Showing posts with label אהל. Show all posts
Showing posts with label אהל. Show all posts

Saturday, June 23, 2012

"ג' תמוז אין די "ד' אמות

.שבת שכולו תורה תפלה והתוועדות.אין מקום מתאים יותר ומעודד ומעורר יותר משם

א רחמנות אויף דער אזוי-גערופענע ליובאוויטשער חסיד וואס קען זיך נישט ערלויבען פארען אהינצו ווייל ער דארף זיין בעטאלע און זיין קאווע מיט מזונות שבת צופרי. (כאטש אז קאווע מיט מזונות איז פאראן דארט "לרחצה") אביסל זיך אוועק געבן פאר'ן רבי'ן איז אזוי שווער ביי אייך? איין מאל א יאר פאר 24 שעה איז צו פיל? נאר געבן דארף מען אייך, נאר נעמען קענט איר, אביסל געבן קענט איר נישט? מילא אז די טאג איז ביי אייך א געלעכטער אדער אן "אתחלתא דגאולה" פארשטיי .איך. ס'איז א רחמנות און אפשר נאך ארגער, אבער מ'קען עס פארשטיין אבער טאמער האלט איר אז אזא טאג מאנט א חשבון הנפש ווי קענט איר נישט זיין אין די ד' אמות, ובפרט שבת ???

אשרינו שזכינו

Wednesday, December 28, 2011

זאת חנוכה ביים אהל מיט מוטה פראנק



כולם באים לרבינו

"Who's Motta Frank,' you ask? well. He's a "mashpia" of sorts. A Breslover Chossid. And he seems to have a message that resonates with some of our adolescent youth, some of whom joined him there last night.

Monday, January 10, 2011

Today at the ציון הק' של רבינו זי"ע

דער מקובל, הרב ר' יצחק מאיר מורגנשטרן שליט"א, האט היינט מאנטאג אפגעשטעלט א באזוך, און האט מתפלל געווען און געליינט קוויטלאך, אויפ'ן ציון פון ליובאוויטשער רבי'ן זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע. חסידים זאגן ער איז זיך געקומען אנווארעמען פון די גרויסע קעלט וועלכע הערשט די טעג אין די ניו יארקער אומגעגנט