Monday, April 30, 2012

POTD...






















 כנראה אין שיכון חב"ד אין ירושלים. Looks like he just got the Tallis, too...
the truth is that Meshugas really has no limits, so why stop at the Yarmulka when you can engrave it on your hat, jacket lapel and tallis too. I saw one just last week with a "Na-Nach" mantra on it, but I did not save the picture then, and I cannot find it now. You might ask: "why is he allowed to daven in the shul?" Well, 1) Who says he shouldn't be allowed to daven there? Is embarrassing himself and others enough reason to throw a Yid out of a מקדש מעט? Are you allowed to be מלבין פני חבירו ברבים if he keeps to himself and doesn't bother anybody? and 2) Chabadniks just don't seem to have it in them to chuck someone out of shul, unless it's REALLY something terrible, and I've seen some terrible people in shul that nobody could bring themselves to chuck out. We like to think that it's the latter, that we're SO engrained with the love of a fellow Jew that no matter what he does he's never beyond the pale. I believe there are times that the policy has to be re-evaluated, be it for religious reasons or reasons of safety. There are too many stories these days, and you CANNOT sit on your laurels and do nothing because you may hurt his feelings. Not that a "Yechi" Tallis is a danger to society! But a suspected felon very well can be. Maybe this new tolerant me comes from old age, or maybe it's from realizing that there are many greater threats and dangers to society today. Who knows?






















Here's the Na-Nach version! Just got it from a reader. Thanks!

Sunday, April 29, 2012

אוי, די נסיונות פון אמאליגע ישיבה בחורים

זעהט אויס, מורי ורבותי, אז אין דער אלטער היים איז געווען גענוג נסיונות אהן די אלע טעכנאלאגיע, און איך גלייב נישט אז די רבני אונגארן ומארמוראש האבען גערופען אסיפות אין די בוקארעשטער פוסבאל סטאדיום... דער מחבר פון דיעזען ספר האט אלעס ארויס געשריבען ברחל בתך הקטנה, אזוי אז מ'זאל וויסן "גענוי" וואס ער מיינט ווען ער שרייבט. איין מאל גיין עסן אין אן ארימע, צובראכענע שטוב און קריגן א פאלקע פון אן אויסגעדארטע הינדל איז גענוג אז די קאפ זאל  זיין מלא מחשבות רעות און נאך ארגער. מ'עסט צוזאמען מיט די אידענע און די טעכטער און פון דעם קומט מען אהן "ווער ווייסט וואו". מ'קומט פרי און מ'גייט אהיים שפעט אבי אריינכאפען א פאר מינוט פון הסתכלות און דיבור... פאר פרנסה פארט מען ווערן א מלמד ערגעץ אויפ'ן דארף און מ'פאלט אדורך מיט די ארגסטע עבירות, ה"י. אלץ ווייל מ'שעהמט זיך פון א בו"ד אז יענער זאל נישט מיינען אז מ'איז א חסיד שוטה, און פאר די פאר פיאסטער וואס מ'פאדינט. מיר האבען געמיינט אז די זיידעס אונזערע האבען געהאט א גרינגע לעבן, קאן זיין אז לאו דוקא. ווער ווייסט וואס נאך זיי האבען אונז נישט פארציילט וועגן דעם אלטען היים...





דער שער בלאט

Friday, April 27, 2012

לכבוד יום המר והנמהר - סאטמארע זעלנער אין צה"ל


















האחים שמואל ויצחק באנעט ששירתו בצה"ל




מקרב זיין אידישע קינדער, אפילו אהן א יארמולקע!

