Showing posts with label מדינת ישראל. Show all posts
Showing posts with label מדינת ישראל. Show all posts

Monday, July 9, 2018

רבי זכרונו לברכה איז עולה אויף א ס"ת מיט א "טריפה'נעם" מגן דוד


...רבי יואל מסטמאר בארה"ב בעליית התורה ולידו מעיל של ספר התורה בעיצוב של מגן דויד ובתוכו התאריך של תש"ח
"דהיינו 1948  - שנת הקמת מדינת ישראל "ראשית צמיחת גאולתינו"

























Photo credit: Rabbi Shmuel Knopfler

Monday, April 16, 2018

"יש לנו מדינה יהודית־ציונית נפלאה ומדהימה"

צילום: מתצלומי אדי הירשביין בביתמונה

יהודי משה-זהב פותח פה (עט) על דודו הקנאי ר' עמרם ברש"י בלויא ע"ה

זעהט אויס אז אפשר איז סאטמאר רב גאר גערעכט געווען. טאמער וואוינט מען אין ארץ ישראל קען מען זיך נישט האלטען פעסט אין די שיטה. די הצלחה פון די מדינה פארבלענדט די אויגן און מ'מיינט אז אפשר איז דאס  דאס דער אמת. אפילו דער גרעסטער קנאי - און אפשר דוקא די קנאים, ווייל זיי זענען שטענדיג עוסק אין די ענינים, זענען זיי דוקא די מערסטע עממפענגליך צו די ציוניסטישע נאראטיוו. א פארעווער חסיד גייט אים נישט אן נישט אהין און נישט אהער. ער שטימט אין די טריפה'נע וואלען ווייל זיין רבי האט אים אזוי געהייסן, אבער מער גייט אים נישט אהן די ציונות שבמדינה מער ווי זיין גלייכצייטיגער פריינט אדער קרוב אין ברוקלין. משי-זהב איז נישט דער ערשטער און אפשר גאר נישט דער לעצטער וועלכע זעהט אז א מדינה איז אפשר נישט אזוי שלעכט פאר אחב"י. איבערהויפט נאך דער גרויסער חורבן אייראפע.


Thursday, November 16, 2017

Why is Mishpacha Mag going after the "Peleg"

Beats me. I think they're alienating many readers with this article. No need to bring it up at all. They don't gain readers from publishing it. It's not like they're writing about Lubavitch of Reb Hershel Schechter and thus adding YU Yeshivishers or Lubavitchers to their readership. Here it's a lose-lose. Plenty of their readers are Mamshichisten and thus see Reb Shmuel as their mentor and leader. They support the demonstrations and are deeply hurt by the fact that their Yeshivishe brothers are selling them out. Just stick to the usual veyberishe issues and you'll be ok. You hear me Rabbi Grylak? I know from what I'm talking.

   Peleg by Hirshel Tzig on Scribd

Friday, February 17, 2017

קונסול הכללי של המדינה הציונית תובב"א מבקר בעיה"ק שיכון סקווירא יע"א

נתקבל במערכת "צירק געצעלט" הי"ו












ב"ה
 הבוקר ביקר בשיכון סקווירא הקונסול הכללי
= Consul General
 לישראל בניו יארק,
דני דיין. דניאל הוא בן שומר תורה ומצוות, נולד בארגנטינה לאביו משה דיין -קרובו של איש הצבא משה דיין- שנמלט מהפרעות באוקראינה בשנות תרע"ז-פ ולימים עלה לארה"ק והתערב בפוליטיק. שניהם היו נכדי החסיד רבי פנחס ששימש כדיין בעיר זאשקוב והיה מחסידיו האדוקים של הרה"ק הרבי ר' איציקל מסקווירא זי"ע ובעל אכסנייתו של הרבי כשהיה מבקר בעיר. דיין הושב לתפקידו לפני כששה חדשים ומאז נוצר קשר בינו לבין הרב שמואל חיים יעקב גרובר שי' יו"ר המכון משכנות יעקב לחקר תולדות חסידות סקווירא. והוא זה שהושיט לו ההזמנה לבקר אצל כ"ק הרבי שליט"א. השגריר נתקבל במשרד העירוני של השיכון ע"י ראש העיר ר' ישראל משה שפיטצער, שתיאר לפניו את התפתחותו של החסידות בכל התחומים, ואת פעילות ארגוני החסד נתן לו סיור במוסדות השיכון ובפרט אצל מרכז הבריאות המרשים 'רפואה העלטה סענטער'. בשיחה עם הנוכחים הביע הקונסול התעניינת מיוחדת על תולדות זקינו רבי פנחס אשר בעקבותיו בא לכאן להמשיך את הקשר הותיק. בהמשך גם סיפור האיך שביקר כבר כמ"פ בעיר זאשקוב לברר יותר אודות קורות משפחתו. הוא איש נאה ונעים. אח"כ נתקבל ע"י כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בחדרו המיוחד אשר ליד בית המדרש הגדול. אבל אני הקטן שבמקרה/השגח"פ הייתי אז במשרד הווילעדזש לא המשכתי בסדרת הסיורים והביקורים. ובטח ידווחו המדווחים.
 ויה"ר אז ס'זאל כאטש האבן עפעס א פעולה נמשכת לטובת כלל ישראל.

