the YMCA - right in front of his nose - bothered him very little. Only the mixed pool 3,000 miles away outraged him obsessively, (they write in the new foreword of על הגאולה ועל התמורה he poshut got sick from it) at the same time you see the Lubavitcher Rebbe trying his best to change the whole Israeli PUBLIC SCHOOL system from learning co-ed. Speaking to anybody and everybody that could have any influence over there. Obviously the Rebbe got nowhere, as the the Leader of the 11211 community got nowhere either. But you detect a real non political pain from a erliche yid - if nothing else - and not trying to win points with anybody.....
Tuesday, May 12, 2015
POTD - Williamsburg, יע"א
There are at least two ways to look at this: One, that the system there is באנקראט and this is the last cry of a wounded animal who knows his time is up. Two, the beginning of a flareup of hostilities. Yes, times are different, and Williamsburg of today is not that of 1983. But at the same time, all it takes is a few rabblerousers to cause a divide and ruin a good thing. Lubavitch has been active around Williamsburg for a while now, just as Breslov is. So what caused the sudden rearing of the ugly head now? נאר איין ג-ט ווייסט. They have attacked Reb Yoel Kahan verbally, all the while spewing hatred and vitriol. Most people see these fools for what they are, and distance themselves from them. They're the same ones who demonstrate against anything else that moves in Willi. Yet, some people will say that the organizers of shiurim and farbrengens there should keep a lower profile, not because we need to give in to terror, but because of the hatred against Chabad and the Rebbe that they preach on bullhorns.
Time will tell.
Thursday, December 11, 2014
POTD - Williamsburg
Menu: Shtop Gentz with Goulash
Mashpia: Lemel Shvartz
Sugya: על הגאולה פרק ז
Conclusion: Nishtakcho Toras... from the era of the Tzemach Tzedek
Nigunim: רבינ'ס זעקסטע הקפה ניגון for a Freilekhs and רבינ'ס שלום עליכם ניגון for התעוררות
Dancing: Bonfire burning Volumes of חסידות מבוארת
בדרך צחות, כמובן
Tuesday, August 12, 2014
!די בראסלאווער נעמען איין וויליאמסבורג
זעהט נאר אידן וואס היינט האט פאסירט אין דער עואב"י וויליאמסבורג! א לאסט אויטא שטעלט זיך אפ אינעם הויפט גאס און הענגט אויף אזא שילד! א שילד וואס רופט אידן צו וויילען ראש השנה אין אומאן ביים ציון פון רבי נחמן בראסלאווער! צי קען מען זאגען אז די דאזיגע שילדען זענען בעצם א מציבה אויפ'ן קבר פונעם אלטן חדר אין וויליאמסבורג? וואו טאמער עס וואלט אפילו ארויף געגאנגען אזא שילד וואלט עס נישט געדויערט קיין צוויי מינוט ביז עס פליהט אראפ? אדער איז בראסלאוו נישט קיין סטראשע אויף די אלגעמיינע סדר הדברים אין ווילי, ממילא גייט עס קיינעם נישט אהן? אבער א ליובאוויטשער שילד וואלט מען שוין נישט ערלויבט? אדער איז עס גאר א געראנגל צווישען די אלטע און נייע דארט? 'עמער זעהן