דער אלעמען באקאנטער "אחינו" ארגיניזאציע, וועלכע איז באקאנט פון די אנאנסען אין די צייטונגען, און נישט פון קירוב ארבעט, האט לעצטענס ארויסגעשיקט פאר'ן היימישען עולם דוברי אידיש דעם קונטרס, ווי זיי פראבירען צו ווייזען אז עס ליגט א פליכט אויף יעדן איינעם צו מקרב די פארווארפענע אחינו בני ישראל צו תורה און מצוות. די מארקעטינג חכמים זענען לעצטנס קלוג געווארען און הייבט אהן מאכען אלעס אויף אידיש אויך, ווייל מ'זעהט איין אז פון דארט וועט קומען די ישועה. פון אנאנסען אין די ענגלישע צייטונגען וועט מען נאך נישט געהאלפען ווערן. דא אין דעם קונטרס ווערן געענטפערט שו"ת בענין קירוב רחוקים וכדו' פון הגאון ר' גרשון איידלשטיין שליט"א, ראש ישיבת פוניבז' אין בני ברק ארה"ק ת"ו. אויפ'ן 2טע זייט זעהט מען גאר אן אינטערעסאנטע עובדא וועלכע איז פארגעקומען מיט הגאון בעל חזון איש זצ"ל, וועלכע האט געהייסען בחורים און אינגעלייט פארמאכען די גמרות און גיין ראטעווען אידישע קינדער פון שמד און זיך אנטוהן ווי פרייע "חילונים" אינגאנצען, אהן יארמולקעס! אבי מ'זאל ראטעווען אידישע קינדער און זיי געבן אן אמת'ער אידישע חינוך. נאר וואס? די וואס זענען נישט מסכים מיט'ן גאנצען ענין פון מקרב זיין אידן וועלן שוין זאגען אז הרב איידלשטיין איז נישט אנגענומען ווייל ער האט לעצטנס געזאגט אז די אידישע סאלדאטען אין די ישראל ארמיי זענען נישט ווייניגער ווי די בני תורה!

לייענט און שטוינט

זכור ימות עולם והגדת לבנך

א נייע ביכל וועלכע העלפט ארויס עלטערען און לאזט זיי מחנך זיין די קינדער בדרך ישראל סבא אהן דעם וואס מ'זאל דארפען רעדן צו זיי. פון היינט און ווייטער וועט איר מער נישט "עקען און בעקען" ווען אייער קינד פרעגט אייך וואס איר האלט וועגן די ציונים וסייעתם. דאס ביכל רעדט פאר אייך און גיבט איבער די ריינער אידישע מסורה פון די ערליכע אידן שלא כרעו לבעל הציוני. זקניך ויאמרו לך - ה' אייר

Thursday, April 26, 2012

יום העצמאות במשנת הרב דוד מאיר דרוקמאן שליט"א




















"יום העצמאות - חתונה ללא חתן"

היינט איז "יום העצמאות" מוקדם אין מדינת ישראל. וויבאלד אז מארגען איז ערב שבת, און מ'האט מורא אז עס וועט קומען צו מאסן חילול שבת, חלילה, דורך דעם וואס די חגיגות וועלן אריינגיין אין שבת אריין, האט מען עס מקדים געווען צו ד' אייר. דאס זעלבע טוט מען ווען עס פאלט אום זונטאג אויך. דאכט זיך אז דאס קומט בפקודת הרבנים הראשיים. נישט אז איך גיי היינט בראטען פלייש אין פעלד - איך זאג עס אלץ בלאג שרייבער, נישט מער

הרב דרוקמאן מראה לנו איך שאפשר לדבר באופן עקבי, "קאהערענ"ט" בלע"ז, מבלי לשרוף דגלים ולקלל, ומבלי להתנשק  עם שונאי ישראל. והעיקר מבלי לעשות חילול ה'. הוא מדבר להעובדות, מה שבעצם גורם רק שיסתכלו פנימה וינסו לשפר קצת את המצב. כ"א יודע שהמדינה לא יתבטל ושהיא עובדה. רק כמה משוגעים חושבים שיהי' טוב ליהודים אם המדינה תתבטל. השאלה היא רק איך ליגש להענין באופן אידיאלוגי, אבל כו"ע מודי אז מ'דארף דאנקען דעם אייבערשטען אז ער האט געגעבן א לאנד - ארץ אבותינו - וואו מ'קאן אויסלעבן בשלום ובשלוה מתוך לימוד תוה"ק וקיום המצוות בהידור. מער ווייניקער. ס'איז דא אסאך אסאך ארבעט, בפרט בעניני חינוך און "בטחון" וכו', און מ'דארף געדענקען ווער זיי זענען אמאל געווען און וואס זיי האבען געטוהן צו אונז, אבער קיין פלאץ איז נישט 100% אין ארדענונג, אפילו נישט שיכון סקווירא... כ'מיין נישט צו טשעפן סקווירא דוקא. איך האב זיך נאר נישט געקענט איינהאלטען.

