Showing posts with label יידיש. Show all posts
Showing posts with label יידיש. Show all posts

Monday, August 11, 2014

"בנימין חייטאווסקי זינגט דאס ליד "א נאמען

 

גיט מיר אָפּ אַ מזל־טוב
איך זאָג אייך אָן אין פריידן
כ'בין ערשט געווען אַ יונגער מאַן
!היינט זעט איר מיך אַ זיידן
מסתמא וועט איר פרעגן באַלד
?צי כ'האָב מיט דעם דערפרייט זיך
אוי! אויף דעם קען איך אייך ענטפערן
!דאָס רעדעלע -- עס דרייט זיך

 די עלטערע זיך עלטערן
 און נאָך דער יוגנט בענקען
 די קינדער ווערן עלטערן
 און אייניקלעך אונדז שענקען
 איר זאָלט נאָר, כ'בעט אייך
 אָנקוקן דעם בחורעץ, דעם חתן
 דאָס איז אַ יאַט פון יאַטנלאַנד
 אין זײדן אויסגעגאָסן

 נאָר אָט איז געקומען
 געבן אים אַ נאָמען
 אייך דערצייל איך
 --אָט דעמלט איז געוואָרן אונדז אַביסעלע ניט פריילעך
 אַזוי פיל אומגעקומענע
--עס נעמט ביים האַרצן קלעמען
 ?נאָך וועמען זאָל דער נאָמען זיין
 ?אים אָנרופן נאָך וועמען

 ניטאָ אַזאַ שיין יינגעלע
 וואָס שיינט ווי זיבן זונען
 מיין איידעם, זאָל געזונט מיר זיין
 אַן אויסוועג האָט געפונען
 גענוג זאָגט ער, דאָס טרויערן
 דאָס מזל שיינען זאָל אים
 מיר וועלן אונדזער יינגעלע
 !אַ נאָמען געבן: שלום

  H/T Dov-Ber Kerler

Tuesday, February 12, 2013

וועגן מחילה, ונתנה תוקף און פריצ'ישע ווארעניקעס - חלק ב' פון א סעריע



'חלק א

איינער פון די רבנים אין די ישיבה וואו איך האב געלערנט, איז אמאל געגאנגען מיט זיין פאטער, א געראטעוועטער פון די
מלחמה, א געבליבענער פון די לאגערן, כדי צו באקומען א געוויסע קצבה פאר ניצולי שואה. ווארטנדיג דארטן, צווישן אנדערע ווי איהם - אלטע אידן, שארית הפליטה - ווערט בא איהם, בא דער פאטער, די פנים בלאס, אין די הענט הייבן אהן ציטערן. "וואס איז געשעהן, טאטע?" פרעגט בא איהם זיין זון, מיין רב."זעהסט איהם?" ווייזט ער מיטן פינגער אויף אן אנדערן איד'ן דארטן, אן אלטער ווי ער. "זעהסט איהם? איך געדענק איהם. איך געדענק איהם גוט. ער איז געווען מיט מיר אין לאגער. א קאפו. א קאפו איז ער געווען. און נישט סתם א קאפו - איינער פון די גרעסטע אכזרים צווישן זיי!"זיין זון, האט שוין געוואלט אויפשטיין, שרייען, מבייש זיין אים, ווי אזוי קען דאס זיין? ער? זאל ווארטן צוזאמען מיט אלע? גלייך ווי אלע? גלייך ווי זיין פאטער?!אבער זיין פאטער, האט אים נישט גלעאזט. שטילערהייט, האט ער געזאגט -"ס'איז נישט מיין נקמה צו נעמען, און ס'איז נישט מיין מחילה צו געבן. ער וועט באקומען וואס עס קומט אים, פון אים" האט ער געזאגט, ווייזנדיק מיטן פינגער כלפי שמיא.און ער איז געבליבן זיצן שטילערהייט, מיין רב'ס פאטער. ווארטנדיג, גלייך ווי אלע.

