אז איר לאזט זיך אזוי פארפירן. מאסן פארזאמלונגען מאכט איר, ואין אתנו יודע על מה. אז מ'שרייט אז עס שוועבט איבער דאס יהדות החרדית אין ארה"ק א געפערליכע גזירה און קיינער ווייסט נישט פון וואס עס רעדט זיך בכלל. נישט אז מ'האלט אז ס'איז נישט קיין גזירה, נישט אז ס'איז פאראן חילוקי דעות צי די גזירה איז א שלעכטע צו נישט. מ'ווייסט פשוט נישט פון וואס ס'רעדט זיך. נישט אז מ'דינגט זיך צי ביי די שטרימפ איז גענוג כן וכך דעניער, נישט אז מ'דינגט זיך צי ס'איז געווען ניסים ביי די זעקס טעג מלחמה אדער דער ס"ם האט עס אנגעדרייט. מ'לעבט אינעם זעלבן כדור הארץ, אינעם זעלבן מדינה, אבער ס'איז כאילו ס'איז אן אלטערנאטיווער אוניווערס. ס'איז פונקט ווי נעבן דיר שטייט א מענטש און זאגט דיר: דו זעהסט נישט ווי דער פערדל מיטן גרויסן הארן אינמיטן קאפ פליהט ארום דא? אט, גענוי אזוי. "יעדער איינער" ווייסט אז מיט צווי צי וויפיל יאר צוריק איז געווען א שטיקל שעת הדחק און די חברי כנסת המינים אבען דאס ערלעדיגט. ס'איז אראפ פון סדר היום. נעקסט קעיס. מ'נעמט נישט קיין בחורים אין מילטער. סוף פסוק. נישטא קיין נייע גזירה. סטאטוס קוואו. נאר וואס? זעהט אויס די נייעס האט נאך נישט דערגרייכט די ביורא פון התאחדות הרבנים און פון די 2 - אדער דריי, אויב רעכנט מען די נייעס באריכט צייטונג - אידישע צייטונגן. זיי מיינען אז די גזירה איז נאך בתקפו.
וויזוי האט דאס פאסירט? וויזוי קען זיין אז צוויי מענטשן וואס האבען מער ווייניגער דעם זעלבן לעבנס שטייגער זעהט איינער נישט וואס דער אנדערער זעהט? וועלכע סארט בריללען קען העלפן? איז דאס דער איינפלוס פון אייער - קרי סאטמאר - אייגענעם פרעססע, און איר מיינט פשוט אז אלע אנדערע זענען פארקויפט פאר די פאר פיאסטער וואס מ'קריגט פון די דארטיגער רעגירונג? און נאר איר ווייסט דעם ריינעם אמת? איר מיינט טאקע אז חוץ אייך מיט די משוגעים פון "עץ" זענען אלע גרייט גיין אין מיליטער? אז נאר די פאר סאטמורים מיט תולדות זענען מסכים בלייבען ביים לערנען? און דאס איז נישט קיין איינמאליגע זאך. דאס גייט שוין אהן א פאר יאר אזוי וואס כמעט וואך איין און וואך אויס טראמפייטערן די קעפלאך פון אייערע צייטונגן וועגן מערכות אהין און מערכות אהער, און גארנישט. חוץפון אייך ווייסט קיינער נישט פון וואס ס'האנדלט זיך. אבער איר רעדט דאך מיט מענטשן פון מאל צו מאל פון אנדערע קרייזן אויך, פרעגט איר זיי נישט צי זיי גייען אויך צום פראטעסט? און אז זיי פרעגן וואס און וואו און דו פארציילסט זיי וועגן דעם "שרעקליכן גזירה", און זיי שטעלן אהן א פאר קעלבענע אויגן, הייבט איר נישט אהן צו טראכטן אז אפשר בין איך וכו'? און וואס איז ווייטער? ווי לאנג וועט איר זיך לאזען אזוי פארפירן?
איר זענט דאך קלוגע אידן, לאזט זיך נישט אזוי
As an aside I add an email communication I received today while writing this post:
Hi again. As per
Matzav today the anti
medina forces have scheduled an
asifa to protest drafting
leidek geyers into our esteemed IDF.
Rav Aaron of Chaim Berlin and
Rav Eli Ber will be there. As someone who has a
mesora from his father that when
litvaks and
Satmar Chasidim make
shulem so they can not support Israel it's a bad marriage, as it is built on
Sheker. As someone who put up the flag of Israel in my
heimish shul in KGH stating an appreciation to
Medinat Yisrael for donating $303,000,000 To support
Torah, (more than Joe and Faye Tenenbaum) and as someone who is a son of a survivor of 13 camps but felt his
zechus of fighting in 1948 in the
milchomo hakodosha of liberating our land was his greatest achievement, and as someone who was in front of the
Beis Yisroel at 5:00am for tea, and went to
Amshinov as well, and was
meshamesh Rav Hutner zt"l - I state today that the
yeshivish chasidic world has pushed me away, and that is why I am more
Chabad today than ever. I want to declare that we must protest these people for going against our
medina and I hope you can arrange a demonstration against them that day. Enough is enough. Sorry to take your time venting.