Tuesday, January 31, 2012

נעאלאגישע מנהגים אין סיגעט


















נתקבל ב"אי-מייל" היום

ציטוט מתוך מבוא לספר 'קדושת יו"ט' שנדפס מחדש (מהדורת שפיץ) בה חושף שחופת מרן הדברי יואל מסאטמאר זצוק"ל התקיימה בבית אביו הקדוי"ט שלא תחת כיפת השמים אחרי שאביו היה אז חולה. כידוע שאצל בני אונגארן זה דבר שמסרו נפשם עליהם אחרי שנפרדו מהנעאלאגן בה'טיילונג' המפורסם, והם בין שאר מנהגי התחדשות ביטלו המנהג של חופה בחוץ תחת הרקיע. בקשר לזה שמעתי סיפור מאיש מהימן, שבשנות הבראשית על אדמת אמעריקא הוזמן רבינו לחתונה בווסט-סייד וכובד בסידו"ק, היה אז גשם שוטף, ור' חיימ'ל האלברשטאם מטשחויב-ניו יארק שאף הוא השתתף שם הציע שיערכו את החופה בפנים. הרבי מסאטמאר התלהב כדרכו שחלילה לעשות כדבר הזה בדבר שרבותינו מסרו נפשיהם עליו. ר' חיימ'ל, שידע אודות חופת מרן זצ"ל, הגיב בתמיהה הרי גם חופת כבודו נערכה בבית ולא בחוץ! רבינו ביטלו במחי יד כמי שאומר שאין זה אמת. בשעת הסעודה קרא הרבי מסאטמר לר' חיימ'ל ואמר לו, ס'טאקע אמת, אבער פאר די אונגארישע חסידים ברויך מען נישט אלעס דערציילן.....

........על כל פנים כנראה שהאחים שפיץ אינם יודעים מזה הסוד שלאונגארישע חסידים דערציילט מען נישט אלעס

Monday, January 30, 2012

יארצייט היום - כ"ק אדמו"ר מסקאליע זצ"ל



Youtube Link and Description Received via e-mail

"Rabbi Dovid Yitzchak Rabinowitz, the Skolya Rebbe. (1898-1979) He was the Author of Sefer Tzemach Dovid.

"His brilliance in Torah was matched by his concern for his fellow Jews".

The Rebbe was a seventh-generation descendant of both the Ba'al Shem Tov and the Zlothichver Maggid. He traced his lineage to Rashi, Maharal, Rema, and the "Sheloh" (R. Isaiah HaLevi Horowitz 1565-1630) Skolye, a town in Western Galicia, had been his home from age four till his marriage. His father, Reb Baruch Pinchos, a Ba'al Mofes (one who effects miracles) to whom Jews from far and wide flocked, made sure to devote time to his young prodigy, to develop his vast potential. At an early age, young David Isaac displayed a rare talent and desire for originating chiddushei Torah. His father, however encouraged him to better devote his time to studying the vast sea of Torah literature. Though he heeded his father's words, Isaac'l could not abstain entirely from writing down his chiddushim and would do so late at night, in secret. In the frost of the Galician winter, he would climb up to the attic and write until the ink would freeze.

Shortly after World War 1 erupted, the Jews of Skolye were forced to flee their city. The Rebbe's father and family made their way to Vienna, where Skolye Chassidus was revived. In Vienna, the Rebbe married the daughter of Rabbi Dovid Moshe Landau, the Burstyner Rav, who had also fled to Vienna during the war. The Rebbe was still living in Vienna at the time of the Nazi Anschluss in 1938. Rabbis were high on the Nazi list of wanted Jews. A disciple sacrificed his visa to America for the Rebbe, though with G-d's help he too was able to leave. The Rebbe left Austria by plane for Switzerland; it was the last flight carrying refugees out of the country. When the Rebbe left Austria, he was forty years of age. By that time, he had written most of his more than twenty sefarim on a wide range of topics.

Upon arriving in America, the Rebbe took up residence on New York's Lower East Side, before moving to Williamsburg in 1945. In 1973, he relocated to Boro Park, along with his beis medrash. He lived there until his passing in early 1979. The Rebbe was an outstanding shaliach tzibbur. His sweet voice was complemented by the feeling of love and awe of his Creator, which permeated his words. His work was revered by Talmudic giants and he received approbations from Rabbi Aharon Kotler, Rabbi Moshe Feinstein and Steipler among others."

