Showing posts with label אינטערנעט. Show all posts
Showing posts with label אינטערנעט. Show all posts

Monday, June 3, 2013

עתיד ילדינו, אלץ גוט און פיין, אבער פאליטיק קודם
















אליכם אני קורא  - מבקרי וקוראי ה"בלוג" חסידי ותלמידי סאטמאר - הע"י 

ס'איז שווער - גאר שווער צו גלייבען אז עס גייט אייך באמת אהן דער צוקונפט פון אייערע זיסע קינדערלעך. נישט אז חינוך הבנים והבנות פארנעמט נישט קיין וויכטיגן ארט - דאס ווייסט יעדער אז ס'פארנעמט דוקא יא. איר גיבט שטארק אכטונג אז די קינדער זאלען חלילה נישט גיין קיין מאדערנע ברילען אדער פאסיקס. כ'מיין אבער צו זאגען אז ס'איז נישט דער עיקר העיקרים. דער עיקר איז דער פארטיי. און לאו דוקא זענט איר דער איינציגסטער חסידות-פארטיי-קהלה וואס ביי זיי איז דער עיקר די בראנזשע, נאר ביי אייך האט זיך עס ארויס געוויזען נעכטן ביי די אינטערנעט אסיפות. ביי אנדערע קרייזען טוט מען נישט צוליב מחלוקת, מ'לאזט לויפען די זאך אבי אז יענער צד זאל נישט מצליח זיין. אבער יא צו טוהן צוליב פאליטיק איז שוין א נייעס. איי, וועט איר זאגען אז "קנאת סופרים תרבה חכמה," און "להגדיל תורה ולהאדירה," א.ד.ג. אבער לדעתי איז דאס אויך שוין עבר זמנו. היינט צו טאג קען מען שוין נישט פארקויפען די לאקשען פאר'ן עולם - עכ"פ נישט פאר'ן יונגען עולם וועלכע דארף האבען די חיזוק און די חומות און די משמרת. און טאמער ווייזט מען פאר די יונגווארג אז פאליטיק איז איבער אלעס - איז די תוצאות מי ישערנו. אבער דאס איז איז נישט קיין נייעס. ס'איז צום באדויערן, אבער מ'האט דאס שוין געזעהן יענעם שמע"צ אינדערפרי ווען מ'האט געריסן ביי די העלזער און מחלל יו"ט געווען בפני כל עם ועדה - אלץ פאר'ן באשעפער'ס וועגן, פארשטייט זיך...

דאס בין אייך מודה אז ביי אייך איז דאס דער רוח החיים, קנאקען פאליטיק טאג און נאכט, און מזמן לזמן נוצען די הענט אויך. מ'רעדט דאך נישט פון קיין מאוויס, ספארט, וועלטישע נייעס וכדומה, רעדט מען פון רביס אד"ג, און אמאל, אז מ'פאררעדט זיך קען מען אמאל פאלען א פראסק פאר יענעם אויך. א פליטת יד. דהיינו אז וויבאלד דאס איז א חלק בלתי נפרד פון אייער אידישקייט שאדט דאס נישט בדרך כלל, ווייל די יוגענד קוקט עס אהן פונקט ווי גיין אין שול און אנטוהן תפלין. משא"כ אין אנדערע קרייזען האט דאס אן עפעקט, ווייל יונגע קינדער קוקען צו ווי עלטערע אידן - און בראשם רבנים און צדיקים - שלאגען זיך ווי קליינע קינדער איבער געלט און קראפט און זאגען "נישט דאס וויל איך פאר מיר און מיינע קינדער."  דערפאר וועל איך  - דער בלא"גער המכונה הירשל ציג - נישט מאכען מיט די פינגער און ווארענען אז די תוצאות וועלן זיין געפערלעך, ווייל לאו דוקא אז דאס וועט אזוי זיין. אפשר קען דאס ווייטער אנגיין אזוי לדורות פונקט ווי ס'האט זיז היינט נישט געשאט די אלע מחלוקת'ן. אבער דאך זעה איך ווי דער עולם איז היינט שוין יא אביסל "אויפגעקלערט," און אפשר איז דאס אויך א  תולדה פון די כלליות'דיגע חורבן האינטערנע"ט, און זיי רעדן זיך שטארק אפ ווי די בלא"ף איז עד לב השמים, און ווי אלץ איז נאר כבוד, און ממילא געלט, און עתיד ילדינו גייט זיי אהן א רעטאך. נו, קענט איר דאס אויך אוועק מאכען און זאגען אז זיי זענען סייווי פארדארבען און מיט זיי רעכנט מען זיך נישט, און אזוי קענט איר רואיג שלאפען ווייטער.

