דער שטיקל וועלכע האט ביי אונז געהויבן די אויגענברעמען איז דארט - אויף עמ' 2 צום סוף - ווי דער סאטמאר רב רעדט וועגן דעם דרך הלימוד און פרעגט "וואו זענען זיי ווייטער אזוי פארקרומט געווארען,?" מיינענדיג אז די היינטיגע ליטאים, ובתוכם כנראה זיין זון ר' חיים, זענען אוועק פון דעם אמת'ען דרך, דער דרך וואס די בית הלוי אליין איז נאך געגאנגען דעראין. דאס אז ר' חיים האט מחדש געווען א נייעם דרך דאס ווייסען אלע, אבער איך גלייב אז די בריסקער קינדער היינט וואלטען אייך געזאגט אז ס'איז באמת נישט קיין שינוי פונעם דרך אבותינו, און ס'איז מיוסד אויפ'ן אלטען, אויסגעטראטענעם דרך
זקניך ויאמרו לך