Monday, December 14, 2009

א בריוואלע לכבוד חנוכה


לכבוד ידידי ר' הירשל שיחי-ה

עס איז שוין חנוכה. די לעכטלעך האט מען שוין אנגעצונדן, אביסעל דריידל געשפילט, געגעסן א פאר לאטקעליך און די קינדער שלאפן שוין. דער טאטע אליין וויל אויך אביסעל הנאה האבן פון דער פרייליכן יו"ט. נו, א גוטע געדאנק, לאמיר גיין זעהן וואס טוט זיך ביים צירקיס, אפשר וועט מען גאר זעהן ווי דער ציג שפרינגט און טאנצט. ב"ה, מיר זענען נישט אנטוישט געווארן. דער ציג איז גאר אין פולן שוואונג. און די אלע מיני לֵצים מכל הסארטין שפילען אין זיינע געצעהלט. דא קען מען טרעפען גאר ערנסטע לֵצים מיט א שטארקע אידיעלאגיא, פארביסענע ברוגז'דיקע לצים מיט זייער מאוימ'דיקע פֶּנימער, און אויך אן א שיעור גלאט אידיאטישע לֵצים. אלע זענען זיך צאם געקומען מהנה צו זיין דער עולם. קוקנדיק אויף די גאונישע פלפולים פון די אלערליי חברה איז מיר גראד איינגעפאלן א תירוץ. יא! א תירוץ צו דער אלטער קשיא פון דער הייליגער בית יוסף. איך האב אנגעהויבן צו טראכטן ווי אזוי עס האט מן הסתם אויסגעזען ווען מען איז אריין אין בית המקדש גלייך נאך דער מורא'דיגער נצחון פון די חשמונאים. מען קען זיך פארשטעלן אז עס איז געווען גאר גרויסע נייעס און דער עולם איז געקומען לויפן פון אלע זייטן: ליטווישע, חסידישע, עולמ'שע, פּוילעשע, חב"דניקעס, קנאים, און אפשר א פאר מאדערנע אויך. נו! אז עס איז דא אזא עולם האט דאך יעדער א דעה.

די ערשטע זאך דארף מען באקוקן דעם הכשר אויף דער קריגעלע, אַה! א הכשר פון א כהן "גדול". דארף מען דאך מברר זיין צו ער איז באמת א "גדול." נו, אפשר איז ער געווען א ביסל געכאפט אין דער ציונית, וואלטן אונזערע קנאי'שע אידעלעך נישט צוגעלאסט נוצען זיין הכשר, בפרט נאך פאר אזא הייליגער מצוה ווי צינדען דער מנורה אין בית המקדש. די מאדערנע (קרי ר.ק.א.) האבן מורא געהאט "ווער קען וויסען אפשר איז דער כהן "גדול" גאר געווען א לויבאוויטשער!" נו, דארף מען אים אונטערזוכען און זען אויב ער האט גחתמ'ט אויף זייערע נייע אני מאמין'ס. די סנַאגס וואלטן געזאגט אפילו אויב ער חתמ'ט אויף די נייע אני מאמין'ס העלפט עס גאר ניט. לאידך די לויבאוויטשער האבן מורא אז אפשר איז דער כהן גדול א מאל געווען אין דער התאחדות איז דאך דער שֶמֶן זיכער טמא, אדער אפשר איז דער "גדול" גאר א מתנגד! איז דאך ערגער ווי אלץ. פארשטייט זיך אליין אז על פי דרך הטבע וואלט מען קיין מאל נישט געקענט אנצינדען די מנורה נו, איז געווען א מורא'דיקער נס אז דער עולם איז געווען פארנומען - אולי זענען זיי אלע געווען אויף הירשל'ס בּלָאג - האט מען געקענט צינדען די מנורה, און וועגן דער אומגלויבליכע נס האט מען צוגעלייגט נאך איין טאג חנוכה.אויב דער תירוץ שטייט שוין אין איינע פון אונזערע הייליגע ספרים וועל איך מוזן זאגן ברוך שכוונתי.

א לוסטיגען און פרייליכען חנוכה,
פון דיינע אמת'ער גוטער פריינד
----------------------
הירשל, אלץ חסידישער יונגערמאן זאלסטו שטענדיק געדיינקען אל יבוש מפני המלעיגים

6 comments:

Anonymous said...

Hirshel'
According the Ramban the Cashmonoim had no right to the Melicha, so their is some Zionisim involved Racmono Litzlan

yehupitz said...

Nice.

Yosef Greenberg said...

קרי ר.ק.א.

?וואס מיינט דאס

Anonymous said...

Yosef.

I assume it's the RCA

Friendly Anonymous said...

I'm glad that I'm not the only one to view this venue as entertainment and nothing to get my knickers in a knot over

shelo asani chareidi said...

Anon: Not only ramban either.

My yiddish spelling is atrocious so I'll spare you all having to read it. This one was great! ah greyse shkeyach and thanks to whoever it was who gave a shoutout to a pohr moderne.

BTW (or is it agav?) there's reason to believe that the pach shemen was gehechshert by none other than Manaleus (the כשר שביניהם of the hellenists) so not only was there Zionism r"l but ah ma yofisnik oichet!