אשרינו חסידי חב"ד שיש לנו רב חשוב כזה שמקדש שמו של הקב"ה  - ושל חסידי ליובאוויטש ובראשם כ"ק אדמו"ר זי"ע ברבים. ער איז א קול של שפיות מצד אחד, און מצד שני איז ער עומד בתוקף על המשמרת סיי אין כרם חב"ד און סיי אין כללות כלל ישראל. עס גייט אים זייער ווייניג אהן וואס מ'זאגט וועגן אים, און צו ס'איז פאפולער וואס ער שרייבט

כדאי מאד לבקר אצל דף שלו בוויקיפעדיא

Wednesday, April 25, 2012

מדשתיק שמע מינה דניחא ליה?























This news never gets old. Upon returning to the States last week I was rudely greeted by the terrible news that שאול יחזקאל שפיצער, all of 18 years old, from a nice Oberlendishe family, was sentenced to 7 years in State Penitentiary. I know the same can be said about me - but it's cute to see how a bucher'l whose zeides never heard of Skver, or any Chassidus, to be frank, is gonna go to jail for the current Skverrer. There are many, many unanswered questions that we dare ask, about the actual incident, the events that lead to it, and about what happened since then. Who knows if we'll ever know what really happened here. There's also the fact that instead of realizing that times HAVE changed and that defending the act and defaming Chaim Aron Rottenberg will do them no good anymore, many in that community have continued to do so, even those who'd you expect to know better - like people who are a bit more broad minded and have been exposed to the outside world. I don't get it. Maybe they think that the whole world is out to get them and they need to defend themselves at all costs. Truthfully, if you look at Spitzer's face you can probably believe that he's innocent, the kid doesn't look like he can hurt a fly. Which goes to show you that the real culprits are still out there, and that he's the fall guy, plain and simple. Why else was there no trial?