איז וואס קום איך צו זאגען אויב נישט צו ווארענען וועגן די געפערליכע תוצאות פון מחלוקת? טאמער וועט דאס נישט האבען קיין שום שלעכטע תוצאה טא וואס גייט מיר אהן אז די סאטמורים רייסען זיך ארום? איז קודם בין איך אזא פערזאן וואס אים באדערט טאמער אידן פירען זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, ממילא איז די דאזיקע שלעגעריי אויך פאר מיר א ווייטאג. און צווייטענס, זאלט איר מיר נישט שרייען אין די גאסן אז איר זענט אזוי שטארק באזארגט פאר די עתיד ילדינו, ווייל עס גייט אייך זייער ווייניג אהן. הבא ראי' אז מ'שלאגט זיך ווייטער ווי מ'וואלט געווען צוויי מענטשן אליין אויפ'ן כדור הארץ און דערווייל פאלען שטיקער פון די יוגענד און אין פוצה פה ומצפצף, מ'באשולדיגט דעם טמא'נער אינטערנעט - און אויך די ציונים און די ווייבער כמובן. אבער חלילה קוקען אינעווייניג כאטש אויף א מינוט, דאס וואלט געווען "מאדערנע מיטלען" וואס זענען אסור ע"פ "חדש אסור מן התורה...." אוי געוואלד, ווען וועט מען שוין אויפהערן אזוי אויסנוצען דעם הייליגם חתם סופר אויף יעדן משוגעת און רשעות? וואס האט ער אזוי "געזינדיגט" אז מ'פארדרייט זיינע רייד אזוי? איין באשעפער ווייסט.  און דאס איז מורינו ר' נחמי' ("תבעל להגמון תחלה") גאטליעב איז ביי אייך  פון די ראשי המדברים איז אויך נישט קיין מעלה, לדעתי

ואם שגיתי בכתיב ה' הטוב יכפר בעדי

Sunday, June 10, 2012

נשא תורה" נוסח פאפא תשע"ב - מ'ציהט צוריק"

Dibros Koidesh - Internet - Nusoy 5772 כ'ווייס נישט צו דאס שטאמט פון וואוינען אזוי נאנט בשכינות צום סאטמערער הויף, אבער די וועלט רעדט אז פאפא קוקט אלע מאהל אויף צוריק צו זעהן צו וואס זיי טוהען שטימט מיט די סאטמארע שיטה, און צו פאר סאטמאר געפעהלט וואס זיי טוהען. דאס רעדט מען סיי אין עניני "קדושה" ווי צב"ש די בגדי נשים, און סיי אין עניני שיטה, ווען עס קומט צו די "השקפה הטהורה." כאטש פאפא רביים זענען שוין דורי דורות בעלזער חסידים, פילען זיי נאך ווי זיי זענען אונטערטעניג צו סאטמאר און מוזען זיי געפעלן. כאטש אין דעם פרט זעהט אויס לכאורה ווי זיי וואלטען יא גוט געשטאנען אין דעם אז זיי האבען זיך באטייליגט אינעם גרויסארטיקן "כינוס כלל ישראל" וויבאלד אז די סאטמורים אנשי רז"ל-ראדני זענען יא געווען אין מאסען, אבער דאך זענען די אנשי מהר"א די שטערקערע צד, און דער עולם נעמט אהן אז די רבי פון קרית יואל שטעלט פאר סאטמאר. ממילא האט מען אין פאפא געשפירט נייטיג אויף צוריק צוהען און זאגען לאחר המעשה אז באמת האט נישט געזאלט גיין - פארוואס? ווייל זיי זענען שוין איינמאל "יוצאי אונגארן" און דארפען די תקנות מיהאלאוויטץ תרכ"ו. מ'דארף האבען מסי"נ אויף נישט זיך באנוצען מיט'ן טריפה'נעם אינטערנעט, זאגט דער פאפא'ער רבי, דאס הייסט אפילו אין ביזנעס, און אפילו געפילטערט.

Tuesday, May 15, 2012

מהנעשה מאחורי הפרגוד ביי די "איחוד הקהילות לטוהר המחנה" - באקומען אין אן אי-מייל

אביסל אמת וועגן וואס עס גייט פאר הונטער די קוליסן ביי די הכנות צו כינוס כלל ישראל, ווי ס'פלאקערט אן ערנסטער געפעכט און מאכט געראנגל צווישן די חסידישע עסקנים וועלכע פירן מיט סוקסעס דעם כינוס, און צווישן דעם מייסד פונעם גאנצען געדאנק פונעם כינוס און די מהלכים אויף נאכן כינוס, נחמיה גוטליב. 

