Showing posts with label Zionism. ציונות. Show all posts
Showing posts with label Zionism. ציונות. Show all posts

Wednesday, November 19, 2014

אחב"י בעלי ה"אמונה הטהורה" זענען כנראה נישט מודה אין השגחה פרטית העליונה

















נעכטן איז געווען א געפערליכע טאג. די שרעקליכע רציחות האבען צוטרייסעלט גאנץ כלל ישראל. וואו מ'איז נאר געגאנגען האט מען געשמועסט דערפון. מיט פרעמדע מענטשען און מיט די בני בית. מ'האט נישט געקענט קומען צן זיך. ס'איז שווער געווען צולייגען קאפ צו דער ארבעט. אידן וועלכע זאגען עדות אויף זיך אז זיי גלייבען ר"ל נישט אין תורה מסיני האבען אראפגענומען די תפלין פון די הויכע פאליצע און געלאזט טרערן ביים דאווענען. גאנץ כלל ישראל. כמעט גאנץ כלל ישראל. איין גרופע אידן האט אנשטאט קרעכצן און וויינען נאר געוויזען מיטן פינגער און געזאגט "אהא!" מיר האבען אייך געווארענט! אונזער רבי איז גערעכט! איר זענט אליין שולדיג! איר רייצט אהן די אראבער! איר צווינגט זיי צו שחט'ן אידען! הר הבית. שטחים. עזה. בלאה. בלאה. בלאה. שומו שמים. ווי קען א בן אברהם יצחק ויעקב נישט וויינען פאר די טויטע. פאר די אלמנות. פאר די יתומים. מיטאמאל איז נישטא קיין שכר ועונש. קיין התעוררות לתשובה. קיין פשפש במעשיו. נאר אונזער שיטה הקדושה. נאר די נצחנות. ס'איז נאר דא טבע און פאליטיק. פלוצלים איז נישטא קיין בעל הבית לבירה זו. עזה ה' את הארץ, ח"ו. און דוקא זיי פארשטייען די מצב דארט. נאר זיי ווייסען ווי די אראבישע קאפ פונקציאנירט. און מ'רעדט נישט דא נאר פון די ווילדע קנאים אנשי משה בער בעק. דא רעדט מען אויך פון ביזנעסלייט וואס לויפען נאכען דאלאר ווי א הונט נאך א ביין, איר זאלט מיר אנטשולדיגען. דא רעדט מען פון אידן וואס פארשטייען צו א גוט שטיקל פלייש. צו א וואך אין פלארידע אהן די קינדער. צו א "פער קאוט" פאר די אידענע, און א דריי פיסיגע מנורה.  זיי האבען אויך געטייטעלט מיט'ן פינגער. קיין קרעכץ האט מען פון זיי געהערט. קיין תהלים זאגען. קיין קבלה טובה אויף זיך גענומען לעילוי נשמתם. נאר נצחנות מלובש באיצטלא של קנאות. וויזוי איז דאס געווארען? מ'איז אייך מוחל די ביקור חולים און די איחוד העסקנים. לאזט א טרער פאר א צווייטען איד! הערט אויף מיט די נארישע פאליטיק, און הערט אויף צו ווייזען מיט די פינגער אויף יענעם.  אה, אנטשולדיגט, נישט נאר איין גרופע. די לינקע שונאי ישראל האבען אויך אזוי געזאגט. נישט נאר די שיטה הקדושה'ניקקעס. וכדי בזיון וקצף.

 זאל דער אייבערשטער, וואס ער איז א כל-יכול, אריינבלאזען אין זיי א רוח טהרה, און זאלען זיי זיך משתתף זיין בצערן של ישראל אהן קיינע פניות. מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די. ומחה ה"א דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן

Wednesday, May 16, 2012

א מיאוס'ע אטאקע אויף חסידות - a.k.a. how to get a haskomeh on a hateful booklet

It seems like some haters never rest. And some times they'll resort to lies and deception just to make their point, and in this case to get הסכמות, just to sell the book. This character went to the son of the Old Toldos Aron Rebbe, zt"l, telling him that he wants an haskomeh for a sefer that will feature תורות from his late father. He then did the old bait and switch. He went and published this booklet full of hateful attacks against Chabad and Belz, because that's what he does best. And the worst part is the הסכמה that he got and that is now weighing on the conscience of הרב ר' יוסף יואל קאהן, who realized what this זשוליק did and issued a מכתב הבהרה telling people that this is not what he saw when he wrote the הסכמה. He has said out loud that he is not מוחל this man בזה ובבא. This is typical of some of the hard-line Satmar/בני יואל types who see everything in the world through this very small prism of Zionism, etc. They live and breathe this stuff and will do everything in their power to spread this deceitful message. I suppose if the author was in business he'd be selling grey market electronics on Coney Island Avenue. You talk about anonymous bloggers? This anonymous booklet takes the cake.