ע"כ לשון האימייל

אמר הירשל ציג: This video clip was just made public and uploaded to the 'net for the very first time. The audio - as you can very well see - is a feed that was later added. I noticed Reb Tzudik Sheingarten in the clip. The SR had a zeide who was the first Chassidishe Rebbe to emigrate to the US and is buried in New York.

Sunday, January 29, 2012

"א רבי'שע היים אין אמאליקן פוילן"



דער הויף פון כ"ק אדמו"ר ר' שמחה בונים פון ווארקא-אטוואצק זצ"ל, באשריבן דורך זיין אייניקל איטא קאליש. ב' שבט איז געווען זיין יארצייט. ר' שמחה בונים איז שפעטער ארויף קיין ארץ ישראל און ליגט אין טבריה. אונזער איטא'לע איז אין די שפעטערדיגע יארען נישט געווען פון די פרומע אידענעס, אזוי אז מ'דארף איהרע ווערטער נעמען אין "קאנטעקסט." דאך איז עס זייער אן אינטערעסאנטע ביכל וואס מ'דארף לייענען. רש"ב איז נישט געווען דער "טיפיקעל" פוילישער רבי

לייענט און האט הנאה


וויקיפעדיא וועגן רש"ב

Saturday, January 28, 2012

הילולת ה"בבא סאלי" זצ"ל

במחיצת הגה"ח ר' חיים שלום דייטש מירושלים
אין ירושלים איז געשמאק. נאכ'ן דאווענען קען מען זיצען רואיג און פארברענגען סיי וועלכע טאג פון די וואך. דא איז דאס פרייטאג און פרייטאג איז נישט קיין ארבעט'ס טאג אין ארץ ישראל בכלל, אבער ס'וואלט געקענט זיין אזוי סיי וועלכע טאג פון וואך. ר' חיים שלום איז א יקר המציאות. א ירושלי'מער איד מדורי דורות; ער האט אלץ בחור געלערנט אין פונוביז' און איז שפעטער אריבער קיין ליובאוויטש אין כפר חב"ד. ר' חיים שלום איז אויך מצאצאי אדמו"ר הזקן, אזוי אז ליובאוויטש האט ער אין די ביינער. לכשירחיב דארף מען שרייבען מעררער וועגן רח"ש און וואס ער טוט היינט אויף אין פארשפרייטען חסידות בתוך אברכים ובני הישיבות




באדיבות: אתר חסידות.נט

Thursday, January 26, 2012

היינטיקער אידיש



































ווען איך זעה דאס ווארט "אקציע," דערמאן  איך זיך אין יפה עליאך'ס בוך, "חאסידיק טעילס אוו די האלאקאסט," און עס ווערט מיר נישט גוט. דארטן ווערט זייער אפט באשריבן די "אקציעס" פון די נאציס, ימ"ש, די אמת'ע נאציס, נישט די ישראל'דיגע פאליציי, ווי זיי פלעגן יעדען שטיק צייט צוזאמקלייבן אידען פון די געטאס און זיי דערמארדערען. טא פרעג איך אייך: פארוואס זאל מען אזא ווארט נוצען אין היינטיקן אידישן לעקסיקאן? אמת טאקע אז מ'רייסט די הויט פון מענטשען ווען עס קומט צו קלייבן געלט פאר די פארשידענע מוסדות התורה, אבער דאך. געפינט בעסער אן אנדערס ווארט. ס'איז פאראן בעסערע ווערטער. טוט נישט ווי טוהן די וואס אדער זיי אדער זייערע עלטערען און זיידעס האבען געליטן אונטער די דייטשן. כ'בין דוקא באקאנט מיט דעם חשוב'ן מוסד, ווייל מיר פלעגן אמאל זיין שכנים, און איך פלעג אפטמאל זעהן ווי די פייער אלארם פייפט במשך דעם גאנצן שבת קודש. ווען איך וואלט געוואוסט וואו דער ראשישיבה/מנהל/משגיח וואוינט וואלט איך אים אפשר געקלאפט אין טיר און זיי פארשפארט אביסל עגמת נפש. איך פלעג אויך געבן "ריידס און "היטשעס" פאר די חשוב'ע בחורים וועלכע פלעגן ווארטן נאך ישיבה אז מ'זאל אויף זיי רחמנות האבען און פירן אהיים. לויט ווי איך פארשטיי איז עס א  ישיבה פון פיינע איידעלע חסידיש'ע (קרי: אונגאריש) בחורים וועלכע דער שוואכע ישיבה סיסטעם האט געלאזט אקאדעמיש דורכפאלען מאיזה טעם שיהי'. תלפיות פראבירט זיי צו שטעלן אויף די פיס. און דער היינטיקער אווענט איז ארגענעזירט אויף צו קלייבן געלט פאר די בחורי חמד. איין זאך וואלט איך זיי געראטן, אומזיסט און אומגעבעטן, אז זיי זאלען זיך טרעפן א נייעם גארפיק דעזיינער, אדער בעסער געזאגט א נייע "קאפי" מענטש, כדי אז די אקציעס זאלען זיך ענדיגן איין מאל פאר אלעמאל

