Showing posts with label קאלמאנאוויטש. Show all posts
Showing posts with label קאלמאנאוויטש. Show all posts

Thursday, August 14, 2014

'אמעריקאנער סינדראם - חלק ב

















So Part I was in Yiddish. Today I'll do English. Just because. לא בא לי לכתוב באידיש היום.

I have no beefs with Reb YY Kalmanovitch. They say he checks his tefillin every day, every inch of the retzuos, to make sure that they're mamesh black. That he davens for hours till literally klois haNefesh. That he learns until he physically can't anymore. 20 hours a day. Friends of mine have told me that chas vesholom to speak ill of him. Which is good, because I do not intend to. What I write here is not to attack the messenger. כי מי אני ומה אני, עפר רימה ותולעה. b'etzem, what's left for me to say? A man who apparently - based on what people tell me - has no shaychus to the real world spoke up last week and said that 1) we cannot be mispalel for the success of the IDF. And 2) That it's better for these soldiers who are sinners to die in combat al kiddush hashem rather than returning to their sinful lives and to die a natural death. And he has proof for everything he says! גיי טענה זיך מיט אזא איינער. So what's behind people who spend their time engrossed in Torah and prayer having such feelings and preaching such ideology? I have a theory. ברשות הקל החונן דעת. Hear me out please.

There are several figures in our generation, Haredim living in E. Israel, who were known to espouse extremist views:
1) Moshe Hirsch
2) R. Eli Weintraub
3) R. Y.Y. Kalmanovitch

The common denominator is the fact that they were born in the United States and later on went up to the Holy Land, where they came in contact with "real" Jews, not the American diluted Jew. Yet, in Israel they each went their own extreme way. Hirsch married Katznellenbogen from NK and fell in love with Yasser Arafat. His kids follow in his ways - somehow the meshugoyim always manage to perpetuate the meshigas. And the latter two became quasi-independent tzaddikim in the greater Litvish/Bnei Torah world, with extreme views, even more than the Brisker Rov and Chazon Ish. What they lack is proper hadrochoh. They get to the Holy Land and they acquire an acute form of Jerusalem Syndrome. They fall in the love with the zealots, thinking that this must be the right and proper way, since everything they do is old-fashioned, so how they think must also be authentic! They become their own guiding lights, they accept no מרות. In essence it's like a Baal Tshuvah  (no offense) or a newcomer to a certain chassidus; if he does everything just by the book, but without consulting those that have a little seniority on him, האט עס אזא פנים.  You can sit all day and look up reasons to divide Jews and build walls. You'll probably find many such quotes and "proofs." But you'll be wrong. That doesn't mean that you don't supervise who your children are friendly with, but you don't become a professional מקטרג either. Especially not בשעה שהשטן מרקד בינינו and Jewish blood is being spilled. In other words timing is everything. And this is not to absolve myself from learning and davening, but what good is the learning and the davening if it doesn't bring to Ahavas Yisroel?
















Stay Tuned for Part III. בעז"ה


Wednesday, August 6, 2014

'וואס איין דרשה פון א איד קען אלץ אנמאכען: חלק א


















אין ארץ ישראל טוט זיך א קליינע שטורעם. איינער, א איד, א בן אברהם יצחק ויעקב, וואס מ'זאגט אויף אים אז ער איז א צדיק נשגב וגאון עצום וועלכע איז אינגאנצען איבערגעגעבן לו יתברך. ער דאווענט שעות ארוכות און לערנט עד מיצוי הנפש. כפשוטו ממש. ער איז א מהדר במצוות שאין כדוגמתה. ער איז אינגאנצען מובדל פון די ציוניסטישע רעגירונג, און באנוצט זיך נישט מיט זייער ניי-ערפינדענעם שפראך. דער איד האט לעצטנס געדרשנ'ט אין בני ברק און האט מיט זיינע ווערטער מצליח געווען צו טוהן וואס קיין שום גוי, להבדיל, האט נישט געקענט: מאחד זיין כמעט גאנץ כלל ישראל! וואס האט ער געזאגט? האט ער מעורר געווען אין די ניין טעג צו אהבת חינם? וואס דען, זאגט איר. נאר אזוי קען מען מאחד זיין אידן. אבער ווייזט אויס אז ס'איז פאראן נאך מיטלען. אמאל באווייזט איינער אז דוקא מיט דברי פירוד פועל'ט מען דאס פארקערטע.

