Showing posts with label New Square. Show all posts
Showing posts with label New Square. Show all posts

Friday, February 17, 2017

קונסול הכללי של המדינה הציונית תובב"א מבקר בעיה"ק שיכון סקווירא יע"א

נתקבל במערכת "צירק געצעלט" הי"ו












ב"ה
 הבוקר ביקר בשיכון סקווירא הקונסול הכללי
= Consul General
 לישראל בניו יארק,
דני דיין. דניאל הוא בן שומר תורה ומצוות, נולד בארגנטינה לאביו משה דיין -קרובו של איש הצבא משה דיין- שנמלט מהפרעות באוקראינה בשנות תרע"ז-פ ולימים עלה לארה"ק והתערב בפוליטיק. שניהם היו נכדי החסיד רבי פנחס ששימש כדיין בעיר זאשקוב והיה מחסידיו האדוקים של הרה"ק הרבי ר' איציקל מסקווירא זי"ע ובעל אכסנייתו של הרבי כשהיה מבקר בעיר. דיין הושב לתפקידו לפני כששה חדשים ומאז נוצר קשר בינו לבין הרב שמואל חיים יעקב גרובר שי' יו"ר המכון משכנות יעקב לחקר תולדות חסידות סקווירא. והוא זה שהושיט לו ההזמנה לבקר אצל כ"ק הרבי שליט"א. השגריר נתקבל במשרד העירוני של השיכון ע"י ראש העיר ר' ישראל משה שפיטצער, שתיאר לפניו את התפתחותו של החסידות בכל התחומים, ואת פעילות ארגוני החסד נתן לו סיור במוסדות השיכון ובפרט אצל מרכז הבריאות המרשים 'רפואה העלטה סענטער'. בשיחה עם הנוכחים הביע הקונסול התעניינת מיוחדת על תולדות זקינו רבי פנחס אשר בעקבותיו בא לכאן להמשיך את הקשר הותיק. בהמשך גם סיפור האיך שביקר כבר כמ"פ בעיר זאשקוב לברר יותר אודות קורות משפחתו. הוא איש נאה ונעים. אח"כ נתקבל ע"י כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בחדרו המיוחד אשר ליד בית המדרש הגדול. אבל אני הקטן שבמקרה/השגח"פ הייתי אז במשרד הווילעדזש לא המשכתי בסדרת הסיורים והביקורים. ובטח ידווחו המדווחים.
 ויה"ר אז ס'זאל כאטש האבן עפעס א פעולה נמשכת לטובת כלל ישראל.

Thursday, January 7, 2016

קיינער האט נישט געזאגט פאר רבי חיימ'ס "שטוב מענטשן" אז דער סקווערער רבי נעמט מען אויף מיט א הוט און רעקל, און מ'שטעלט צו אביסל כיבוד אויך. ומה טוב זילבערנע כלים מיט הויפענס טרויבן

זיכער האט דער רבי אנגעזאגט פאר זיינע מענטשן אז מ'זאל נישט שטערן דער ראש ישיבה פון לערנען, און מ'זאל אים נישט זאגען אז דער סקווערער רבי קומט ארויף צו אים, אז דער ראש ישיבה זאל זיך נישט צוגרייטען און זיך שטערן א מינוט פון לערנען. אזוי ווי בכלל האט ער אנגעזאגט אז כדי צו פארמיידען ביטול תורה פון די אלע חסידים זאל מען ארגעניזירן שיעורים אויף די רייזעס צו די מקומות הקדושים.... אזוי ווי די הונדערטער קינדער און בחורים וואס זענען פארבליבן אינדערהיים - וועלכע בלייבען אהן זייערע מלמדים און מגידי שיעור - וואס ביי זיי וועט אוודאי אויך נישט זיין קיין ביטול תורה.... מ'זאגט אז די צוויי האבען גערעדט פון..... טעכנאלאגיע, און אז ר' חיים האט געזאגט אז ס'איז יהרוג ואל יעבור. אבער וואס וועט זיין מיט די כיבוד? דערנאך איז מען ארויף צו ר' אהרן לייב, זאל געזונט זיין. דארט איז ער געזעצן מיט'ן הוט און קאפאטע, ווי עס פאסט פאר ווען מ'נעמט אויף אזא חשוב'ען גאסט. איין ג-ט ווייסט וואס איז בכלל פשט פון די גאנצע נסיעה.


