Showing posts with label אמרות טהורות. Show all posts
Showing posts with label אמרות טהורות. Show all posts

Wednesday, June 18, 2014

הרה"ק ר' נחומ'טשע ראחמאסטריווקער זצוק"ל: אז מ'וויל אז די קינדער זאלען גיין אויפ'ן ריכטיגען וועג דארף מען ברענגען פרנסה אין שטוב

אזוי וואלט מען לכאורה מסיק געווען פון דעם סיפור. א דירעקטע ווארט פון גרויסען רבי'ן ר' נחום'טשע. קיינע פשט'לעך קען מען לערנען פון אזא ווארט. ער זאגט נישט קלאר ארויס דא פארוואס, אבער בפשטות יש לומר אז טאמער דאס קינד זעהט אז זיין אן ערליכע איד מיינט וואוינען בדחקות און מקריב זין כל חיי העולם הבא --- וועט ער אפשר נישט וועלן גיין אין אזוינע דרכים.  אבער זעהט אויס אז די מוציאים לאור - כאטש וואס די מעשה האט מען אפגעדרוקט - האבען מורא געהאט אז וויבאלד די מעשה האט פאסירט מיט'ן א"י'דיגע רבי'נס זיידע, וואס אין ארץ ישראל איז עפעס נישט אזוי אנגענומען גיין ארבעטן און ברענגן ברויט אין שטוב (ביטע מיר נישט פארשטיינערן) - וועלן די א"י'דיגע חסידים ברוגז זיין, האבען זיי צוגעשטעלט א שטיקל הבהרה - דיסקלויזשע"ר בלע"ז. כאטש דא האט פאסירט אז אנשטאט ווערן א כלי קודש איז ער געגאנגען ע"פ ציווי הצדיק ארבעטן אין א שפיטא"ל, וואס כו"ע מודי אז א שפיטא"ל איז א געפערליכע פלאץ. כידוע די ווארט פון הג"ר אלחנן הי"ד. בד"א אז מ'מעג גיין ארבעטן? נאר אז מ'קען זיך היטן די אויגן. אבער ידע איניש בנפשי' אז צו זיין באמת אפגעהיטען היינטיגע טעג איז כמעט נישט מעגליך. ממילא...... ווער ווייסט? אפשר צוליב דעם איז ער געווען  - כפי השמועה - איינער פון צוויי צדיקים צו וועלכע דער פריערדיגער ליובאוויטשער רבי נ"ע פלעגט שיקען א פדיון נפש בזמנים שונים. ווייל ער האט געהאלטען אז דער רבי ר' נחום'טשע איז א  צדיק אמת. און א צדיק אמת גיט זיך אפ מיט די צרכי העם כפשוטו. כ"ז בדרך אפשר