!שיהי' בהצלחה

A previous writeup about Yeshiva Talpios

Wednesday, January 25, 2012

What is Rabbi Hertz Frankel trying to say?

Pages 66-67 of Ami Magazine issue 54.RabbiFrankel

Needless to say I was surprised to see the Rebbe's picture gracing Ami's pages last week. And, נאך, the "Principal" article! נישט שייכות צו זאגען! So I began to read. At first we read about Sender Deutsch being G-d's gift to humanity. OK. I get that. No mention of his nasty side, but that's to be expected. He was his friend, after all. But then he goes on to say how he regrets never having met the Lubavitcher Rebbe, and my ears stand on end! So I continued to read, and I came out scratching my head, because it seems at one point that he had a "gotcha!" moment where he "catches" Rabbi Hodakov with an untruth. And they make a "grab" out of it in the article as well. So did he regret not meeting the Rebbe because he could make the same point to the Rebbe directly, or was it because he wanted to really meet the Rebbe and bask in his glow? Anybody care to comment?

As was made very clear in the comments, the whole story makes little sense. Not that we doubt that RHF visited with Rabbi Hodakov in 770, but the dates don't match. There was no proclamation about Tefillin till years later. AFAIK the battles against נתוחי מתים were in the late 50s, and מבצע תפלין was not announced until 1967/5727. And even on that the Rebbe didn't sign anything. The קול קורא was signed by many Rebbes and Rabbonim, including many Litvishe Rabbonim and Roshei Yeshiva, but it was done "לאור קריאת כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש שליט"א" and the Rebbe's signature did not grace that page. So where does that leave us as to the veracity of the article in particular?

Sunday, January 22, 2012

Your RDA of Misnaged Bashing




I assume you're tired of Satmar and Belz. So, on to your next favorite topic!

Friday, January 20, 2012

They have more than 29 Groceries in Williamsburg?!



































This is only a list of those that DON'T carry the Ami Magazine. I would imagine some still do. That's gotta be the highest per-capita rate of groceries per square mile in the world. But it's nice to see that Yiddishe פרנסה will continue, and that G-d does not forsake his people, even in the computer age. Printers still need to stay open, so that they can print these bans. So they still need to go to work.

Otherwise וואלט מען משוגע געווארען פאר ליידיג גיין.

Thursday, January 19, 2012

....אויס איד

OIS YID

אין אנדערע ווערטער מיר פייפען אויף אייך אלע. נישט בית אהרן און נישט בית זלמן לייב האבען גוט געטוהן. און טאמער מיינט "דער איד" אז זיי שטייען גוט ווייל זיי האבען אויך "מקבל געווען" דער פיוס פון אדמו"ר מבעלזא, מאכען זיי א טעות. עכ"פ לדעת המו"ל ד'פאשקעוויל זו