Tuesday, November 3, 2015

Breaking News out New Square (at least as of six days ago)



Full Story Here

 You might say I got to know Chaim Aron Rottenberg after the attempt made on his life and his subsequent move out of New Square. It started with a chance encounter out of town and continued after that for some time. Most people that went through his ordeal, and you can see this probably is a lifetime of some pain and discomfort for him, not just a period of recovery after the incident, would have had smoke coming out of their ears when speaking of their attackers. This is not the case when it comes to CAR. He's very calm, cool and collected when speaking of his adversaries, you might even get a smile out of him. But he still carries the pain with him and wants what he sees as justice to be served. So I'm not here to judge anybody. The fact that Rottenberg wants Spitzer to serve out his term is his prerogative. Seven years isn't much for what he attempted to do, in Rottenberg's eyes, that is, and at least he should serve what he sees as a light sentence. We don't know what kind of emotional pain and scars he lives with. Even the physical pain is hard for us to imagine. And we surely don't know how we would react if it c"v happened to us. So when we attack CAR and tell him to let bygones be bygones we're being a bit hard on him, since we don't know what we would do if it was c"v our pain and suffering. You might say that he's trying to get back at the leadership of Skver. OK, I hear that point, but still.

As far as our Skverrer brothers are concerned; That's another story. You all heard what the pundits have to say, so there's no need for me to repeat it here. Unless you missed going to shul all week... It's no secret that they lack in the PR department. Yes, they're happy that their friend was released, but somebody should have realized that these days everything gets out immediately and that they'll seem like accessories to attempted murder all over again. So don't give out free coffee and keep the dancing and the Kiddush to a bare minimum. And even then stop and frisk any guy that joins any celebration; so that no video clips make their way to Lohud and the internets. Because they now have to deal with disgruntled MO and Charedi-light people who once again are upset at Skver, even if they were the recipients of good-ol'fashioned Skverrer hospitality, whether in NS or at a local hospital. This is old news by now, so time to move on.

And don't start with the Lubavitch didan notzach analogies, please.

Thursday, April 3, 2014

סקווערער רבי זצ"ל טוט "מבצע תפלין" מיט ניו יארקער טעקסי דרייווערס אין די פופציגער יארען - לכבוד היארצייט ב' ניסן



סימן כה סעיף ד: צריך שיהיו תפילין עליו בשעת ק"ש ותפלה 

כ"ק מרן אדמו"ר (מסקווירא) שליט"א דערציילט: "אין די ערשטע צייטן ווען דער טאטע (אדמו"ר ר' יעקב יוסף) ז"ל איז געווען אין בארא פארק, פלעגט ער אסאך מאל פארן מיט טעקסיס, און ווען ס'איז געווען א אידישער טעקסי, פלעגט ער אסאך מאל כאפן א שמועס וועגן לייגן תפילין! און פאר דער וואס האט נישט געהאלטן ביי גארנישט, פלעגט ער זאגן: נאר 'וידבר' און 'קריאת שמע'... ער זאל אנטון די תפילין און זאגן וידבר און קריאת שמע. גליון בחצר הקודש מטו"מ תשס"ד

 ענליך דערציילט הרה"ח ר' ישעי' משב"ק שליט"א: "ווען דער רבי ז"ל איז געווען אין צפת ביים חתונה פון יבלחט"א כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, איז מיין ברודער הגה"צ ר' יצחק שלמה זצ"ל - גאב"ד חוג חתם סופר מיטגעפארן מיט דעם קאר פונעם רבי'ן ז"ל. האט ער געהערט ווי דער רבי ז"ל האט געבעטן פונעם טעקסי-דרייווער אז ער זאל לייגן תפילין, האט ער געזאגט אז ער האט נישט קיין צייט. האט דער רבי ז"ל גע'טענה'ט: 'ווי לאנג נעמט עס? נאר זאגן קריאת שמע מיט שמונה עשרה!' "שפעטער נאך אסאך יארן, איז מיין ברודער זצ"ל געווען אין תל-אביב, הערט ער ווי עמיצער שרייט אים נאך: כבוד הרב, כבוד הרב! דאס איז געווען יענער טעקסי-דרייווער, און ער זאגט אים: "אני מניח תפילין כל יום!" פון דעמאלטס אן האט ער געלייגט תפילין! אגב, בנוגע הלכות תפלין, האט רבי משה בן משה ווייס ז"ל דערציילט אז דער רבי ז"ל האט אים אמאל געזאגט: כ'האב אלץ געוואלט וויסן, פארוואס מען פירט זיך נישט ביי א געוויסע הלכה ווי דער רב שלחן ערוך אין הלכות תפלין. איינמאל האט רבי משה געטראפן אין א זידיטשובער ספר א מקור צו דער וועג וויאזוי מיר פירן זיך, און ער האט עס צוגעוויזן פאר'ן רבי'ן ז"ל, האט דער רבי ז"ל שטארק הנאה געהאט

מפי הרה"צ רבי אהרן מנחם מענדיל (בן כ"ק אדמו"ר) שליט"א



(see page 7 for the original text)

Box.com link

Wednesday, April 25, 2012

מדשתיק שמע מינה דניחא ליה?























