Showing posts with label תועבה. Show all posts
Showing posts with label תועבה. Show all posts

Sunday, July 24, 2011

.....כל זמן דער ליכטעלע ברענט



דער הייליגער בעש"ט נ"ע האט אונז געלערנט אז פון יעדען זאך קאן מען זיך עטוואס אפלערנען א דרך אין עבודת השי"ת. פונקט נעכטן נאכט, מוצש"ק, האט איך געהערט ווי דער ליובאוויטשער רבי, זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט אמאל דערציילט וויזוי דער בעש"ט האט דאס אויסגעלערנט פאר די תלמידים, נאכדעם ווי אן אוקריינישער ערל האט געבעטן אז מ'זאל אים העלפן ארויסשלעפן די וואגן זיינער פון א טיפער בלאטע. די תלמידים האבען געענטפערט אז זיי קענען אים העלפן, ווייל די בלאטע איז צו טיף און די פערדן צו שווער. דער גוי האט דאס אבער נישט אנגענומען, ער האט זיי געענטפערט אויף זיין שפראך: "מאזשעזש, דא ניע כאטשעטש," איר קענט, איר ווילט נאר נישט. און פון דעם האט דער הייליגער בעש"ט זיי געלערנט אז מ'דארף נאר וועלן, ווייל קענען קען מען יא, אפילו אז מ'מיינט אז מ'קען נישט, ווייל עס קומט נישט אהן גרינג. כאטש די דאזיגע פרשה וואס מען "פייערט" היינט אין מדינת ניו יארק האט נישט מיט פרומע אידן צו טוהן, ווייל ע"פ תורתנו הק' איז עס פארבאטען, קאן מען זיך אבער יא עפעס אפלערנען דערפון, גוטע זאכען דוקא, טיפע אפלערנונגען, עכ"פ לדעתי

גיט א קוק אויף די 2 פארשוינען אין דעם בילד. זיי האבען היינט, אין א מזל'דיגער שעה, "חתונה געהאט." דאס אז 2 מענטשן אין זייערע יארען האבן בכלל חתונה געשעהנט נישט יעדן טאג, און טאמער יא איז די שמחה א שטילער, בדרך כלל. א פארפאלק אין די יארען האט שוין בד"כ חתונה געהאט און געהאדעוועט א משפחה, חתונה געמאכט די קינדער, און ביידע האבען שוין - נישט ביי קיין שום איד געדאכט - פארלוירן א מאן אדער פרוי. בד"ג גט מען זיך נישט אין די יארען. זייער זעלטן אז 2 מענטשן אין די גאלדענע יארען זאלען חתונה האבן דאס ערשטע מאל. אין אונזער פאל איז אבער דער וועלט נאך נישט געווען גענוג "פארגעשריטן" ביז היינט, און די 2 פרויען האבן נעבאך נישט געקענט ביז היינט "זיגלען זייער ליבע" ביז היינט אינדערפרי. דאס אז די אלטיטשקע איז שוין היינט אין א וויעלטשער, די העלזל אירער איז איינגעוויקלט אין א גיפס, און קוים וואס זי גייט, נעבאך, דאס האט נישט אפגעשוואכט זייער שמחה, זי ווייזט פאר די וועלט אז זי האט געווינען דעם פארמעסט! זי קען יעצט אויסלעבן אירע יארן מיט גרויס פרייד, און ווען איינעק שטארבט וועט דאס אנדערע ירשנ'ען אלץ וואס זי פארמאגט, ווייל זי איז ארויס מיט דער גרעסטע נצחון מעגליך, און קיינער וועט ביי זיי דאס נישט צונעמען, אפילו אויב די וועלער וועלן דאס צוריקצוהען. ווייל זי האט שוין אויפגעטוהן וואזס זי האט געוואלט.