.צוקער זיס

!ס'איז דאך אזא גוטע זאך מיר ווילען דאס אויך

2012-01-19-02

מבקשים? נאר ביז דער הייליגער ישמח משה























From Here

Blogger שאץמאץ writing on Ivelt is very doubtful of today's so-called "מבקשים." He doesn't trust their motives. He says that the problem is that we allow too many "מצבים" in Yeshivos today. Too much Cholent, Kugel and י-ה אכסוף on Thursday nights. When he was growing up, or at least getting older, there was no such thing as having a good time in Yeshiva. And we grew to such great heights and madreygos! If we'd only keep them doing the basics and never let them step out of line; then we wouldn't have this terrible problem. He then goes on to poke fum at the very term מבקשים. I'll go out on a limb here and assume that the writer has a connection to the Satmar sect of Hasidic ultra-Orthodox Jews. This very Hungarian-Jewish approach to life seems to forget one very, very significant point. That were it not for the likes of the Yismach Moshe, zt"l, הראשון לבית סיגעט-סאטמאר, there would be no Satmar today. And if my memory serves me right, once his SIL convinced him of the righteousness of the Chozeh of Lublin he decided that he must go and see him!  He was not content with all the levels he had reached and attained through his limud haTorah and kiyum haMitzvos until then. (imagine that happening now, where a SIL tells a FIL, and convinces him, to go see a Rebbe that he opposes - which is what happened with the Yismach Moshe and his SIL the בעל אריה דבי עילאה)

לדעתי טאר מען נישט גיין צום כותל. ניין, נישט דאס מיין איך צו זאגען. ס'איז א וויץ. (חסידי סאטמאר וועלן עס פארשטיין) כ'וויל פארשטיין פון וואנעט דאס שטאמט? פארוואס מ'לאכט זיך אויס פון יעדען בחור וואס זוכט עפעס. געראדע איז דאס אויך דא אין חב"ד, אבער אין ליובאוויטש איז יש להם על מה לסמוך, אויף וואס האט איר זיך צו פארלאזען? און אין ליובאוויטש איז דאך אלץ דא, איז זעלטן דא פעלער וואס א בחור וועט זוכען ערגעץ אנדערש. און חוץ מזה בין איך נישט געקומען דא בארעדן חב"ד..... און מ'קען שוין מיינען! וויפיל בחורים ביי אייך זוכען שוין אז מ'דארף זיך אזוי אפרעדן אויף דעם? און ס'דאך דא אזוי פיל בחורים וואס זוכען אסאך ארגערס.... טא פארוואזשע זאל מען באדערן אז מ'זוכט גוטס, נאר ווייל מ'זוכט ביי יענעם? אין רוב פעלער גייט מען נישט ווייט אוועק פונעם בוים סייוויסיי. און ווער האט אייך איינגערעדט אז די סיסטעם איז אזוי געוואלדיג ביי אייך אז מ'דארף אין ערגעץ נישט זוכען? פארוואס דארף מען בארעדן און אויסזידלען דער וואס זוכט שוין יא און פון אים חוזק מאכען אז ער טוט עס נאר ווייל ס'דא דארט פארבלעמען? לא זו הדרך, רבותי. מיר האבען בקבלה מרבותינו הק' אז דרכיה דרכי נועם און אז מ'וויל אז די קינדער זאלען גיין אויפ'ן ריכטיגן וועג דארף מען זיי לערנען בדרכי נועם און מיט גאר אסאך ליבשאפט און פארשטאנד. און טאמער "פאשעט ער אין פרעמדע פעלדער" דארף מען ערשט טוהן בדרכי נועם ווייל אז נישט איז ער פארלוירען. לדעתי איז היינט כ"ד טבת, יומא דהילולא קדישא פון רבינו הגדול בעל התניא והשו"ע נ"ע, זייער א פאסיגען טאג אויף ארויס צוברענגן דעם פונקט

Wednesday, January 18, 2012

עגלות קונים רק באגאבו




















At the "קריאת שמע לייענען" of the אייניקל of ר' מענדל הגר of Bnei Beraq last night. If you don't know what a Bugaboo is ask your wife. Or maybe don't. She might think she needs one now too. Who said Rebbes aren't well-versed in הבלי עוה"ז? I guess the Satmar Rov no longer has the monopoly on it. Or maybe Vizhnitz yarshened that important character trait? Part of Rizhiner Malchus, I presume. They are Rizhiner Eyniklach after all.