This news never gets old. Upon returning to the States last week I was rudely greeted by the terrible news that שאול יחזקאל שפיצער, all of 18 years old, from a nice Oberlendishe family, was sentenced to 7 years in State Penitentiary. I know the same can be said about me - but it's cute to see how a bucher'l whose zeides never heard of Skver, or any Chassidus, to be frank, is gonna go to jail for the current Skverrer. There are many, many unanswered questions that we dare ask, about the actual incident, the events that lead to it, and about what happened since then. Who knows if we'll ever know what really happened here. There's also the fact that instead of realizing that times HAVE changed and that defending the act and defaming Chaim Aron Rottenberg will do them no good anymore, many in that community have continued to do so, even those who'd you expect to know better - like people who are a bit more broad minded and have been exposed to the outside world. I don't get it. Maybe they think that the whole world is out to get them and they need to defend themselves at all costs. Truthfully, if you look at Spitzer's face you can probably believe that he's innocent, the kid doesn't look like he can hurt a fly. Which goes to show you that the real culprits are still out there, and that he's the fall guy, plain and simple. Why else was there no trial?

אינעם פאלגענדען דרשה הערט מען ווי א מגיד שיעור אין די ישיבה "אביר יעקב" ד'שיכון סקווירא, ר' ש"ד ה. (צו וועלכע איך האב נישט לאנג צוריק געשריבען א טשעק פון 2 מאל ח"י דאלאר - פרעג מיר נישט פארוואס...) גיט צו פארשטיין פאר יונגע בחורים - אין סקווירא האט מען יונג חתונה,אזוי אז זיי קענען נישט זיין אלט מער ווי 17 יאר - פארוואס חיים אהרן ראטענבערג, א בן אברהם יצחק ויעקב אמווייניגסטען -איז א "טמא." נישט מער נישט ווייניגער. און היות ער איז א "טמא" און דער רבי שליט"א איז א "שטיק אלוקות," צדיק גוזר והקב"ה מקיים, און נישט פאלגען דעם רבי'ן איז ערגער ווי עובר זיין אויף איסורי דאורייתא. כאטש מ'קען נישט זאגען אז ער האט עס ערליך פארדינט, ווייל סקווירא איז דאך מיוסד אויף אהבת ישראל, סקווירא איז דאך אלעמאל געווען בבחי' הנעלבים ואינם עולבים, ניטאמאל וויזוי צו שלאגען ווייסן זיי, א שאף צווישן וועלף זענען זיי----- אבער דאך.... ווינק ווינק. דער וואס טשעפעט זיך מיט'ן רבי'ן איז דמו בנפשו, זאל ער נישט קומען מיט טענות שפעטער... און מיר ווייסן דאך דעם אמת, אז זיין אמת'ע כוונה איז נישט נאר צו דאווענען ערגעץ אנדערש ווייל ער קען נישט פארטראגען די לאנגע תפלות און טישן. ניין, דער "טמא" ווייל לוחם זיין קעגן די קדושה פון די הייליגע שטעטל שאין כדוגמתו אין די גאנצע כדור הארץ, נו איז קומט זיך אים... אוי לאוזניים שכך שומעות. וואלט איר געמיינט אז דער מגי"ש איז א קליינקעפלדיגער וועלכע ווייסט נישט פון דער וועלט צו זאגען, זאג איך אייך ניין! ער ווייסט צו זאגען פון די איימיש און זייערע מנהגים, און די מארמאנס און זייער לעבנסשטייגער, און אפילו צו זאגען פון א "טשיינעטאון." ער ווייסט אויך צו זאגען פונקט ווי די אלע שבטים וואלטען באהאנדעלט אזא פארשוין ווי חיים אהרן. וואזשע דען? פונקט ווי אין סקווירא! ניין, נאך ארגער! זיי וואלטען געמאכט אז ס'וואלט נישט געבליבען קיין זכר פון אים, ער וואלט נעלם געווארען. אבער מיר חסידי סקווירא זענען בעסער פאר זיי...  איז דען א וואונדער אז שאול יחזקאל האט געטוהן אזעלכע זאכען? אבער ר' ה. גלייבט נישט אז שאולי האט עס געטוהן, יתברוו ויתלבנו הדברים, זאגט ער. באלד וועט זיך ארויסווייזן אז ער איז אינגאנצען אומשולדיג און אז די תפלות פון כלל ישראל זענען ח"ו נישט געווען אומזיסט. דאס אז מ'לעבט היינט אין אן אנדעקרע וועלט ווייסען זיי נאך נישט, אפשר זענען זיי טאקע אזוי "אפגעהיטען" ווי זיי ווייזן פאר די וועלט און מיינען אז מ'קען נאך רעדן בפומבי אזעלכע ווערטער. אנדערש וואלט א מענטש וואס באלאנגט צו די עם חכם ונבון נישט גערעדט אזעלכי רייד צו א גרופע בחורים וויסענדיג אז אין א רגע כמימרא איז עס פארשפרייט פאר די גאנצע וועלט. (כאטש אז די האטליין איז פנימי...) דאס הארץ וויינט פאר אחב"י