Sunday, February 12, 2017

רוח הקודש פונעם געררער רבי'ן דער אמרי אמת זצוק"ל

Reb Hersh:

In today's קנאות era where the trend is to follow whoever can produce better curse lines on Israel from Shmuel Auerbach's movement to hamodia editorials, these Rebbes like Reb Avrohom Mordechai of Ger's views of pro State are yesterday's style.  No customers for it.  They just don't sell. In the book ימי מגורי he recalls what Reb Avrohom Mordechai said from tehillim before the creation of the State, when things looked very bleak, mamesh prophecy on the new country,  and he saw a big yom tov coming. I'm not so sure it shtims with your Rebbes' views, both RYY and the Rebbe, but it's always good to stick it to the "kanoyim."


Wednesday, November 19, 2014

אחב"י בעלי ה"אמונה הטהורה" זענען כנראה נישט מודה אין השגחה פרטית העליונה

















נעכטן איז געווען א געפערליכע טאג. די שרעקליכע רציחות האבען צוטרייסעלט גאנץ כלל ישראל. וואו מ'איז נאר געגאנגען האט מען געשמועסט דערפון. מיט פרעמדע מענטשען און מיט די בני בית. מ'האט נישט געקענט קומען צן זיך. ס'איז שווער געווען צולייגען קאפ צו דער ארבעט. אידן וועלכע זאגען עדות אויף זיך אז זיי גלייבען ר"ל נישט אין תורה מסיני האבען אראפגענומען די תפלין פון די הויכע פאליצע און געלאזט טרערן ביים דאווענען. גאנץ כלל ישראל. כמעט גאנץ כלל ישראל. איין גרופע אידן האט אנשטאט קרעכצן און וויינען נאר געוויזען מיטן פינגער און געזאגט "אהא!" מיר האבען אייך געווארענט! אונזער רבי איז גערעכט! איר זענט אליין שולדיג! איר רייצט אהן די אראבער! איר צווינגט זיי צו שחט'ן אידען! הר הבית. שטחים. עזה. בלאה. בלאה. בלאה. שומו שמים. ווי קען א בן אברהם יצחק ויעקב נישט וויינען פאר די טויטע. פאר די אלמנות. פאר די יתומים. מיטאמאל איז נישטא קיין שכר ועונש. קיין התעוררות לתשובה. קיין פשפש במעשיו. נאר אונזער שיטה הקדושה. נאר די נצחנות. ס'איז נאר דא טבע און פאליטיק. פלוצלים איז נישטא קיין בעל הבית לבירה זו. עזה ה' את הארץ, ח"ו. און דוקא זיי פארשטייען די מצב דארט. נאר זיי ווייסען ווי די אראבישע קאפ פונקציאנירט. און מ'רעדט נישט דא נאר פון די ווילדע קנאים אנשי משה בער בעק. דא רעדט מען אויך פון ביזנעסלייט וואס לויפען נאכען דאלאר ווי א הונט נאך א ביין, איר זאלט מיר אנטשולדיגען. דא רעדט מען פון אידן וואס פארשטייען צו א גוט שטיקל פלייש. צו א וואך אין פלארידע אהן די קינדער. צו א "פער קאוט" פאר די אידענע, און א דריי פיסיגע מנורה.  זיי האבען אויך געטייטעלט מיט'ן פינגער. קיין קרעכץ האט מען פון זיי געהערט. קיין תהלים זאגען. קיין קבלה טובה אויף זיך גענומען לעילוי נשמתם. נאר נצחנות מלובש באיצטלא של קנאות. וויזוי איז דאס געווארען? מ'איז אייך מוחל די ביקור חולים און די איחוד העסקנים. לאזט א טרער פאר א צווייטען איד! הערט אויף מיט די נארישע פאליטיק, און הערט אויף צו ווייזען מיט די פינגער אויף יענעם.  אה, אנטשולדיגט, נישט נאר איין גרופע. די לינקע שונאי ישראל האבען אויך אזוי געזאגט. נישט נאר די שיטה הקדושה'ניקקעס. וכדי בזיון וקצף.