ווי באקאנט גייען די הכנות אהן צום כינוס שוין אריבער א יאר צייט, דער געדאנקט איז ארויפגעקומען דורך אן פריש ערשינענם ליטווישער עסקן אויפן האריזאנט ר' נחמיה גוטליב, וועלכע האט איין מטרה, פרנסה קלה ונקיה, און קענען חתונה מאכן די קינדער בריווח אהן קיין עקסטערע עגמת נפש. זיין פלאן איז צו עפענען אן ארגאזאציע אדער קאמפעני, וויאזוי מען וויל עס נאר רופן, וועלכע וועט האבן קאנטראל אויף די טעכנעלאגיע פונעם גאנצען יהדות החרדית, און דער קאמפעני וועט מאכן גרויס געלט, סיי דורכן שנארען פאר אזא הייליגע וויכטיגע ארגאנזאציע, און אויך מיט די צייט דורכן ארויפלייגן א פרייז פארן לייגן פילטערס און פארזיכערן ברוחניות יעדן קאמפיוטער. אבער וויאזוי גייט מען מאכן זיכער אז גאנץ כלל ישראל ווערט אינטערטעניגט אונטער מר. גאטליב? אויף דעם איז גאטליב'ס עצה געקומען, צו מאכן א כינוס אנגיבלעך דורך די גדולי התורה וישראל, און צוזאמרופן אלע שיכטן פונעם יהדות החרדית און דארט כופה זיין עליהם הר כגיגית, אז מען מוז פאלגן וואס דער נייער ארגאנעזאציע פארלאנגט, און אזוי ארום מיט אזא שטארקע יסוד פון דעם מעכטיגן כינוס, וועט ר' נחמיה זיין א חשוב'ער איד, און אויך א שיינער בעל פרנסה. האט אבער פאסירט, אז אויף צו פירן אזא כינוס פעהלט זיך אויס מעכטיגע עסקנים, נישט נאר אז פארהייליגטע גדולי ישראל זאלן עס פארופען, נחמיה קען דאך נישט, און דעראיבער איז במשך חדשים לאנג אלעס געגאנגען מיטן פיטום אראפ, אויף אזוי ווייט אז ביז נאך פסח האט זיך נאך קיין איין קהילה בישראל נישט געהאט צוגעשטעלט צום זייט פונעם כינוס, וועלכע איז געוועהן א שרעקליכער דורכפאל פאר ר' נחמיה און אויך פאר די גדולי ישראל וועלכע זענען פארמישט געווארן דא, און פרובירן נעבעך זייער בעסטע צו טוהן אלעס קעגן דעם נגע הטעכנעלאגיע.

 אין די זעלבע צייט האט ר' נחמיה זיך דערזעהן אין א גרויסער סכנה, וועלכע האט באדראעט זיין גאנצער פלאן פון מאכן גרויס געלט, עטליכע פריוואטע קאמפיוטער טעקנישענס, האבן זיך גענומען צו דער ארבייט, אהן קיין שום שייכות צום גרויסען ערווארטעטן אסיפה, האבן זיי אומר ועושה פארופן אן אווענט אין קארלסבורגער ביהמ"ד, ווי מען קען קומען פילטערן און פארעכטן קאמפיוטערס צו פארמיידן צוטריט צום אינטערנעט, דער אווענט איז געוועהן א ריזיגער סוקסעס, און האט געהאט די שטיצער פון הגאון ר' יחזקאל ראטה און נאך רבנים, און דורכאויס די נאכט האבן צעהן טעקנישענס פאראכן און כשר געמאכט עטליכע הונדרעט קאמפיוטערס. נחמיה איז באלד ווילד געווארן, און באשלאסן צו טוהן אלעס וואס ער קען דאס אפצושטעלן, און טראץ וואס עס איז קלאר געוועהן ביי יעדן, אז אזלעכע אווענטן ווי מען רייניגט די קאמפיוטערס קען ראטעווען הונדרעטער און מעגליך טויזענטער אידן פונעם אינטערנעט, איז עס אבער פאר נחמיה נישט אנגעגאנגען, ווייל זיין איינציגע מטרה איז בלויז ביזנעס, און די זענען אומשטאנד חרוב צו מאכן זיין פרנסה חלילה, און ער האט זיך געשטעלט און די לענג און אין די ברייט, אפצושטעלן די חברה טעקנישענס וועלכע ארבייטן אויף די אייגענע האנט, מיט אלעס סארטן טעראר און לחץ, ביז עס אים געלונגען, און מער האבן זיי אזעלכע אסיפות נישט געמאכט... (די חוצפה איז דאך אין לשער, ווען היינט נעמט נחמיה קרעדיט אויף דעם אסיפה וואס די איינציגסטע שייכות ער האט געהאט דערמיט, איז געוועהן אז ער האט עס סוקסעספול אונטערגעברענגט) ווייטער צוריק צום כינוס כלל ישראל, וועלכע האט אויסגעזעהן צו ווערן א קאטעסראפע און דורכפאלן און ח"ו א בזיון פאר די גדולי ישראל וועלכע זענען אריינגעדרייט געווארן אין דעם, האבן זיי עטליכע וואכן שוין נאך פסח נאכן נישט האבן פארקויפן קיין איין טיקעט, באשלאסן אויפצונעמען א שטאב פון עטליכע עקספירענסד חסידשע עסקנים, וועלכע האבן דעם כינוס ב"ה ארויפגעפירט אויף די רעלסן, און אצינד עטליכע וואכן נאכן אנקומען פון די פרישע עסקנים, איז שוין נישט דא קיין איין פלאץ צו באקומען ביים כינוס...