אינעם פאלגענדען דרשה הערט מען ווי א מגיד שיעור אין די ישיבה "אביר יעקב" ד'שיכון סקווירא, ר' ש"ד ה. (צו וועלכע איך האב נישט לאנג צוריק געשריבען א טשעק פון 2 מאל ח"י דאלאר - פרעג מיר נישט פארוואס...) גיט צו פארשטיין פאר יונגע בחורים - אין סקווירא האט מען יונג חתונה,אזוי אז זיי קענען נישט זיין אלט מער ווי 17 יאר - פארוואס חיים אהרן ראטענבערג, א בן אברהם יצחק ויעקב אמווייניגסטען -איז א "טמא." נישט מער נישט ווייניגער. און היות ער איז א "טמא" און דער רבי שליט"א איז א "שטיק אלוקות," צדיק גוזר והקב"ה מקיים, און נישט פאלגען דעם רבי'ן איז ערגער ווי עובר זיין אויף איסורי דאורייתא. כאטש מ'קען נישט זאגען אז ער האט עס ערליך פארדינט, ווייל סקווירא איז דאך מיוסד אויף אהבת ישראל, סקווירא איז דאך אלעמאל געווען בבחי' הנעלבים ואינם עולבים, ניטאמאל וויזוי צו שלאגען ווייסן זיי, א שאף צווישן וועלף זענען זיי----- אבער דאך.... ווינק ווינק. דער וואס טשעפעט זיך מיט'ן רבי'ן איז דמו בנפשו, זאל ער נישט קומען מיט טענות שפעטער... און מיר ווייסן דאך דעם אמת, אז זיין אמת'ע כוונה איז נישט נאר צו דאווענען ערגעץ אנדערש ווייל ער קען נישט פארטראגען די לאנגע תפלות און טישן. ניין, דער "טמא" ווייל לוחם זיין קעגן די קדושה פון די הייליגע שטעטל שאין כדוגמתו אין די גאנצע כדור הארץ, נו איז קומט זיך אים... אוי לאוזניים שכך שומעות. וואלט איר געמיינט אז דער מגי"ש איז א קליינקעפלדיגער וועלכע ווייסט נישט פון דער וועלט צו זאגען, זאג איך אייך ניין! ער ווייסט צו זאגען פון די איימיש און זייערע מנהגים, און די מארמאנס און זייער לעבנסשטייגער, און אפילו צו זאגען פון א "טשיינעטאון." ער ווייסט אויך צו זאגען פונקט ווי די אלע שבטים וואלטען באהאנדעלט אזא פארשוין ווי חיים אהרן. וואזשע דען? פונקט ווי אין סקווירא! ניין, נאך ארגער! זיי וואלטען געמאכט אז ס'וואלט נישט געבליבען קיין זכר פון אים, ער וואלט נעלם געווארען. אבער מיר חסידי סקווירא זענען בעסער פאר זיי...  איז דען א וואונדער אז שאול יחזקאל האט געטוהן אזעלכע זאכען? אבער ר' ה. גלייבט נישט אז שאולי האט עס געטוהן, יתברוו ויתלבנו הדברים, זאגט ער. באלד וועט זיך ארויסווייזן אז ער איז אינגאנצען אומשולדיג און אז די תפלות פון כלל ישראל זענען ח"ו נישט געווען אומזיסט. דאס אז מ'לעבט היינט אין אן אנדעקרע וועלט ווייסען זיי נאך נישט, אפשר זענען זיי טאקע אזוי "אפגעהיטען" ווי זיי ווייזן פאר די וועלט און מיינען אז מ'קען נאך רעדן בפומבי אזעלכע ווערטער. אנדערש וואלט א מענטש וואס באלאנגט צו די עם חכם ונבון נישט גערעדט אזעלכי רייד צו א גרופע בחורים וויסענדיג אז אין א רגע כמימרא איז עס פארשפרייט פאר די גאנצע וועלט. (כאטש אז די האטליין איז פנימי...) דאס הארץ וויינט פאר אחב"י

.


און וואס הערט מען עפעס פון די ראשי החסידות אינעם שטעטל? שא שטיל. מדשתיק וכו'... עולם כמנהגו נוהג. אה! מ'גייט ראטעווען די דורות מיט א כינוס "לקיום הדורות" וועגן די טעכנאלאגיע הטמאה והמטמאת אין א בייסבאל סטאדיום, מיט דעם איז מען פארנומען. שפיכת דמים און חילול ה' מאכט נישט חרוב קיינע דורות... דאס קענען די דורות זעהן און ס'שאט נישט. (אפשר זענען זיי גערעכט, אפשר איז דאס שוין א חלק פון אידישקייט, משא"כ די אינטערנעט. איז אפשר אן עצה אז מ'איז דאס כולל אין אידישקייט אויך! כ'מיין די אינטערנעט. אזוי וועט מען זיך מער נישט דארפען לוחם זיין דערקעגן...) ווייל דאס אז די צרת השעה איז די אינטערנעט דאס ווייסן אלע. אהן דעם וואלט אלץ געווען אין ארדענונג. יש לומר אפילו אז די גאנצע ראטענבערג מעשה איז נאר אדאנק די אינטערנעט, ווייל אהן די אינטערנעט וואלט חיים אהרן נישט געוואוסט אז מחוץ לגלילות סקווירא איז פאראן א "נוירסינג האום" ווי מ'קען דאווענען. ער וואלט געמיינט אז די וועלט ענדיגט זיך ביי רוט 45 און וואשינגטאן עוועניו... באמת ליגט מיר אסאך ערגערע מחשבות אין קאפ, בין איך דאך אבער א היימישע אינגל, און כ'האב נישט ליב צו רעדן אזוי שלעכטס אויף מנהיגי ישראל, אפילו אויב די מחשבות שווימען אין קאפ, וועל איך דערפאר נישט רעדן קיין שלעכטס אויף די ראשי הקהילה דארט. אבער עס טוט זייער וויי. באמת. כ'האב אזא שוואכקייט, ס'איז בירושה מאבותיי אז איך האב אן איידעלע נשמה און איך פארטראג נישט ווען מיינע אוערן הערן אז מ'בארעדט אידן, יהיו מי שיהיו. וועט מען זיך דא אפשטעלן און הערן וואס איר, די חשוב'ע לייענער, האבען צו זאגען דערוועגן. טאמער איך מעג וואלט איך געבעטען פון די חשוב'ע לייענער צו לאזען וויסן פאר די חברים דא וואו עס זענען די "זאפטיגע שטיקלעך," אזוי אז מ'זאל שנעל קענען אהין צוגיין. כאטש אז איך בין מציע אז מ'זאל אויסהערן דאס גאנצע שמועס... אויך וויל איך ביי דעם געלעגנהייט דער חשוב'ע לייענער וועלכע האט זיך מטריח און אראפגעכאפט דעם שמועס אויף א "טייפ" און עס אהער געשיקט. תהא משכורתו וכו' ויבורך מפי עליון