בא נגיד את האמת:

אין ארץ ישראל הערשט א שטיקל בלבול המוחות בשעת מלחמה. כל אחד שיש מוח בקדקדו וויל אז די ישראל'ישע מיליטער זאל זיגען. אז נישט איז אויס מדינה. נאר וואס? די אזוי גערופענע קנאים רעדן זיך איין אז היינט איז 1922 און רבי חיים זאנענפעלד זיצט אויפ'ן בענקל און ער גייט זאגען פאר'ן מלך אבדאללה אז מ'דארף נישט קיין מדינה. אבער איינער וואס האט א טראפ שכל פארשטייט אז צוריק גייט א קאזע. מ'קען נישט מתפלל זיין אז די מדינה זאל ווערן אויס אהן שפיכות דמים, במחילת כבוד די ויואל משה און די פאר נטו"ק חולי נפש. איז ממילא טאמער וויל מען אז די זעקס מיליאן בלעה"ר כ"י אידן זאלען ווייטער קענען לעבן רואיגערהייט אין ארץ אבותינו דארף מען אז די אידישע מיליטער זאל מנצח זיין. פראסט און פשוט. זאגט מען תהלים, מ'מאכט מי-שברך'ס, מ'שמייכעלט צו א סאלדאט - כל חד לפום שיעורא דיליה. יעדער איינער האט זיין גרעניץ וויפיל ער איז באקוועם צו טוהן אהן שפירען אז ער ציהט איבער די שטריק פון "התבדלות" פון די חילונים. ס'איז אפילו פאראן אזעלכע וואס וואלטען באמת געוואלט אנטוהן מונדירען און גיין און געבן פאר אונזערע שוועסטער-קינדער אפאר גוטע קלעפ! פשוט אלץ "האחיכם יצאו למלחמה וְאַתֶּם תֵּשְׁבוּ פֹה?" העלפט אבער דער אייבערשטער און די מלחמות ענדיגען זיך גאצץ שנעל, אזוי אז ביז יענער איז מחליט איז שוין דערנאך. מ'רעדט פון חרדים דא, שיהיה ברור. איינער וועלכע לעבט אין ארץ ישראל און געניסט פון די עלעקטריק און שאסייען פון מדינת ישראל, אפילו ער נעמט נישט קיין איין און איינציגע פיאסטער פון ישראל'ישע געלט, ער לעבט נאר פון אמעריקאנישע טריפה'נע געלט - דארף מכיר טובה זיין.

איז אלץ קלאר און דייטליך, וואו, פונקט, איז די בלבול המוחות פון וואס איך רעד? דאס איז ביי אזעלכע "קנאים" וואס ביי זיי איז די שיטה נישט 100 פערצענט קלאר. זיי האבען נישט קיין ויואל משה. זיי שטימען יא ביי די נאציאנאלע וואלען, אבער נאר כדי צו פאלגען די גדולים. נישט ח"ו ווייל זיי גלייבען אינעם רעגירונג. זיי באלאנגען בדרך כלל צו די ישיבה'שע-ליטווישע קרייזען. זיי וואלטען געוואלט זיין בריסקער קנאים אבער קענען נישט, מאיזה טעם שיהיה. אפשר צוליב דעם וואס צו זיין א בריסקער איז שווערליך און אביסל מאדנע. איז היות אז זיי זענען מענטשען מיט מענטשליכע געפילען קומט צו זיי נאטירליכערהייט אזעלכע געפילען אז זיי ווילען אויך אז צה"ל זאל מנצח זיין. פשוט ווייל אך און וויי טאמער פארלירען זיי! אבער לאחר המעשה - צו גאר בשעת מעשה - מישט זיך אריין די יצר הרע און קומט מיט אזעלכע א.ג. פרומע טענות אז היתכן אז זיי שטיצען די טריפה'נע צה"ל! איז פאר אזעלכע מענטשען איז די דרשנים און גדולים וואס קענען גוט געבן צו פארשטיין פארוואס הכרת הטוב איז בכלל נישט נוגע אהער, און פארקערט! מ'דארף גאר שרייען אז די מדינה איז שולדיג אויף דעם אז מ'שחט אידן, ר"ל. אבער ווער קען זאגען אזעלכע ווערטער אהן דעם וואס מ'זאל אים באשטיינערען? נאר א "גאון און צדיק." אזוי אז סתם באשקצ'ן א גאון צדיק קען מען נישט. בלייבט איבער נאר אז די אחדות איז צובראכען, און די ברכנו אבינו כולנו כאחד איז שוין אויך נישטא. און אזוי האט דער שטן מנצח געווען.