Showing posts with label פארווערטס. Show all posts
Showing posts with label פארווערטס. Show all posts

Tuesday, February 5, 2013

א "פלאפ" מיט אן אל"ף



















דער "פארווערטס" זעהט ענדליך איין אז דאס צוקונפט פון אידיש איז ביי די פרומע אידעלעך

ווער געדענקט דען נישט ווי זיי האבען בכלל נישט גערעכנט פרומע אידן אין די אידיש-רעדנער ציפערן? מה נשתנה אז איצט האבען זיי געהויבען הענט און קומען בעטען פרומע אידן זאלען לייענען און שרייבען ביי זיי? און זיי וועלן נאך בייטען די כללים פונעם הייליגן שפראך אבי מ'זאל קומען ליינענען ביי זיי? ווער וואלט געגלייבט? כ'פארשטיי אבער נישט וויזוי זיי פלאנען צו צינהען פרומע לייענער בשעת אינעם זעלבן צייט איז זייער שוועסטער-צייטונג פול מיט אנטי-פרומע העצעס, וואך איין און וואך אויס. און די וועבזייטל כמעט טאג איין טאג אויס. וועלכע פרומער איד קען צוקוקען ווי באשמוצט אים, זיינע קינדער, זיינע געעהרטער רבנים, ראשי ישיבה און אדמו"רים און שטיצען אזא אויסגאבע? טאמער גלייבט איר נישט קענט איר זעהן וואס איז נאר וואס אראפ פון די דרוק אינעם ענגלישן וועבזייטל - אזא שטיקל באלאנגט אין "דער שטורמער" נישט אין א אידישען צייטונג, אוודאי נישט קיין פרומער. אחוץ טאמער ווילען זיי אז די פאר אפגעפארענער זאלען קומען שרייבען און לייענען ביי זיי.... אפשר מיינען זיי אז פון זיי וועט קומען די ישועה? חאחאחא, האט איוואן הויך געלאכט, זיי איז שוין נמאס פון אידען און אידישקייט. אידיש בליהט אין די פרומע קרייזען. נישט אין די פארטייאישע צייטונגען, נאר אין פריוואטע פורומס ווי אייוועלט און קאווע שטיבל. דארט קען מען "אויסטוהן דעם היטל," פארקאטשען די ארבעל און זיך אפרעדן דאס הארץ. מ'קען אפילו קריטיקירען דעם חרד'ישען סיסטעם און אפילו רבנים און רביס. אבער דאס איז צווישען היימישע, אונזערע, מ'וועט נישט וואשען די וועש אויפ'ן גאניק, ווייל אידן, אידישקייט און תורה איז ביי זיי טייער און הייליג. מ'קען קריטיקירען אבער ס'איז מיט א ציל, צו פארבעסערן, נישט אונטער צו רייסן. און דערפאר וועט דער פארווערטס' פראבע צו אריינטרעטן ביי פרומע אידיש-רעדנערס זיין א "פלאפ," ווי זאגט מען דאס אויף פארווערטס אידיש? וויס איך נישט, אבער אוודאי וועט איר שוין טרעפן א פאסיגע ווארט. אבער טאמער באשטייט אייער פארשלאג נאר אין דעם אז איר וועט בייטן איין אות אין איין ווארט קענט איר גלייך פארגעסן דערפון און זיך איינשפארן געלט און מוטשעניש און זאפארט פארשליסן דעם בלאג. א שאד אויף אידישע - צו יידישע - געלט

בילד פון וויקיפעדיא

Monday, June 25, 2012

(running for cover)

I expect to be branded a traitor and an אויסווארף who doesn't know how much pain this man caused the Rebbe by writing his now infamous article in the פארווערטס about the טעראר בריגאדע אין ליובאוויטש. But I cannot help myself, so I will publish it. Rabbi Shurin passed on like 2 weeks ago at a ripe old age. I will not defend what he did to Lubavitch with his infamous article, but I cannot say that I don't understand him. In any case this is not the most appropriate post 3 Tammuz article, but I'm not always in control of that, even if it seems like I may be. (No, I don't mean that I have "handlers," like many of you want to believe.)

 Here's the link to the sicha where the Rebbe addresses the article by Shurin. ר' אהרן בנציון Shurin

Sunday, December 18, 2011

!!סקווער אונטער שווערע אטאקע פון יואל

אינעם "פארווערטס" פון היינטיקע וואך

גיט נישט אפ א טראפעלע כבוד פאר'ן סקווערער רבי'ן - רופט אים ביים ערשטן נאמען, אהן קיים שום עהרע - רופט די חסידים "מאנסטערס" פראסט און פשוט. נוצט זיינע אזוי גערופענע סאטמארע חסידים פריינט צו אטאקירן סקווער, דורך דעם וואס ער זאגט איבער קינדערישע טשעפעריי וואס ער האט געהערט פון זיי, און זאגט אז "מוטשען זיך די סקווערער חסידים פֿון פּסיכאָלאָגישע קאָמפּלעקסן," בקיצור, א פולשטענדיגע אטאקע קעגן אן עדה קדושה פון אידן וועלכע ווילן נאר דינען דעם אייבירשטען אהן קיינע שטערונגען אוועק פונעם טומל פון די שטאט, און אהן דעם וואס מ'זאל זיך דארפען באציהען מיט מענטשן וועלכע האבען נישט די זעלבע איידיעלן ווי זיי. דאס אז דאס רוב פון די איינוואוינער זענען ניטאמאל פונעם אוקראינישען אפשטאם איז אויך אן "עבירה" אין יואל'יש'ל'ס לויטערע אויגן

