Showing posts with label יו"ד שבט. Show all posts
Showing posts with label יו"ד שבט. Show all posts

Friday, January 14, 2011

!ס'קומט א גרויסער טאג, רבותי



און ווי אלע גרויסע טעג קומט עס נאר מיט הכנה. "אם בגפו יבא בגפו יצא," זאגט דער צאנזער רב זי"ע, אז מ'קומט ווי א גאפ, גייט מען אוועק ווי א גאפ. א גאפ, אויף די פוילישע שפראך, הייסט א באק, א בהמה, בקיצור. חסידים האבן קיינמאל נישט האלט געהאט א שוטה, און פארפאטשקען אזא טאג ווי יו"ד שבט איז נישט מער נישט ווייניגער א שטות אוים ונורא. מ'קען שעפן קאדקעס מיט עמערס פון תורה, יראת שמים, התקשרות להצדיק און כל טוב בגשמיות אין אזא הייליקן טאג,

לדעתי איז דאס בעסטע פלאץ אויף פארוויילן אזא טאג סמוך לציון רבינו הק', און דארטן וועל איך אי"ה זיין במשך דעם גאנצן שבת

א גוטן שבת