Showing posts with label נסיעה. Show all posts
Showing posts with label נסיעה. Show all posts

Thursday, January 7, 2016

קיינער האט נישט געזאגט פאר רבי חיימ'ס "שטוב מענטשן" אז דער סקווערער רבי נעמט מען אויף מיט א הוט און רעקל, און מ'שטעלט צו אביסל כיבוד אויך. ומה טוב זילבערנע כלים מיט הויפענס טרויבן

זיכער האט דער רבי אנגעזאגט פאר זיינע מענטשן אז מ'זאל נישט שטערן דער ראש ישיבה פון לערנען, און מ'זאל אים נישט זאגען אז דער סקווערער רבי קומט ארויף צו אים, אז דער ראש ישיבה זאל זיך נישט צוגרייטען און זיך שטערן א מינוט פון לערנען. אזוי ווי בכלל האט ער אנגעזאגט אז כדי צו פארמיידען ביטול תורה פון די אלע חסידים זאל מען ארגעניזירן שיעורים אויף די רייזעס צו די מקומות הקדושים.... אזוי ווי די הונדערטער קינדער און בחורים וואס זענען פארבליבן אינדערהיים - וועלכע בלייבען אהן זייערע מלמדים און מגידי שיעור - וואס ביי זיי וועט אוודאי אויך נישט זיין קיין ביטול תורה.... מ'זאגט אז די צוויי האבען גערעדט פון..... טעכנאלאגיע, און אז ר' חיים האט געזאגט אז ס'איז יהרוג ואל יעבור. אבער וואס וועט זיין מיט די כיבוד? דערנאך איז מען ארויף צו ר' אהרן לייב, זאל געזונט זיין. דארט איז ער געזעצן מיט'ן הוט און קאפאטע, ווי עס פאסט פאר ווען מ'נעמט אויף אזא חשוב'ען גאסט. איין ג-ט ווייסט וואס איז בכלל פשט פון די גאנצע נסיעה.