Tuesday, April 24, 2012

fun times with the Ribnitzer Rebbe, זצוק"ל



The person who made me aware of this clip yesterday morning intended for me to see how the Ribnitzer Rebbe was a great Ohev Yisroel and didn't make much to do of himself. How he cared for every Jew at his own expense, and despite the fact that he was אין די הימלען. Literally. I do not dispute that. But am I wrong for thinking that despite the fact that he was very friendly and approachable, צוגעלאזען בל"א, that those around him seem to be taking advantage of his good naturedness here? That this half hour video looks more like a hippie commune than the home of a Tzaddik? (OK, it wasn't his home, it was apparently a visit to LA) [which proves that he was basically told where and when to go...] I can understand this to be the case back in Chernovitz in the 1950s, when those who surrounded him knew no better, but in 1981? What a זלזול! I would not believe it had I not seen it! Do I see Berel Weisz there? Who's the guy with the guitar and the limited music repertoire?



















Thanks to a reader we now know that the guitar player is Mr. Neil Seidel. A quick Google search found this picture on his FB page.

Monday, April 23, 2012

רח' יואל פינת רח' אבינועם ילין on Google Street View















If you've ever been to the Holy Land and seen the sights in Meah Shearim you know about the Satmar shul on the corner there and some of the characters who make their home there. One of them was caught on camera watching the Google car drive along. They're kind enough to blur faces and license plate numbers now, as well as other information that can be found on the streets. It's cute to see your house in Brooklyn on Google maps, but to take a virtual tour of the Holy City is amazing! Can you guess who it is?

 

א דאנק, באברויסקער

Sunday, April 22, 2012

השיבו מנה אחת אפיים - Der Shtern fights fire with fire

Der Shtern Brochure Against the Lies

די מו"לים פון "דער שטערן", איר שוועסטער פובליקאציע "דער שפאקטיוו", און די ענגלישע
זמן" מאגאזין זיצן נישט מיט צוגעלייגטע הענט, נאר זיי שיסן צוריק מיט ביידע פעסער, אזוי צו זאגען.  קעגן זיי ווערט געפירט  קאמפיין" דורך א קליינע גרופע אזוי-גערופענע "קנאים" וועלכע וועלן נישט רוהען ביז די מאגאזינען זענען פושט רגל. די וואס ווייסען" קענען זאגען אז די שרייבער דא האבען זיך געלערנט פון די זעלבע קוואל ווי די פאשקעוויל שרייבער, דהיינו איז זיי האבען זיך אויך געהאדעוועט אויף די "דער איד" און "דער בלאט" צייטונגען, אזוי אז מ'פארשטייט זיך איינער דעם אנדערען.... אויך האט  דער קונטרס פיל מיט דוגמאות ווי די זעלבע קנאים אטאקירן רבנים און גדולי התורה אויף די מיאוס'טע אופנים, טא וואס ווילען זיי פון דער שטערן - וועלכע פארנעמט זיך בכלל נישט מיט פאליטיק און רעדט בכלל נישט פון רבנים וכדומה? מוז מען זאגען אז ס'איז אלץ בלאף און שקרים, און אז די קנאים זענען  נאר אינטרעסירט אין פארשטארקען זייער האלט אויף די חרדישען עולם. לייענט און האט הנאה, צו אפשר קען מען פון דעם נישט הנאה האבען ווייל דאס זענען פארט אונזערע ברידער?