AP/AFP/Getty

פארוואס האב איך געברענגט דעם אלעמען באקאנטער ווארט פון ר' ישראל סאלאנטער, פרעגט איר? וויל איך טשעפן ר' ישראל, ח"ו? אינגאנצן נישט. דאס ווארט איז מיר פשוט געלעגן אויף די צונג לעצטנס, ווייל איך האב עס עטליכע מאל געהערט. אפשר איז דאס די "הוראה" וואס מ'קען לערנען פון די צוויי פרויען: אז כאטש זיי האבען אזוי לאנג געווארט אויף צו טוהן נישט קיין גוטע זאך, קען מען זיך לערנען אז מ'דארף האבען געדולד, מ'טאר זיך נישט מייאש זיין, ח"ו. ס'הייסט אז זיי האבען שוין צענדליגע יארען געווארט אויף "חתונה" צו האבען. ווען זיי האבען זיך באקענט מיט צענדליגע יארען צוריק איז דאס געווען גאר ווייט פון געשעהן, א וויסטער חלום, און דאך האבען זיי נישט אויפגעגעבן האפענונג. כאטש ס'איז נישט געווען איינגענעם, מ'האט פון זיי געלאכט און געשפעט, און אפשר נאך ערגער. מ'האט אויף זיי אראפ געקוקט און אפשר נאך אויסגעשאלטן. אבער זיי - די 2 ווארשיינליכע אידענעס - האבען זיך געהאלטן פעסט ביי די גלויבונג אז וואס זיי טובען און וויזוי זיי לעבן איז רעכט און נאבל. ר' ישראל'ס ווארט רעדט זיך טאקע וועגן תשובה, אז כל זמן ס'ברענט קען מען נאך פארריכטן, אבער אוודאי קען מען דאס בארגן אויף דער ענין התקוה ושלא להתייאש.

און איצט צום עצם הענין: מיר פארגעשריטענע מענטשן ווילן אז מ'זאל לאזן יענעם לעבן און זיך נישט מישן אין זיינע געשעפטן. פארוואס וויל מען דאס? פשוט. כדי יענער זאל זיך נישט מישן אין אונזערע געשעפטן... נאר וואס דען? די הייליגע תורה הקדושה לאזט דאך אבער נישט, און רופט עס אהן בשם תועבה, און ג-ט ברוך הוא האט פיינט תועבה, און זאגט אז ער שטראפט דערפאר, שפירן מיר זיך פאראנטווארטליך אז מ'דארף טוהן אלץ וואס מ'קען אויף אפצושטעלן אזעלכע זאכען ביי אונז אין לאנד. אזוי וואלט געדארפט זיין, עכ"פ, אבער למעשה איז עס נישט אזוי. פרומע אידן שפירן זיך גאנץ אומבאקוועם ווען עס קומט צו דער נושא, בכלל, און קענען זיך נישט אויסדרוקן דערוועגן, ספעציעל נישט ווען עס האנדלט זיך מיט די פרייע און גוי'אישע פרעסע. ער ווייסט אז מ'קוקט אים אהן ווי א מאדנער בריא אהן דעם וואס ער עפנט דאס מויל, נאר ווי ער שטייט און גייט, ער דארף נישט אז מ'זאל אים נאך צו דערצו פיינט האבן ווייל ער לאזט נישט 2 מענער וועלכע האבן זיך גאר שטארק ליב, און וועלן בלייבן לעבן צוזאמען לעולם ועד - נישט ווי א מאן און פרוי וועלכע שיידן זיך נאך א פאר יאר - חתונה האבען. פרומע אידן זענען בכלל ממעט אין פראטעסטן, א חוץ די אנשי סאטמאר ונטו"ק. און אז מ'גייט נישט פראטעסטירן קעגן שניידן וואוטשערס און לאו אינקאם האוזינג, וועט מען אוודאי נישט גיין אויף אזעלכע ענינים.

ס'נאך פאראן אסאך צו זאגן אויף דעם ענין

.....דאכט זיך מיר אז אין דעם פאל איז נישט קיין שייך קיין חשש הרהור

In a similar vein...