Showing posts with label קאסאני. Show all posts
Showing posts with label קאסאני. Show all posts
Tuesday, May 31, 2011
הנגיד ר' בערל ווייס ז"ל
ר' בערל - וועלכע איז היינט אוועק - דערציילט זיינע זכרונות
אמאל זענען געווען 2 ברידער, משה מיט בערל. ווייס. די ברידער - פון קאסאני אויס - זענען נאך די מלחמה אנגעקומען קיין לאס אנדזשעלעס. משה איז געבליבן אין גלילות אונגארן, און איז געווען א חסיד מובהק (?) פון סאקמער רב זצ"ל. דאכט זיך אז די גרויסע שוהל אין קרית יואל האט ער געבויעט. דער רב האט ער שטארק מקרב געווען. בערל האט צום ערשטען מאל זיך באגעגנט מיט א איד וועלכע האט געהייסן ר' שמואל דוד רייטשיק. בערל האט נאך אזאנס נישט געזעהן. בערל האט אמאל דערציילט וועגן א מופת וואס ר' שמואל דוד האט געטוהן נאך אין תש"ט, גלייך נאכ'ן אנקומען אין ל"א. פאר אים וואלט אפשר גענוג געווען ר' שמואל דוד נאך אזא מופת, אבער ר' שמואל דוד האט אים געלאזט וויסן אז אין ניו יארק איז דא א רבי, און אז צו אים מוז מען פארן. בערל האט אין זיין לעבן שוין געזעהן רבי''ס מיט רבנים, אבער אזאנס ווי דער ליובאוויטשער רבי'ן האט ער נישט געזעהן. כאטש פון קאסאני ביז ליובאוויטש איז גאר א ווייטע מהלך, אסאך אסאך ווייטער ווי פון קאסאני ביז סאקמער, איז בערל שוין פארבליבן אין ליובאוויטש. אמת, טאקע אז אויף די מלוה מלכה זמירות האט ער נישט מוותר געוועזן, אבער דאס הארץ איז געווען ביים רבי'ן און אין דעם רבינ'ס ענינים. זיין צדקה בלב ובנפש ובגוף איז אידוע לכל. אפילו אין שווערערע צייטן - ווען ער האט נישט געהאט וואס צו געבן - האט ער אויך געגעבן. און אז ער האט נישט געקענט האט עס אים וויי געטוהן. פשוט בגשמיות וויי געטוהן אז ער קען נישט העלפן אידן און לומדי תורה. אלע קאלעקטערס און קבצנים און רביס און ראשעשיבעס זענען ביי אים איינגעשטאנען און האבן פון אים געניסט מכל טוב רוחני וגשמי. ר' בערל וועט אונז פעלן.
תנצב"ה
Subscribe to:
Posts (Atom)