Monday, June 3, 2013
עתיד ילדינו, אלץ גוט און פיין, אבער פאליטיק קודם
אליכם אני קורא - מבקרי וקוראי ה"בלוג" חסידי ותלמידי סאטמאר - הע"י
דאס בין אייך מודה אז ביי אייך איז דאס דער רוח החיים, קנאקען פאליטיק טאג און נאכט, און מזמן לזמן נוצען די הענט אויך. מ'רעדט דאך נישט פון קיין מאוויס, ספארט, וועלטישע נייעס וכדומה, רעדט מען פון רביס אד"ג, און אמאל, אז מ'פאררעדט זיך קען מען אמאל פאלען א פראסק פאר יענעם אויך. א פליטת יד. דהיינו אז וויבאלד דאס איז א חלק בלתי נפרד פון אייער אידישקייט שאדט דאס נישט בדרך כלל, ווייל די יוגענד קוקט עס אהן פונקט ווי גיין אין שול און אנטוהן תפלין. משא"כ אין אנדערע קרייזען האט דאס אן עפעקט, ווייל יונגע קינדער קוקען צו ווי עלטערע אידן - און בראשם רבנים און צדיקים - שלאגען זיך ווי קליינע קינדער איבער געלט און קראפט און זאגען "נישט דאס וויל איך פאר מיר און מיינע קינדער." דערפאר וועל איך - דער בלא"גער המכונה הירשל ציג - נישט מאכען מיט די פינגער און ווארענען אז די תוצאות וועלן זיין געפערלעך, ווייל לאו דוקא אז דאס וועט אזוי זיין. אפשר קען דאס ווייטער אנגיין אזוי לדורות פונקט ווי ס'האט זיז היינט נישט געשאט די אלע מחלוקת'ן. אבער דאך זעה איך ווי דער עולם איז היינט שוין יא אביסל "אויפגעקלערט," און אפשר איז דאס אויך א תולדה פון די כלליות'דיגע חורבן האינטערנע"ט, און זיי רעדן זיך שטארק אפ ווי די בלא"ף איז עד לב השמים, און ווי אלץ איז נאר כבוד, און ממילא געלט, און עתיד ילדינו גייט זיי אהן א רעטאך. נו, קענט איר דאס אויך אוועק מאכען און זאגען אז זיי זענען סייווי פארדארבען און מיט זיי רעכנט מען זיך נישט, און אזוי קענט איר רואיג שלאפען ווייטער.
איז וואס קום איך צו זאגען אויב נישט צו ווארענען וועגן די געפערליכע תוצאות פון מחלוקת? טאמער וועט דאס נישט האבען קיין שום שלעכטע תוצאה טא וואס גייט מיר אהן אז די סאטמורים רייסען זיך ארום? איז קודם בין איך אזא פערזאן וואס אים באדערט טאמער אידן פירען זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, ממילא איז די דאזיקע שלעגעריי אויך פאר מיר א ווייטאג. און צווייטענס, זאלט איר מיר נישט שרייען אין די גאסן אז איר זענט אזוי שטארק באזארגט פאר די עתיד ילדינו, ווייל עס גייט אייך זייער ווייניג אהן. הבא ראי' אז מ'שלאגט זיך ווייטער ווי מ'וואלט געווען צוויי מענטשן אליין אויפ'ן כדור הארץ און דערווייל פאלען שטיקער פון די יוגענד און אין פוצה פה ומצפצף, מ'באשולדיגט דעם טמא'נער אינטערנעט - און אויך די ציונים און די ווייבער כמובן. אבער חלילה קוקען אינעווייניג כאטש אויף א מינוט, דאס וואלט געווען "מאדערנע מיטלען" וואס זענען אסור ע"פ "חדש אסור מן התורה...." אוי געוואלד, ווען וועט מען שוין אויפהערן אזוי אויסנוצען דעם הייליגם חתם סופר אויף יעדן משוגעת און רשעות? וואס האט ער אזוי "געזינדיגט" אז מ'פארדרייט זיינע רייד אזוי? איין באשעפער ווייסט. און דאס איז מורינו ר' נחמי' ("תבעל להגמון תחלה") גאטליעב איז ביי אייך פון די ראשי המדברים איז אויך נישט קיין מעלה, לדעתי
ואם שגיתי בכתיב ה' הטוב יכפר בעדי