 וואלט דאך דער נחמיה געדארפט זיין צופרידן, פון די ארבייט וואס די עקספירענסד חסידישע עסקנים האבן אים געמאכט, אבער ניין, פארקערט, נחמיה שפירט זיך גאר שטארק באדרעט פון זיי, נחמיה וועלכע איז אליינס אחראי אויף צו ברענגען דעם ליטווישן ציבור, שטייט בעפאר א גרויסער דורכפאלן, אנדערשט ווי דער חסידישע ציבור, איז דער ליטווישער ציבור זייער זייער קאלט צום מצב, פילע ראשי ישיבות פון די עולם הליטא, שטעלן זיך בכלל נישט צו צום כינוס, צווישן זיי הגאון ר' שמואל קמינצקי און נאך פילע, נחמיה האט אנגעהויבן שפירן אז ער האט פארלוירן דעם מאכט, די חסידים האבן אים צוגענומען דעם פאוער, און סוף פארגאנגאנע וואך האט נחמיה געכאפט אן אטקע, און אנגעהויבן א קאמף על לא דבר מיט די עסקנים בראש פון שלמה אליעזר מייזליש!!! איינס פון די פעלער אויף וואס נחמיה מיט שלמה אליעזר האבן זיך געשלאגן איז געוועהן, ווען נחמיה האט ג'טענה'ט, אז פולע קהילות גייען זיך נישט צושטעלן צו זיין קאמפעני נאכן כינוס, מילא דארף ער זיי נישט, און האט באפוילן אז ער איז נישט אינטרעסירט אז סאטמאר זאל זיך באטייליגן, ווייל נאכן כינוס גייען זיי זיך נישט צושטעלן צו אים, פארשטייט זיך אז שלמה אליעזר מייזליש האט נישט מסכים געוועהן צו זיין טפשות, און דער צייט וואס ער האט אריינגעלייגט בלוט און שווייס צו ברענגען סאטמאר וועט ער נישט לאזן אז דער ליטווישער געלט גייציגער זאל אים אפ'הרג'נען זיין ארבייט. דער צווייטער טייל פון די מלחמה איז געוועהן דער צייטונג 'הצלת הדורות', וועלכע די חסידישע עסקנים האבן ארויסגעגעבן, וועט גאטליב האט באשלאסן אז ער לאזט עס נישט ארויסגעבן, און האט באשלאסן אז ער באצאהלט נישט פאר די קאסטן, טראץ וואס דער צייטונג איז שוין געוועהן ארויס פון דרוק, גאטליב וועלכע זעהט דא אצינד פאר זיך א קאמף אנצוהאלטן זיין בענקל אלץ בעל הבית פונעם כינוס און פונעם ארגאנזאציע וועלכע ער שטעלט אויף וועלכע איז בעצם זיין גאנצע מטרה, און האט זיך געשטעלט און די לענג און אין די ברייט קעגן דעם אויסגאבע, מיט די טענה, אז ער ווערט נישט גענונג דערמאנט דארט... און אז מ'מאכט צו גרויס דעם סקולענער רבי גרעסער ווי דעם משגיח ר' מתתיהו סאלאמאן, נחמיה האט טאקע אויסגעפירט אז די קאמפעניס האבן טאקע נישט ארויסגעשיקט דעם צייטונג, אבער די חסידישע עסקנים האבן עס אליינס פארשפרייט...

