Showing posts with label מבקשים. Show all posts
Showing posts with label מבקשים. Show all posts

Thursday, January 19, 2012

מבקשים? נאר ביז דער הייליגער ישמח משה























From Here

Blogger שאץמאץ writing on Ivelt is very doubtful of today's so-called "מבקשים." He doesn't trust their motives. He says that the problem is that we allow too many "מצבים" in Yeshivos today. Too much Cholent, Kugel and י-ה אכסוף on Thursday nights. When he was growing up, or at least getting older, there was no such thing as having a good time in Yeshiva. And we grew to such great heights and madreygos! If we'd only keep them doing the basics and never let them step out of line; then we wouldn't have this terrible problem. He then goes on to poke fum at the very term מבקשים. I'll go out on a limb here and assume that the writer has a connection to the Satmar sect of Hasidic ultra-Orthodox Jews. This very Hungarian-Jewish approach to life seems to forget one very, very significant point. That were it not for the likes of the Yismach Moshe, zt"l, הראשון לבית סיגעט-סאטמאר, there would be no Satmar today. And if my memory serves me right, once his SIL convinced him of the righteousness of the Chozeh of Lublin he decided that he must go and see him!  He was not content with all the levels he had reached and attained through his limud haTorah and kiyum haMitzvos until then. (imagine that happening now, where a SIL tells a FIL, and convinces him, to go see a Rebbe that he opposes - which is what happened with the Yismach Moshe and his SIL the בעל אריה דבי עילאה)

לדעתי טאר מען נישט גיין צום כותל. ניין, נישט דאס מיין איך צו זאגען. ס'איז א וויץ. (חסידי סאטמאר וועלן עס פארשטיין) כ'וויל פארשטיין פון וואנעט דאס שטאמט? פארוואס מ'לאכט זיך אויס פון יעדען בחור וואס זוכט עפעס. געראדע איז דאס אויך דא אין חב"ד, אבער אין ליובאוויטש איז יש להם על מה לסמוך, אויף וואס האט איר זיך צו פארלאזען? און אין ליובאוויטש איז דאך אלץ דא, איז זעלטן דא פעלער וואס א בחור וועט זוכען ערגעץ אנדערש. און חוץ מזה בין איך נישט געקומען דא בארעדן חב"ד..... און מ'קען שוין מיינען! וויפיל בחורים ביי אייך זוכען שוין אז מ'דארף זיך אזוי אפרעדן אויף דעם? און ס'דאך דא אזוי פיל בחורים וואס זוכען אסאך ארגערס.... טא פארוואזשע זאל מען באדערן אז מ'זוכט גוטס, נאר ווייל מ'זוכט ביי יענעם? אין רוב פעלער גייט מען נישט ווייט אוועק פונעם בוים סייוויסיי. און ווער האט אייך איינגערעדט אז די סיסטעם איז אזוי געוואלדיג ביי אייך אז מ'דארף אין ערגעץ נישט זוכען? פארוואס דארף מען בארעדן און אויסזידלען דער וואס זוכט שוין יא און פון אים חוזק מאכען אז ער טוט עס נאר ווייל ס'דא דארט פארבלעמען? לא זו הדרך, רבותי. מיר האבען בקבלה מרבותינו הק' אז דרכיה דרכי נועם און אז מ'וויל אז די קינדער זאלען גיין אויפ'ן ריכטיגן וועג דארף מען זיי לערנען בדרכי נועם און מיט גאר אסאך ליבשאפט און פארשטאנד. און טאמער "פאשעט ער אין פרעמדע פעלדער" דארף מען ערשט טוהן בדרכי נועם ווייל אז נישט איז ער פארלוירען. לדעתי איז היינט כ"ד טבת, יומא דהילולא קדישא פון רבינו הגדול בעל התניא והשו"ע נ"ע, זייער א פאסיגען טאג אויף ארויס צוברענגן דעם פונקט