נעכטן האבן מיר געמאכט אן אינטערוויו מיט אברהם ישעיהו הענדלער, אדער ווי ער איז מער באוואוסט - ארקאדי גענדלער. ער איז א איד פון אונדזערע קהילה אין זאפאראזשע, אוקראינע, 91 יאהר אלט, און מיר האבן געוואלט א ביסל הערן וואס האט ער צו דערציילן וועגן ימים-נוראים פון זיינע יונגע יאהרן. ער איז געבוירן געווארן אין סאראקע, באסאראביע. היינט - דרום אוקראינע. יעמאלט - רומעניע. גוי'איש האט ער געלערנט ווען ער איז געווען צוונאציג יאהר אלט. ביז דאן, האט ער גערעדט נאר אידיש. דער אינטערוויו איז געווען אויך כמעט גאנץ אויף אידיש, און א טייל אויף רוסיש. ברענג איך אייך דא א פאר מעשה'לעך, וועלכע איך האב געהערט פון אים ערשט נעכטן. האט הנאה. איך וועל דאס ברענגען אויף העברעיש, ווי איך האב עס געשריבן אויף מיין פייסבוק.

א. הוא זוכר שבבית-הכנסת בנערותו, הנשים לא ממש ידעו לשון-הקודש, ולא תמיד ידעו היכן אוחזים בתפילה. כאשר הגיעו !לתפילת 'ונתנה תוקף', הרים הגבאי את קולו וצעק לכיוון עזרת הנשים -"ווייבער, וויינט"

ב. הוא הגדיר את אביו כך: "מיין טאטע איז נישט געווען א רעליגיעזער. שבת האט ער געהיט, געגעסן נאר כשר, יעדער טאג
האט ער געדאוונט מיט טלית ותפלין, סוכות ס'איז געווען א סוכה, חנוכה האט מען אנגעצונדן חנוכה-ליכט, פסח איז געווען א סדר, און פורים האט מען געטרונקען וויין און געגעסן המן-טאש. אבער א רעליגיעזער מענטש איז ער נישט געווען"....


ג. הוא סיפר על סבו, שהיה קאנטוניסט שהתחתן בגיל 55, הספיק להביא שמונה ילדים לעולם, והאריך ימים עד גיל 108. אביו של אותו קאנטוניסט, היה יהודי שחכר אדמה מפריץ, כמו הרבה יהודים אז, שלא יכלו להחזיק אדמה ברשותם עקב גזרות המלוכה, אלא רק לחכור מהפריץ. יום אחד, הפריץ קרא ליהודי שלו, ה"עלטער זיידע" של היהודי איתו שוחחנו, כדי לדון איתו במצב העסקים והאדמות. כשהגיע היהודי, אחז הפריץ באמצע ארוחת-הצהריים. הפריץ ביקש ממנו להמתין עד שיסיים את ארוחתו, ובינתיים הציע לו להצטרף אליו כשהגיש לו צלחת בשר מהבילה. היהודי התנצל, ואמר לו שכיהודי שומר מצוות, אסור לו לאכול את הבשר הזה. הפריץ בתגובה, העביר לו צלחת עם 'ווארעניקעס' (מין מאפה ממולא, פעם בתפוחי-אדמה, פעם בגבינה, וכדומה). היהודי שוב התנצל, ואמר שגם זה אסור באכילה עבורו, עקב אמונתו. הפריץ בתגובה לזה מזג לו כוס יין משובח, ואמר שהוא מקווה שלפחות יין מותר לו לשתות.. היהודי שוב התנצל, ואמר שגם זה אסור לו. הפריץ התעצבן, ואמר שנמאס לו מהחוקים הטפשיים של היהודים. "אם היית ביער, היו ניגשים אליך שודדים, מכוונים אליך אקדח, ומכריחים אותך לאכול - מה אז היית עושה?!"הסביר לו היהודי שזה כבר נקרא 'פיקוח נפש', והחיים מאוד חשובים ביהדות, לכן במקרה כזה היה מותר לו לאכול מן המאכלים הללו.הפריץ בתגובה, פתח את המגירה, הוציא אקדח, כיוון אותו אל היהודי ואמר לו - "שתה עכשיו מן היין!"ראה היהודי כי כלתה אליו הרעה, ושתה. לאחר ששתה, הניח הפריץ את האקדח חזרה במגירה, ואמר ליהודי - "אני מקוה שלא נפגעת ממני, סך-הכל התכוונתי להבהיל אותך, לא באמת התכוונתי לירות.."ענה היהודי: "לא, אדוני הפריץ, לא נפגעתי. רק חבל שלא הוצאת את האקדח בשביל הווארעניקעס"...