Tuesday, January 17, 2012

ס'איז אלץ בלאף. דאס איז נישט סאטמאר


















.....וואס די סאטמורים האבען אמאל געשריבען וועגן דעם בעלזער רב


דער עולם החסידות איז אויף רעדער! ס'טייטש? דער בעלזער רב האט געשיקט א מנין אידן - ובראשם שמעון וואלף דער גבאי - און נישט סתם אידן, נאר דיינים טאקע, דאס שענסטע און דאס בעסטע פון בעלז, און זיי געהייסען איבערבעטען בשמו דעם סאטמאר רב, בעל הויואל משה זצ"ל, אויף דעם וואס פאר 30 יאר צוריק האט זיך דער ב"ר אויסגעדרוקט אין א נישט-שיינעם אופן אויפ'ן סאטמאר רב. דאס איז דער לעצטער טריט וואס איז נאך פארבליבען אויף צו מאכען שלום מיט זיין שוואגער, דער סאטמאר רבי פון קר"י, ר' אהרן טייטלבוים, און אזוי מיט חסידי סאטמאר בכלל.  דאס אז אין סאטמאר איז פארהאן נאך א גרופע וואס איז נישט אונטערטעניג צום רבי'ן ר' אהרן, דאס איז א פראגע וואס קיינער האט נאך נישט דער ענטפער דערצו... "כל הכבוד צו דער סאטמאר רב", שרייט מען, "אזא איש השלום!" דער גרעסטער רבי אויף דער וועלט. אנדערע גיבען גאר קרעדיט צו דער בעלזער רב און זאגען אז טאמער איז ער ביז היינט נישט דער מערסטע מוצלח'דיגע רבי איז ער יעצט אוודאי! נישט נאר האט ער פסיכעלאגען אין זיינע חדרים און ישיבות, ער מאכט שלום אויך! העפי דעיז אר היער אגען. איז נישט נאר דאס; די סאטמורים זעהען אויס בעסער און בעסער פון טאג צו טאג, זיי ווארפען אראפ פון זיך דער אלטער לעיבעל פון שלעכטע מענטשען און זענען יעצט אנשי שלום. מ' רופט ר' מיכל זעלבער צו כ"א כסלו פארדיס און מ' פארט אין חב"ד אין פאלם ספרינגס. והאמת והשלום אהבו. נישט אז מ'אפרישיעט נישט די אלע גוטע זאכען וואס מ'טוט.






















א טראפ'קעלע דרך ארץ פאר'ן בעלזער רב ווייזען זיי נישט ארויס דא מיט'ן צעטל


וויל אייך דעמאלט זאגען אז דעם ציג קען מען נישט פארקויפען קיין הייסע לאקשען, ער עסט דאס נישט. ווער איז ער צו מאכען שלום בכלל? ווער דארף דען דיין שלום? וועם איז אנגעגאנגען די מחלוקת בכלל? ווער גלייבט דען אז דער שלום איז לש"ש? וואס וועט זיין פונעם שלום? נישט אז איך וויל ווייטער אנפירען מיט מחלוקת, ח"ו, נאר איך פארשטיי נישט די גרויסע שמחה בכלל! וואס איז ס"ה דא געשעהן? דער וואס האט לדעתם פוגע געווען אין סאטמאר רב'ס כבוד איז נישט געפארען צום ציון, ער האט געשיקט שלוחים. וואס איז מיט'ן "מצוה בו יותר מבשלוחו?" קען מען דען יוצא זיין דער חיוב אזוי? נאכאמאל, דאס מיינט נישט צו זאגען אז ער האט א חיוב פיוס בכלל.פארוואס זאל איינער וועלכע מ'האט פארשעמט פאר 30 יאר אין די גאסען - כפשוטו - דארפען איבערבעטן דער וואס זיינע מענטשען האבען עס געטוהן? צו דער וואס איז מכריז פאר' די וועלט אז ער איז דער ממלא מקום? איז שטיי און שטוין! וואו איז די שכל פונעם המון עם? וואו איז דער עם חכם ונבון אין די פרשה? פארוואס זעהט מען נישט דאס וואס איז קלאר ווי דער טאג?






















