דער מקובל, הרב ר' יצחק מאיר מורגנשטרן שליט"א, האט היינט מאנטאג אפגעשטעלט א באזוך, און האט מתפלל געווען און געליינט קוויטלאך, אויפ'ן ציון פון ליובאוויטשער רבי'ן זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע. חסידים זאגן ער איז זיך געקומען אנווארעמען פון די גרויסע קעלט וועלכע הערשט די טעג אין די ניו יארקער אומגעגנט