ספר אמת מארץ תצמח

Friday, April 27, 2012

זכור ימות עולם והגדת לבנך

א נייע ביכל וועלכע העלפט ארויס עלטערען און לאזט זיי מחנך זיין די קינדער בדרך ישראל סבא אהן דעם וואס מ'זאל דארפען רעדן צו זיי. פון היינט און ווייטער וועט איר מער נישט "עקען און בעקען" ווען אייער קינד פרעגט אייך וואס איר האלט וועגן די ציונים וסייעתם. דאס ביכל רעדט פאר אייך און גיבט איבער די ריינער אידישע מסורה פון די ערליכע אידן שלא כרעו לבעל הציוני. זקניך ויאמרו לך - ה' אייר

Thursday, April 26, 2012

יום העצמאות במשנת הרב דוד מאיר דרוקמאן שליט"א




















"יום העצמאות - חתונה ללא חתן"

היינט איז "יום העצמאות" מוקדם אין מדינת ישראל. וויבאלד אז מארגען איז ערב שבת, און מ'האט מורא אז עס וועט קומען צו מאסן חילול שבת, חלילה, דורך דעם וואס די חגיגות וועלן אריינגיין אין שבת אריין, האט מען עס מקדים געווען צו ד' אייר. דאס זעלבע טוט מען ווען עס פאלט אום זונטאג אויך. דאכט זיך אז דאס קומט בפקודת הרבנים הראשיים. נישט אז איך גיי היינט בראטען פלייש אין פעלד - איך זאג עס אלץ בלאג שרייבער, נישט מער

הרב דרוקמאן מראה לנו איך שאפשר לדבר באופן עקבי, "קאהערענ"ט" בלע"ז, מבלי לשרוף דגלים ולקלל, ומבלי להתנשק  עם שונאי ישראל. והעיקר מבלי לעשות חילול ה'. הוא מדבר להעובדות, מה שבעצם גורם רק שיסתכלו פנימה וינסו לשפר קצת את המצב. כ"א יודע שהמדינה לא יתבטל ושהיא עובדה. רק כמה משוגעים חושבים שיהי' טוב ליהודים אם המדינה תתבטל. השאלה היא רק איך ליגש להענין באופן אידיאלוגי, אבל כו"ע מודי אז מ'דארף דאנקען דעם אייבערשטען אז ער האט געגעבן א לאנד - ארץ אבותינו - וואו מ'קאן אויסלעבן בשלום ובשלוה מתוך לימוד תוה"ק וקיום המצוות בהידור. מער ווייניקער. ס'איז דא אסאך אסאך ארבעט, בפרט בעניני חינוך און "בטחון" וכו', און מ'דארף געדענקען ווער זיי זענען אמאל געווען און וואס זיי האבען געטוהן צו אונז, אבער קיין פלאץ איז נישט 100% אין ארדענונג, אפילו נישט שיכון סקווירא... כ'מיין נישט צו טשעפן סקווירא דוקא. איך האב זיך נאר נישט געקענט איינהאלטען.

אשרינו חסידי חב"ד שיש לנו רב חשוב כזה שמקדש שמו של הקב"ה  - ושל חסידי ליובאוויטש ובראשם כ"ק אדמו"ר זי"ע ברבים. ער איז א קול של שפיות מצד אחד, און מצד שני איז ער עומד בתוקף על המשמרת סיי אין כרם חב"ד און סיי אין כללות כלל ישראל. עס גייט אים זייער ווייניג אהן וואס מ'זאגט וועגן אים, און צו ס'איז פאפולער וואס ער שרייבט

כדאי מאד לבקר אצל דף שלו בוויקיפעדיא