.


און וואס הערט מען עפעס פון די ראשי החסידות אינעם שטעטל? שא שטיל. מדשתיק וכו'... עולם כמנהגו נוהג. אה! מ'גייט ראטעווען די דורות מיט א כינוס "לקיום הדורות" וועגן די טעכנאלאגיע הטמאה והמטמאת אין א בייסבאל סטאדיום, מיט דעם איז מען פארנומען. שפיכת דמים און חילול ה' מאכט נישט חרוב קיינע דורות... דאס קענען די דורות זעהן און ס'שאט נישט. (אפשר זענען זיי גערעכט, אפשר איז דאס שוין א חלק פון אידישקייט, משא"כ די אינטערנעט. איז אפשר אן עצה אז מ'איז דאס כולל אין אידישקייט אויך! כ'מיין די אינטערנעט. אזוי וועט מען זיך מער נישט דארפען לוחם זיין דערקעגן...) ווייל דאס אז די צרת השעה איז די אינטערנעט דאס ווייסן אלע. אהן דעם וואלט אלץ געווען אין ארדענונג. יש לומר אפילו אז די גאנצע ראטענבערג מעשה איז נאר אדאנק די אינטערנעט, ווייל אהן די אינטערנעט וואלט חיים אהרן נישט געוואוסט אז מחוץ לגלילות סקווירא איז פאראן א "נוירסינג האום" ווי מ'קען דאווענען. ער וואלט געמיינט אז די וועלט ענדיגט זיך ביי רוט 45 און וואשינגטאן עוועניו... באמת ליגט מיר אסאך ערגערע מחשבות אין קאפ, בין איך דאך אבער א היימישע אינגל, און כ'האב נישט ליב צו רעדן אזוי שלעכטס אויף מנהיגי ישראל, אפילו אויב די מחשבות שווימען אין קאפ, וועל איך דערפאר נישט רעדן קיין שלעכטס אויף די ראשי הקהילה דארט. אבער עס טוט זייער וויי. באמת. כ'האב אזא שוואכקייט, ס'איז בירושה מאבותיי אז איך האב אן איידעלע נשמה און איך פארטראג נישט ווען מיינע אוערן הערן אז מ'בארעדט אידן, יהיו מי שיהיו. וועט מען זיך דא אפשטעלן און הערן וואס איר, די חשוב'ע לייענער, האבען צו זאגען דערוועגן. טאמער איך מעג וואלט איך געבעטען פון די חשוב'ע לייענער צו לאזען וויסן פאר די חברים דא וואו עס זענען די "זאפטיגע שטיקלעך," אזוי אז מ'זאל שנעל קענען אהין צוגיין. כאטש אז איך בין מציע אז מ'זאל אויסהערן דאס גאנצע שמועס... אויך וויל איך ביי דעם געלעגנהייט דער חשוב'ע לייענער וועלכע האט זיך מטריח און אראפגעכאפט דעם שמועס אויף א "טייפ" און עס אהער געשיקט. תהא משכורתו וכו' ויבורך מפי עליון

Monday, May 23, 2011

Does this pass for "chilul Hashem?"


Old Shul in Skvira, Ukraine. From Wiki

I had a very busy weekend and didn't do much internet browsing. A friend sent me a message at 7pm asking if I saw the news about Skver. I hadn't seen it yet, and went to VIN on my old 2G Blackberry. What can I say? That I was shocked? Surprised, maybe. But that's it. We've been totally desensitized to be shocked anymore. געוואלד! איך נפלו הגבורים Trying to trap a family of 5 in a burning wood house is probably a new low, despite how try people try to downplay this by saying "כבר הי' לעולמים" that Chassidic disputes lead to death back in the Old Country. I'd rather not make this about me, and about what I was accused of only two weeks ago/last week, namely that that I had perpetrated the greatest chilul hashem of all time, so I won't.