ד. (אחרון לע"ע) אין יענע יארן, ווי באוואוסט, זענען די שכנות'דיקע באציאונגען צווישן די נייע עולים פון מאראקא און רומעניע, נישט געווען אינגאנצן יום-טוב'דיג... געהערט האב איך איינער דערציילן, א וויזשניצער חסיד, איז געווען אין יענע יארן, א מגיד שיעור אין א בית-מדרש. זיינע צוהערער זענען געווען נייע עולים פון רומעניע. איין מאל האט אים איינער פון  די רומענער, געפרעגט: רבי, זאגט מיר, די ציגיינער, זיי שטאמען פון אידן?"


Thursday, February 7, 2013

וועגן קאטשקעס און פירזאגערינס... - זכרונות פון די נישט ווייטע פארגאנגענהייט


















פון הרב מיכאל אוישי, א ליובאוויטשער שליח אין זאפאראזשע, אוקראינע  

די קומנעדיקע ווערטער האב איך געשריבן צו א חבר וועגן 'מיין שול', דער שול וואו איך בין אויסגעוואקסן אלס קינד. איך האף – און איך מיין טאקע – אז עס וועלן זיין דא א מענטש אדער צוויי כאטשיע, וואס זאלן דאס ליינען מיט גרויס אינטערעס.   

"איך געדענק נאך אזעלכע, אין שול .. אז דער אייבערשטער איז "געשטארבן מיט זייערע עלטערן, שוועסטער און ברידער, אין דער 'מאַלכוּמע'". אבער זיי פלעגן גיין יעדער שבת אין שול אריין, שבת'ע נאכט און שבת בא פרי. געדאוונט אלצדינג, פון אנהייבס ביזן סוף, און מלחמה געהאט אויף יעדער קליינשטשיקער מנהג אין שול, ווייל "דאס איז אונדזערע אידישקייט". איך געדענק די ווערטער ווי איך וואלט עס געהערט אט אצינדערט – "מ'דארף קענען. נישט זיין פאנאט – אבער קענען". די מענטשן, געדענק איך גוט. מיר האבן געהאט א גבאי, יענקל האט ער געהייסן, און 90 יאהר אלט איז ער געווען. א פוילישער איד, מיין איך. ער פלעגט פארמאכן די ווענטילאטארן אום ליל-שבת, נאכן דאוונען. און אז מיין טאטע האט אים א זאג געטאן – "יענקל, שבת!" פלעגט ער ענטפערן, קורץ און שארף – "ר' ברוך, דו צאלסט..?!" אז מ'רעדט שוין וועגן יענקל דער גבאי – ער איז געווען 90 יאר אלט, זינט איך געדענק אים – איך בין געווען 4 יאר אלט - ביז זיין לעצטער יאר – איך בין שוין געווען א ישיבה-בחור. אלעמאל, ער איז געווען "ניינציק יאר אלט"... איך געדענק נאך די 'פירזאגערין' – ווייסטו וואס איז דאס? ווייבער, פלעגן דאך זאגן 'תחינות'. אבער ליינען אידיש האבן זיי דאך נישט געקאנט... דערפאר האט די שול געהאט א מין 'חזן'טע' – זי פלעגט זיי אויסליינען א תחינה, יעדער תחינה לויט א בקשה. אזא מין חזן'טע האט געהייסן – א פירזאגערין. איר 'נאמען' איז געווען – 'מלכה'לע סאלדאט'. מסתמא אזא נאמען האט מען איר געגעבן ווייל זי האט זיך געפירט מיטן מאן און קינדער אלס גענעראל... די 'צערעמאניע' האט זיך אנגעהייבן בשעת'ן פתיחת-הארון – "אויסנעמיס" – אויף ווייבער-שול לשון. די מענער פלעגן יעמאלט ארויסגיין, רויכערן און רעדן (שבת, יום-טוב, ראש-השנה, נישט קיין חילוק. נאר אום יום-כיפור האט מען קיין ציגארעטל נישט געזעהן) און אינעווייניק, אין שול, זענען געבליבן נאר די "בערדישע" – די אידן מיט די בערד. 'חרדים'. יעמאלט זענען זיי געווען נישט מער ווי א מניין מיט א האלב, צום מערסטנס. די אנדערע פלעגן צוריק אריין קומען ווען ס'האט זיך דערהערט דעם 'יקום פורקן' – דעמאלטס פלעגסטו הערן פון דער אויסן "שוין, מ'הייבט אן". און די ווייבער, בשעת'ן פתיחת-הארון, פלעגן אנהייבן – "מלכה'לע, פאר מיין זון, ער דארף שוין האבן א כלה". "מלכה'לע, פאר מיין מאן, פלאצן זאל ער, אויף געזונט" – און מלכה'לע הייבט אן מיט די תחינות, יהי רצון אהין, יהי רצון אהער. און וואס מער געלט וואס מ'שטעקט אריין (שבת, יום-טוב, ראש-השנה, יום-כיפור, מאכט נישט אויס. בדנפשות – שאני) – וואס מער גיט מלכה'לע מיט געפיל און טרערן... און אז דיי ווייבער פלעגן שוין נישט זאגן, נייערט קוויטשען, פלעגט יענקל דער גבאי געבן א געשריי: "קאטשקעס, שאט'ס!" און איך, אפשר ביז מיין בר-מצוה, בין געווען זיכער, אז 'קאטשקעס' – הייסט 'ווייבער' אויף אידיש..





































