Showing posts with label פלייש געשעפט. Show all posts
Showing posts with label פלייש געשעפט. Show all posts

Monday, July 8, 2013

ניקלשבורג'ער רבי קלאפט מזוזות אין סאטמאר פלייש געשעפט אין וואודבוירן - בהשתתפות הגה"צ אב"ד קהלתינו שליט"א וויליאמסבורג יע"א

טאמער האט איר געמיינט אז אין קאנטרי איז שא-שטיל אגאנצע וואך און נאר די קול ילדים וילדות משחקים און די ווייבערישע קוואקעריי ווערט געהערט - מאכט איר א גרויסען טעות. היינט איז נישט ווי אמאל. היינט צו-טאג רוישט די קאנטרי 7 טעג א וואך. די בתי מדרשים זענען פול מיט זיידענע אינגעלייט מעוטרים בעטרות של ד' וה' שורות אויך אין די ארבעטס טעג. מזוזות ווערן געקלאפט און שליוואוויץ ווערט געגאסען און לחיים ווערט געוואונשען. אלץ לכבודו יתברך, מקדש ש"ש זיין. לחיים, לחיים טובים ולשלום!