Saturday, April 21, 2012

"מראות קודש" תוצרת "חנן 10"























Back in the old days, when Heichel Menachem in Boro Park was still in its infancy, and when videos and such were still treif in the Chassidishe world, a crack marketing team came up with the term "מראות קודש" to describe the farbrengen videos that they would show on occasion. After all, just writing the word "video" on their posters would be reason enough to tear down the signs and ban anyone from ever entering that site. That was pure genius. מראות קודש gives it a whole new perspective, don't you think? Now that Lubavitch kashered videos for the greater Charedi public, and now that בחצרות קדשינו has been appearing for several years now, the time has come for the הויף at חנן10 to produce its own version. And what better time than מוצש"ק to showcase that video! Thanks to a reader for sending it in.

Friday, April 20, 2012

הלוואי אויף היינטיקער רביס געזאגט

Sereter Rebbe ב-1948 בתור חיל בפלמ"ח

Speak to the ליצני הדור and to those who dislike or disrespect Seret-Vizhnitz for some reason, and they'll tell you the "dirty little secret" about the Rebbe being a soldier in the Israeli army way back when. I would imagine that even some in Seret גופא are uncomfortable with this tidbit of their history, since they've gone far right in recent years, and a Rebbe a soldier in the Zionist Army doesn't go well with today's ideology. But it turns out that the man who you would think would be embarrassed by it is not and never was! And he always made sure to show them kindness and respect, especially in public amongst his Chassidim! Which is why I say הלוואי אויף היינטיקע רביס געזאגט. Not that they and their many descendants all need to join the army - although that wouldn't be such a terrible either - but they can learn from the Sereter - the last of the old time Rebbes - how to be proud of who you are and where you come from, no matter if "times change." And if duty calls let them join the army with the regular zhlobs as well.

Thursday, April 19, 2012

ליטא, רייסן און ליטוויש פולין


















Prof. Hirshe-Dovid Kats' map of Old Lithuania.


















It seems like "יום השואה" has become all the rage lately. Even VosizNeias had a little thingie on the top of the page to commemorate it. Not to mention that this has become a new פעולה among many Chabad Shluchim. Not that remembering is a bad thing - it's more that this once a year thing is a bit much. A bit too little, rather. Those of us who have been affected - either by 1st or 2nd generation - never cease to mourn. Having said that; one day is still better than none... So here is my little contribution to the cause, despite it not being from my neck of the woods. Prof. Katz has created a very nice map of the Old Lite, which is why people call Brisk part of ליטא even if it was recently very far from there and much closer to "mainland" Poland.

Sunday, April 1, 2012

Ehemalige tagen......






















Feldheim Publishers in Israel is in very deep hock. Bankrupt, basically. Type "פלדהיים" in the "חיפוש דיון בפורום" box and see how many stories come up! It seems like they owe Millions of dollars to suppliers, as well as royalties to authors. What a shame. What's left now? Only big, bad Artscroll, at least among the big ones. Israel Book Shop too. They say that Artscroll was saved by the Shas and the Chumash and Siddur. That they did it only to save the company, and that the Judaica book business is dead. And here we thought that they were in L'sheim Mitzvah. I guess Feldheim proved that it is dead... The picture is from when Feldheim was small, yet productive. Within reason, you might say, many years ago. A simpler time...

ahhhh