Wednesday, July 11, 2012
?!הגם לכבוש את המלכה עמי בבית
א חוצפה פון די טריפה'נע אגודיסטן צו קלעבן פלאקאטען פאר די טריפה'נעם "סיום הש"ס" פון די טמא'נע "דף היומי" אין די שטעטל פונעם הייליגן לוחם מלחמת ה' רביה"ק בעל ויואל משה זצוק"ל! נישט גענוג אז מ'פארפירט טויזענטער אידן פונעם דרך ישראל סבא, דער פך השמן הטהור וויל מען אויך מטמא זיין?! און מיט תחבולות שונות ומשונות, ווי א גנב ביינאכט, דרוקען זיי פלאקאטען אויף די אידישע שפראך צו פארכאפען תמימות'דיגע אידן וועלכע זענען שוואך אין עניני השקפה און אמונה. גייט אייך צוריק קיין פלעטבוש און די פייוו טאונס וואו מ'מיינט אז איר טוט עפעס אויף. דא אין דעם צענטער פון דאס יהדות החרדית דארף מען אייך נישט נויטיג. צא טמא ממחננו
!כולנו למערכה
מקור
Thursday, March 22, 2012
!!!!!!!!אל אחב"י תושבי וויליאמסבורג: על כבודי לא מחיתם
כ'האב נישט געפרעגט קיין רב צו איך מעג עס דא ארויפלייגן, טאמער נישט וועל איך אי"ה בל"נ עס אראפ נעמען
אנדערע פון אייך האבען געוויס געהערט פון דעם אז מ'האט געוואלט הענגן א טאוועל (בילבאר"ד בלע"ז) מלא כפירה בהשי"ת ר"ל אין הארץ פון חרדי'שען וויליאמסבורג, און מיט חסדי השם האבען די עסקנים געפועל'ט ביים לענדלאר"ד פונעם בנין אויף וועלכע מ'האט עס געוואלט ארויפצושטעלן אז ער זאל עס נישט אננעמען. איר מיינט אז מיט דעם וואס מ'האט עס נישט דעם טאוועל געהאנגען ביי אייך אין וויליאמסבורג האט מען יוצא געוועזן. אבער דאס אז אז טויזענטער אידן יראים ושלמים פארען אדורך אויף די "בי קיו אי" און זעהן עס מדי יום ביומו - דאס באדערט קיינעם נישט. איר זענט בלאפערס, איינס ביי איינס. ווען "עורה" האט געהאנגען א טאוועל ביי אייך אין די הייליגע שכונה און די פאות פון די אינגאלע זענען געווען קערצער און שמעלער פון די פאות וואס די קינדער ביי אייך טראגען, זענט איר נישט געזעצן מיט די הענט צוגעלייגט. איינער האט זיך באמיהט און איז ארויף א לייטער - צו גאר א "קרעין" - און האט געמאלען א גרעסערע קאפל מיט לענגערע און דיקערע פאות. לתפארת מדינת וויליאמסבורג. אז א אינגל זאל חלילה נישט מיינען אז מ'קען זיין א פרומער איד מיט קליינע פאות אויך... און ווען איר זעהט אז די חשוב'ע און טייערע אידישע טעכטער רעדן אויף סעלפאונס אין די גאס - היל"ת - זיצט איר נישט איין, און איר לויפט דרוקען גרויסע פלאקאטען מיט קידוש לבנה אותיות. און נאך מער: מ'דארף גיין אין די זייט ווען א מאנסביל קומט אקעגן שמא ייכשל מיט ראיות אסורות און אפשר גאר נכשל ווערן מיט נג--ה שלא בכוונה. אלס פיין און וואויל. איך מאך גארנישט אוועק. אבער איר ווייסט אלע אז פון א בילד מיט קורצע פאות ווערט מען נישט קיין אפיקורס, און פון גיין אין גאס און הערן א פרוי רעדן אויפ'ן טעלעפאן - קען זיין אז מ'זאל מסיח דעת זיין. אבער מחשבת כפירה? דאס איז דאך א ווערימל וואס קריכט אריין אין קאפ און לאזט נישט אפ. אויף דעם האט מען דאך געווארפען בחורים פון ישיבות און געצוואונגען ווייבער זיך גט'ן פון די מענער, אפילו נאר אויף א חשד! און דא רעדט זיך אז מ'זעהט דעם טאוועל מדי יום ביומו הלוך וחזור, ואין פוצה פה ומצפצף!!! שומו שמים!!! איר זענט אלע עתיד ליתן את הדין