דער הייליגער בעלזער רב זי"ע פלעגט ווארטען אז די אידענעס זאלען ענדיגן זאגען די תחינות בשעת פתיחת הארון

Tuesday, February 5, 2013

א "פלאפ" מיט אן אל"ף



















דער "פארווערטס" זעהט ענדליך איין אז דאס צוקונפט פון אידיש איז ביי די פרומע אידעלעך

ווער געדענקט דען נישט ווי זיי האבען בכלל נישט גערעכנט פרומע אידן אין די אידיש-רעדנער ציפערן? מה נשתנה אז איצט האבען זיי געהויבען הענט און קומען בעטען פרומע אידן זאלען לייענען און שרייבען ביי זיי? און זיי וועלן נאך בייטען די כללים פונעם הייליגן שפראך אבי מ'זאל קומען ליינענען ביי זיי? ווער וואלט געגלייבט? כ'פארשטיי אבער נישט וויזוי זיי פלאנען צו צינהען פרומע לייענער בשעת אינעם זעלבן צייט איז זייער שוועסטער-צייטונג פול מיט אנטי-פרומע העצעס, וואך איין און וואך אויס. און די וועבזייטל כמעט טאג איין טאג אויס. וועלכע פרומער איד קען צוקוקען ווי באשמוצט אים, זיינע קינדער, זיינע געעהרטער רבנים, ראשי ישיבה און אדמו"רים און שטיצען אזא אויסגאבע? טאמער גלייבט איר נישט קענט איר זעהן וואס איז נאר וואס אראפ פון די דרוק אינעם ענגלישן וועבזייטל - אזא שטיקל באלאנגט אין "דער שטורמער" נישט אין א אידישען צייטונג, אוודאי נישט קיין פרומער. אחוץ טאמער ווילען זיי אז די פאר אפגעפארענער זאלען קומען שרייבען און לייענען ביי זיי.... אפשר מיינען זיי אז פון זיי וועט קומען די ישועה? חאחאחא, האט איוואן הויך געלאכט, זיי איז שוין נמאס פון אידען און אידישקייט. אידיש בליהט אין די פרומע קרייזען. נישט אין די פארטייאישע צייטונגען, נאר אין פריוואטע פורומס ווי אייוועלט און קאווע שטיבל. דארט קען מען "אויסטוהן דעם היטל," פארקאטשען די ארבעל און זיך אפרעדן דאס הארץ. מ'קען אפילו קריטיקירען דעם חרד'ישען סיסטעם און אפילו רבנים און רביס. אבער דאס איז צווישען היימישע, אונזערע, מ'וועט נישט וואשען די וועש אויפ'ן גאניק, ווייל אידן, אידישקייט און תורה איז ביי זיי טייער און הייליג. מ'קען קריטיקירען אבער ס'איז מיט א ציל, צו פארבעסערן, נישט אונטער צו רייסן. און דערפאר וועט דער פארווערטס' פראבע צו אריינטרעטן ביי פרומע אידיש-רעדנערס זיין א "פלאפ," ווי זאגט מען דאס אויף פארווערטס אידיש? וויס איך נישט, אבער אוודאי וועט איר שוין טרעפן א פאסיגע ווארט. אבער טאמער באשטייט אייער פארשלאג נאר אין דעם אז איר וועט בייטן איין אות אין איין ווארט קענט איר גלייך פארגעסן דערפון און זיך איינשפארן געלט און מוטשעניש און זאפארט פארשליסן דעם בלאג. א שאד אויף אידישע - צו יידישע - געלט