 דערווייל גייט אהן נאך שטרייטן, ווען וואס די חסידישע עסקנים זאגן הייסט גוטליב פארקערט נאר זיי צו ווייזן אז ער איז בעל הבית, ווען דאס קלאפט אויס, אויף טיקעטס וואס אנשטאט צו פארן קיין וומסב"ג, זענען זיי אנגעקומען קיין פלעטבוש, און אצינד ווען עס איז שוין נישט דא קיין טיקעטס ווילן די עסקנים פרובירן מטכס עצה צו זיין וויאזוי צו צולייגן זיצן דורך שאטער'ס וכדומה, אבער גוטליב וועלכע איז דער בעל הבית אויף די געלט, וויל נישט בשום אופן, און שעמט זיך נישט צו זאגן קלאר די סיבה דערצו איז ווייל די אלע אידן וואס מיר גייען קענען האבן קאנטראל אויף זיי זענען שוין פון לאנג איינגעשריבן, די אלע שפעט קומערס דארף ער נישט. אויך שלאגן זיי זיך, אבער דעם עקספאו וואס דאס דארף זיין איינס פון די שטארקע שטופעס אויף פאראויס פאר גאטליב'ס ארגאנזאציע, אבער דערווייל גייט עס עפעס נישט ווי געפלאנט, און ער באשולדיגט די חסידישע עסקנים און זיין פארנומען מיטן טפל (דער כינוס) און נאכלאזן דעם עיקר (דער עקספאו פון זיין קאמפעני). אצינד ציילן די עסקנים שוין די טעג ביז קומעדיגן זונטאג נאכן כינוס, ווען זיי וועלן זיך קענען אפטראגן פון דעם דיקטאטורשאפט פון נחמיה גאטליב, און לאזן פירן אליינס זיין ביזנעס, און זעהן ווי ווייט ער גייט אנקומען מיט זיין געלטגייציגקייט...

Saturday, May 12, 2012

א נייע שטאטוסקווא.....

I think I've figured out why they're channeling Mihalkovich, Hungary, 5626 (1866) in their literature. They're trying to recreate that! They're going to try and wield the same power that the Rabbonei Hungary did back then. Just like the Rabbonim then decided that "you're either with us or against us," that if you do not join the Orthodox, then even if you're Orthodox you're not.... So too here. Back then if you remained Status Quo you weren't part of Orthodoxy and your shechita was treif and your Rav was as good as Reform, even if you had a beard and peyos to the floor and your wife wore a Burqa. This is apparently what the organizers and the Rabbonim here are trying to do. They want those who have Internet at home, or at least unfiltered Internet, and you all guys with the Blackberries and IPhones, they want you to be considered Status Quo Jews, and thus מחוץ למחנה. That means you're out of the schools, Yeshivos, shuls, your shechita is treif and you cannot be MESHADECH with any Orthodox Jew! (if nothing else does it the shidduch ban will.) Well, maybe not that much, but you're Modern Orthodox and considered as if you have a TV or home, or as if the lady of the house doesn't cover her hair. I'm not sure how they plan on accomplishing this in times like today.






















 This is from the "הצלת הדורות" pamphlet which we brought in its entirety last week. As you can well imagine I cannot read all of the literature that I present to you, so I did not notice it then. This particular page was brought to my attention at the end of last week by a very respected individual who was very taken aback by the words that they highlight here and considered them enough of a reason NOT to attend. He considers this very much NOT in the spirit of Toras HaBaal Shem Tov, and thus any person who follows the דרך הבעש"ט הקדוש  - and for whom the בעש"ט is holy and dear - should not attend. I said I would see what he's referring to, and now I see what he means. I'm sort of at a loss here. I know that this חשוב'ע person is not of Hungarian extraction and has never been exposed to this style of speaking and writing. To him all Jews are Hashem's children. There was no "teilung" where he comes from, so he cannot relate. He wouldn't do a shidduch with just anybody either, but this talk of מחוץ למחנה, and similar language REALLY rubs him the wrong way. He also has standards when it comes to whom he'd allow in schools, but it's the harsh language, which many would say is totally unnecessary, that got him so upset that despite the fact that he filters his internet he will not attend and wants others to stay away as well. Is it really necessary to use such language? Am I - and him - the only ones that think that writer here sounds like a very ANGRY man?

Will they succeed?

For the history of the Jews in Hugary see Here

Next we have the famous Takonos that were made in Mihalovitz, Hungary in 1866:
תקנות מיהאלאוויטץ תרכו