חרדי'שע אידן האבען א חוב קדוש דאס צורעכט מאכען

Friday, May 27, 2011

.....ווי אמאליגע אידן האבן געבויט א קהלה


רבותי: איך האב נעכטן, דאנערשטאג, ערהאלטען די פאלגענדע בליץ-פאסט

"הערשיל שיחי',

איך האב לעצטענס באקומען דער ספר "עיר מבצר" וועגען דער שטאט מעזשיבוזש אירע רבנים און אדמו"רים (מכון זכרון בספר, אלול תשס"ט).

איינע פון די רבנים וואס זיי באשרייבען איז הגאון ר' חיים ביק זצ"ל דער טאטע פון הגאון ר' משה ביק זצ"ל און דער זיידע פון הגאון ר' אברהם יהושוע העשיל ביק שליט"א. אז איך האב געליינט דער פרק וועגען ר' חיים ביק זצ"ל האט איך באמערקט אז אט דא איז א גוטע דוגמא פון דער חילוק צווישען די רוסישע יודען און זייער צוגאנגג צו ניט ארטאדאקסישע יודען, און די צוגאנג פון די אונגארישע יודען. נאך מער אינטערעסאנט איז ווי אזוי זיינע אייגענע אייניקליך, וואס זעט זיך אויס זיי האבען ארויסגעגעבן דער ספר, באמערקען עס נישט (אדער על כל פנים מאכן זיך נישט וויסענדיק). און לויט דער היינטיגע פאליטיק זעהט אויס אז הרב משה ביק'ס משפחה זענען גאר פון די גרויסע קנאים און אנהענגער פון שיטת רבינו הקדוש מסאטמאר.







אויף עמ' שע"ו אינעם ספר שטייט מער ווייניגער אזוי :נאכדעם וואס אין יאר תרפ"ה איז ר' חיים ביק געקומען קיין אמעריקא האבן די מעזשיבוזשע לאנדסלייט איהם אויפגענומען אלס רב. ביים סוף פון דער הכתרה האבן די ראשי הקהלה מחליט געווען צו בויען א שיינען בנין מיט א בית הכנסת און אוצר הספרים און א זאל פאר פארשידענע געלעגנהייטן.

יעצט, אז מען וועט קוקען פון דער נאנט אויף די בילד פון דער בלעטל וואס זיי דרוקען דארט אויף עמ' שע"ה, וועט מען קענען ליינען א פאר זייער אינטערעסאנטע זאכן. "איין ערענסטע ווארט צו אלע לאנדסלייט פון מעזשיבוזש ... שוין איבער דרייסיג יאר אז מיר זיינען ארגאנאזירט אין פארשידענע פאראיינען, ארטאדאקסיש'ן, חסידישע, פראגרעסיווע און ראדיקאלע ... מיט דעם אריבערקומען אין ניו יארק פון דעם מעזשיביזשער יונגען, טעהטיגען, געבילדעטען רב ר' חיים'ל ביק איז ענדליך געקומען די צייט אז די מעזביזשער לאנדסלייט זאלען אויפטאהן א מאנומענטאלעס ווערק ... מיר האבען נעמליך באשלאסען צו בויען א מעזשיבזשער "סענטער" א הויז וואו עס זאל זיך געפינען א שוהל פאר דעם עלטערען, פרומען דור, א ביבליאטהעק פאר די וואס האבען א נייגונג צו לעזען, א פארזאמלונגס פלאץ צו פארבריינגען אין גוטער געזעלשאפט און פארשידענע אנדערע איינריכטונגען צום נוצען און פארגעניגען פון יונג און אלט, מאן און פרוי."

איך גלייב נישט אז אן אונגארישער רב וואלט געקענט סובל זיין אזא קהלה, אפילו אויף עטליכע יאר און אפילו אין אמעריקא אין יענע צייט. אפשר מאך איך א טעות.

עכ"ל של ה"בליץ-פאסט" שקבלתי

וואס דענקט איר, מיינע פריינט? וואלט מען היינט געקענט אויפשטעלן אזא קהלה, וואס וואלט ערהאלטן אין זיך מענטשן פון פארשידענע הינעטערגרונדען און דעות? שווער צו גלייבן. און די קהלה וואלט אין זיך אינהאלטן אלא מיני ביכער און וואלט געווען דער אדרעס פון אקטיוועטעטן וואס זענען מן הסתם נישט ע"פ רוח תורה"ק. נישט מיר וואלטן דאס געוואלט, און נישט "זיי" וואלטן עס געקענט אויסהאלטן. אבער זיי האט דאס נישט געשטערט. וואס איז מיר אינטערעסאנט, און דאס האט דער שרייבער פון די בליץ-פאסט אויך נישט באמערקט, איז אז דער קבלת פנים איז פארגעקומען אין דער "אבי-אבות," דער פארווערטס בנין! שומן שמים. וואלטן זיינע קינדער און אייניקלעך דארט אריינגעטרעטן?!

נאט אייך אן אינטערעסאנטע אשכול פון שמועסן איבער די משפחה ביק