בילד פון וויקיפעדיא

Wednesday, July 25, 2012

!יידיש פארם - זהירות, נשים



דאס אידישע שפראך האט נאך א כח, זעהט אויס. און ערד ארבעט אויך! צו איר זענט א אידישיסט צו נישט, דארפט איר דאס מודה זיין. נישט אז אידיש אליין איז א "זאך" פאר זיך, שוין, אפשר יא, וואס זאג איך? אוודאי יא! אבער עס ציהט מענטשן צוריק צו תורה און מצוות. מענטשן זעהן איין אז דאס שפראך איז געקניפט און געבונדען צו תורה און מצוות, און אז מ'האט ליב דעם שפראך קומט מען נענטער צו א אידישען לעבנסשטייגער. פונקט קאפויער פון ווי ס'איז אמאל געווען. אמאל אז מ'האט "ליב געהאט" אידישע שפראך און ביכער האט עס געמיינט אז מ'איז אנטי-דת. אבער אויך דאס אז אידיש ציהט צוריק צו תורה איז נישט ביי אלע שיכטען און קרייזען. ביי די חרדי'שע אידן וואס אידיש איז ביי זיי נאך דאס מאמע לשון זעהט מען ווי זיך אריינטוהן אין אידיש קען מעביר על הדת זיין. יונגע מענטשן וועלכע האבען שוועריקייטן מיט ענגליש טרעפן א נייער אויסוועג אין אלטע אידישע ביכער וועלכע זענען לאו דוקא ע"פ רוח ישראל סבא. זיי באסמאקעווען זיך אין די אלטע שרייבער און ווערן צוביסלעך אוועק געצויגן פון א לעבן פון תורה און מצוות. אבער דא רעדט מען נישט פון די סארט אידן. דא רעדט מען פון אידן וואס ווי ס'זעהט אויס קומען פון נישט חרדי'שע הונטערגרונדען און וויילען א פאר טעג צו וואכען אויף א אידישע פארם וועט נאר צוגעבן.

דער טלית קטן וואס דער בחור טראגט דארט איז אפשר די נייע מאדע....

Thursday, December 15, 2011

מיין שפראכעלע יידיש




הלוואי וואלט דאס געווען די איינציגסטע זאך וואס ביי אונז פעלט
אבער דאס לידעלע איז א פיינע און אן אמת'ע

פון דודי קאליש

א דאנק דער וואס האט עס מיר געשיקט

אין דעם זכות און אין זכות פונעם אלטען רבי'ן זאל ער געהאלפען ווערן מיט אלעס גוטס

Monday, November 7, 2011