{די קו"ק קעגן בעלזא}

























און וואס איז מיט'ן צד שני אין סאטמאר? זיי דארף מען נישט איבערבעטן? זיי זענען זיך אינגאנצען מתעלם פונעם מחילה בעטען און פירען יעצט אהן ווייטער די מלחמה. דער רשע און עוכר ישראל מנשה פולאפ האט די וואך געפרעדיגט אין א העצע רעדע קעגן בעלז איבער 9 מינוט און האט זיי גערופען "מסיתים ומדיחים" און "משכילים" און נאך ארגער. זעהט אויס אז זיי נעמען נישט אהן די מחילה. איז וואס טויג אונז אזא שלום?אז איר גלייבט נישט און האט 9 מינוט צו מבטל זיין הערט אויס ווי פולאפ איז פוער פיו ווי דער נידערטרעכטיגע יונג וואס ער איז. דאס איז סאטמאר! דאס איז וואס מיר האבען געהערט אלע יארען וועגן סיי וועלכע קרייז וואס איז נישט געפעלען פאר סאטמאר. טאמער זענען די בריונים מוחל אויף דעם וואס די בעלזער האט זיך און זיין דרך און זיינע פעטערס און זיידעס פארטיידיגט וועט מען קענען גלייבן אז מ'זוכט צו מאכען שלום. ביז דאן איז עס גארנישט מיט ווידער נישט. וואס מ'זעהט היינט בראשית ר' אהרן פון קרית יואל איז לדעתי נישט סאטמאר. ס'איז א פארוואסערטע  נאכמאכונג וועלכע האט פארלוירען דעם מהות און איז נאר דומה צום ארגינעלן. סאטמאר
אהן קנאות און שעלטעריי איז קיין סאטמאר נישט! אזוי זאגט די ציג! וועם עס געפעלט נישט קען זיל טרעפן א נייע ציג.


















ווען איך וואלט געווען א בעלזער חסיד וואלט איך זיך געשעמט מיט דעם גאנצען צערעמאניע וואס איז דא פארגעגאנגען. מיין רבי האט דעמאלסט ס"ה זיך אנגענומען פאר זיינע הייליגען פעטער זצוק"ל, וועמענס מאנען די סאטמורים האבען אין יענע צייטען שוין 30 יאר געשלעפט אין די מאראסט. ער האט אים נישט פורס בשם געוועהן. ער האט נישט אנגעשמירט קיינע גאסען מיט מיאוס'ע גראפיטי כמנהג סאטמאר. ער האט סה"כ געזאגט א ווארט צוויי וועגן שטאפ-גענז. שוין. איך אליין וואלט עס נישט געזאגט. זייט ווען איז דער סאטמארער קהילה און עדה החרדית דער יורש פון רבינו החת"ם סופר איז מ'דארף זיי איבערבעטן ווען מ'טשעפעט זיך מיט'ן חת"ס?  דער בעלזער אליין איז דאך א האלבער אונגארישער מצד אמו תליט"א. טאמער וויל ער און טאמער שפירט ער זיך נייטיג, קען ער פארען קיין פרעשבורג און דארט איבערבעטען.ער איז פונקט אזא בר דעה אויף אונגארישקייט און חת"ם סופר'קייט ווי די אנשי סאטמאר. די סיגעטער קינדער זענען קיינמאל נישט געפארען לערנען אין פרעשבורג, זיי איז גוט געווען אהן די חת"ם סופר ותלמידין אויך, טא וואס ווערן זיי אזוי צוקראצט פון די פאר ווערטער וואס דער ב"ר האט ארויסגעלאזט פון מויל?




מנשה פולאפ אין לאנדאן לעצטנס פרעדיגט קעגן בעלזא

Sorry for using a Holocaust analogy, but it's like Paris 1940, when AH dragged out the same railroad car that the Germans were forced to sign the Treaty of Versailles, and forced the French to sign their surrender there. That's what the "Bakoshas Mechilleh" ceremony here looked like. The only way to make this worse was if the Satmar Rebbe himself was there to "accept the apology." Thank G-d they didn't do that. If I was a Belzer Chossid I'd be terribly embarrassed and ashamed. No matter what I thought of my Rebbe and no matter how much I love Belz and stand up for its honor. What he did back in 1982 was to defend his uncle's honor. In no way was he beholden to the Eida HaChareidis, just like his uncle decided to deny the kanoyim when they requested/demanded that he wear the Jerusalem garb. He could have his own Beis Din and Kashrus system if he so pleases. Now he embarrassed his holy uncle all for his own silly ego, and to please their wives, probably. His and Teitelbaum's. Such an inferiority complex he has? The Satmar Rebbe himself couldn't understand why his shvogger wants so much to meet with him and to make peace. I fail to see what the reason for celebration is here.

Sorry.