 זאל דער אייבערשטער, וואס ער איז א כל-יכול, אריינבלאזען אין זיי א רוח טהרה, און זאלען זיי זיך משתתף זיין בצערן של ישראל אהן קיינע פניות. מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די. ומחה ה"א דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן

Friday, January 18, 2013

Judge rules 7 year old סאטמארע אינגל may not travel to Israel because he will be influenced by the "splendor of the State..."

This anti-Zionism stuff is pretty serious, aye? Of course divorced couples will use anything to further their cause and to spite the other party, but still. I just wish that Rabbi Chaskel Teitelbaum of Clymer Street would be a bit more truthful. I don't think that the Grand Rebbe opposed all travel to Israel, otherwise why would he travel there several times himself? And why would he then not tell all his followers to get up and leave! 

Friday, April 27, 2012

זכור ימות עולם והגדת לבנך

א נייע ביכל וועלכע העלפט ארויס עלטערען און לאזט זיי מחנך זיין די קינדער בדרך ישראל סבא אהן דעם וואס מ'זאל דארפען רעדן צו זיי. פון היינט און ווייטער וועט איר מער נישט "עקען און בעקען" ווען אייער קינד פרעגט אייך וואס איר האלט וועגן די ציונים וסייעתם. דאס ביכל רעדט פאר אייך און גיבט איבער די ריינער אידישע מסורה פון די ערליכע אידן שלא כרעו לבעל הציוני. זקניך ויאמרו לך - ה' אייר

Thursday, April 26, 2012

יום העצמאות במשנת הרב דוד מאיר דרוקמאן שליט"א




















"יום העצמאות - חתונה ללא חתן"

היינט איז "יום העצמאות" מוקדם אין מדינת ישראל. וויבאלד אז מארגען איז ערב שבת, און מ'האט מורא אז עס וועט קומען צו מאסן חילול שבת, חלילה, דורך דעם וואס די חגיגות וועלן אריינגיין אין שבת אריין, האט מען עס מקדים געווען צו ד' אייר. דאס זעלבע טוט מען ווען עס פאלט אום זונטאג אויך. דאכט זיך אז דאס קומט בפקודת הרבנים הראשיים. נישט אז איך גיי היינט בראטען פלייש אין פעלד - איך זאג עס אלץ בלאג שרייבער, נישט מער

הרב דרוקמאן מראה לנו איך שאפשר לדבר באופן עקבי, "קאהערענ"ט" בלע"ז, מבלי לשרוף דגלים ולקלל, ומבלי להתנשק  עם שונאי ישראל. והעיקר מבלי לעשות חילול ה'. הוא מדבר להעובדות, מה שבעצם גורם רק שיסתכלו פנימה וינסו לשפר קצת את המצב. כ"א יודע שהמדינה לא יתבטל ושהיא עובדה. רק כמה משוגעים חושבים שיהי' טוב ליהודים אם המדינה תתבטל. השאלה היא רק איך ליגש להענין באופן אידיאלוגי, אבל כו"ע מודי אז מ'דארף דאנקען דעם אייבערשטען אז ער האט געגעבן א לאנד - ארץ אבותינו - וואו מ'קאן אויסלעבן בשלום ובשלוה מתוך לימוד תוה"ק וקיום המצוות בהידור. מער ווייניקער. ס'איז דא אסאך אסאך ארבעט, בפרט בעניני חינוך און "בטחון" וכו', און מ'דארף געדענקען ווער זיי זענען אמאל געווען און וואס זיי האבען געטוהן צו אונז, אבער קיין פלאץ איז נישט 100% אין ארדענונג, אפילו נישט שיכון סקווירא... כ'מיין נישט צו טשעפן סקווירא דוקא. איך האב זיך נאר נישט געקענט איינהאלטען.

אשרינו חסידי חב"ד שיש לנו רב חשוב כזה שמקדש שמו של הקב"ה  - ושל חסידי ליובאוויטש ובראשם כ"ק אדמו"ר זי"ע ברבים. ער איז א קול של שפיות מצד אחד, און מצד שני איז ער עומד בתוקף על המשמרת סיי אין כרם חב"ד און סיי אין כללות כלל ישראל. עס גייט אים זייער ווייניג אהן וואס מ'זאגט וועגן אים, און צו ס'איז פאפולער וואס ער שרייבט

כדאי מאד לבקר אצל דף שלו בוויקיפעדיא