ס'איז היינט א "סוד אין גאנץ בראד" אז ביי אין-ספור אינגעלייט אין אלע חרדי'שע קרייזן בוזשעווען ווינטען פון כפירה. איך וועל נישט יעצט אריינגיין אין די פרטים און זוכען ווער ס'איז שולדיג דערויף, צו די טעכנאלאגיע צו דער אינטערנעט צו די קרית יואל סקול דיסטריקט. אבער איין זאך איז זיכער - אז דאס איז א מכה שלא כתובה בתורה און קיינער האט זיך אויף דעם נישט געראכטען. אלע זענען היינט מודה אז א שטריימל- בעקישע-ווייסע זאקען-רעזשוואלקע מיט א גאנצע בארד ווייזען לאו דוקא דעם אמת'ן בילד פון וואס ס'טוט זיך אינעווייניג אין הארצען. מ'האט געמיינט אז מיט בויען מויערן און גדרים איבער גדרים וועט זיך די בעל דבר נישט געבן קיין עצה. אבער דער מלך זקן וכסיל קען קאמפיוטערס אויך. און אז מ'לאזט נישט קאמפיוטערס ווערט ער אלט-מאדיש און גייט צוריק צום אור-אלטען בילבאר"ד הידוע לשמצה. און מיט איין בילבאר"ד קען ער מער אויפטוהן ווי מיט בלאגס און בילדער און פייסבו"ק און טוויטע"ר און טשעטס. אבער די רבנים זיצן מיט פארמאכטע אויגן, אדער אפשר פארען זיי נישט מיט די "בי קיו אי" ווען זיי פארען קיין מאנסי, ניו סקווער און קרית יואל. די טינטעד ווינדא"ס פארשטעלן די פענצטערס. אפשר ווען מ'ווערט פארען צום גרויסן "כינוס להצלת הדורות" אין סיטי פילד קווינס וועלען זיי עס זעהן צום ערשטן מאל. זיי מיט נאך 50000 אידן יראים ושלמים. אשרינו שזכינו שאלו הם רבותינו ולא עזב ה' חסדו מאתנו...
איך האב היינט געהערט פון א אינגערמאן וועם ס'האט יא געבאדערט דעם בילבאר"ד וועלכע איז אריין צו איינער פון די גאר קנאי'שע רבנים אין שטאט - איינער וואס איז מקנא קנאת ה' צבאות ווען איממער, און יענער האט אים ארויסגעווארפען פונעם ביורא! "אויף דעם ביסטו געקומען צו מיר?" פרעגט אים יענער רב! "האסט נישט קיין גרעסערע דאגות?" און דער רב האט אים אנגעקוקט ווי ער איז פון די לבנה געפאלען. ווי עפעס א מאדנער "באלטשיבע" פון די הרי חושך. ווען יענער האט אים געפרעגט היתכן אז קעגן ציונות איז ער מוחה איין מאל און ווידער אמאל, האט דער רב גלייך אפגעשלאגען דעם פארגלייך זאגענדיג אז "ציונות איז קעגן אונז, וואס האבען מיר מיט אפענע אפיקורסים?....." זעהט אויס אז נאר ג"ע איז געבליבען פון די ג' עבירות חמורות, שפיכות דמים איז שוין פון לאנג מותר געווארען, און ע"ז און אויך שוין אויך כנראה מותר, אבי מ'גייט מיט פאנדיאלאס מיט א א הכשר." נישטא ווער ס'זאל לאכען. ס'איז צום וויינען. אבער יענער רב איז געווען גאר שטארק באזארגט אז מ'זאל נישט רעדן מיט סעלפאנ"ס אין די גאס און אז מ'זאל ח"ו נישט ליינען "דער שטערן" און "די שפאקטיוו" ווייל דארט איז דא זאכען שאין "רוח חכמים נוחה מהם" און עס קען -חלילה שאטען אידישע קינדער אז מ'וועט זיך דערוויסען אז אין אמעריקע איז געווען א ראזענבערג פראצעס אין 1953. אויך איז ליפא שמעלצער א סכנה פאר'ן קיום און המשך הדורות... דאס איז כו"ע מודו, און אויף דעם איז דא זיצונגען פון רבנים ביז טיף אין דער נאכט און מ'רוהט נישט ביז מען איז עס עוקר מן השורש. און דערנאך פרעגט מען פארוואס מענטשען האבען נישט קיין ....דרך ארץ פאר רבנים
Friday, November 11, 2011
Subscribe to:
Posts (Atom)