Monday, January 16, 2012

אלץ ווייל מ'ארבעט נישט



















I've been trying hard to identify with my fellow protesters in Jerusalem. Not in my everyday life, but when they protest. After all, we all have the same Torah and should be bothered by what they're bothered. They are Jews in the purest form, untainted by American greed or the Holocaust or the Haskoloh or Communism, so they should have their finger on the pulse. If they're bothered by pritzus, or graves being desecrated or autopsies, then so should we. Supposedly the Lubavitcher Rebbe, זי"ע, said that; that if not for the kanoyim going out to demonstrate we would have to do it. And we need to be thankful to them for saving us that unsavory job. And I am. But it's become quite a task. What we've seen these few weeks in Eretz Yisroel, mainly Beit Shemesh, and now, with the arrest of the "Gaavad's" personal secretary (!) is pure embarrassment, for lack of a better term. I'm not sure where they learned these tactics from. At first I thought it was from the Arabs, but I don't see that connection. And the real painful truth is that we're suffering - yes, suffering from radicals like Yisroel Meir Hirsch, son of the Oycher Yisroel Moshe Hirsch, who instigate this from the sidelines, sending his little 11 year old boy and other lost souls to do his dirty work, while he smells like a rose and says, "who, me?" 

And במחילת כת"ר, what is going on with Reb Tovia Weisz? Is he trying to prove his street creds that he's daring them to come and get him like that? Accusing them of blood libels like in Russia and Hungary? I have never seen a Gaavad like that, acting in this uncouth manner, and kowtowing to the radicals within his faction. Did he really expect the Police to stand by and watch all the mayhem happen and not go to the source of all of it, The Eda HaCaharedis heads? The other Rabbonim that preceded him, like Rav Yitzchok Weisz and הרב משה אריה פריינד, managed to stay above the fray, allowing their shik yinglach and spokespeople to do their dirty work. He acts as if he's still proving himself and needs to get down and dirty. It's poshut not becoming and makes him lose favor in the greater Jewish world, and is totally unnecessary! He could be just as popular if he'd stay in the background! Now he just looks like a puppet that was brought in to give them some kind of legitimacy and is now doing the bidding of the puppeteer!

זעהט אויס אז אלץ שטאמט פון דעם וואס אין ארץ ישראל ארבעט קיינער נישט! מ'האט צייט ארויס צו לויפען אין גאס סיי ווען עס זאל נישט זיין. און היות מ'האט נישט נאך עפעס צו טוהן, און ביים לערנען האלט מען נישט, גייט מען אויף הפגנות! ווען די אנשי המדינה האבען ווען א טראפקעלע שכל שיקן זיי אלע אינגעלייט און רוב בחורים ארבעטן. אזוי, אז ס'איז פון ערווארטעט צו ארבעטן וועלן די ווייבער און די מאמעס שוין זיכער מאכען אז מ'דרייט זיך נישט אין די גאסען און מ'ברענט נישט קיין מיסט קאסטענעס. אבער טאמער האט דער מאן נישט וואס צו טוהן איז בעסער ער זאל זיך דרייען אין גאס אדער אין כולל ווי אין שטוב. וד"ל. און נישט נאר דאס, נאר אז מ'איז אזוי געוואוינט צו הפגנות און עס גייט אריבער א שטיק צייט אהן דעם וואס ס'איז פאראן "אקשן" אין שטאט גייט דער עולם ארויס פון די כלים און מ'מאנט ביי דעם גאב"ד'ס גבאי "ווען וועט מען שוין רופען אן הפגנה?" און אויף דעם ארויף איז ארויס דעם צעטל וואס איר זעהט דא אויבען

Sunday, January 15, 2012

Did Rav Ahron Kotler destroy Daas Torah? (albeit unwillingly and unknowingly)























RAK (left) with the Kopycznitzer Rebbe, zt"l, in Fleischmann's

(Well, I guess in America, is what we're talking about here. In Eretz Yisroel the dynamics are so different that we cannot compare nor discuss it here. Meaning, that RAK is responsible for the situation in the US, even if the piece you're about to read may focus on Israel in the first part... Just read on, you'll see the point eventually.)

Anshel Pfeffer, in his recent "Ha'aretz" op-ed piece, speaks about the situation in which Daas Torah in Eretz Yisroel finds itself today, with HaRav Elyashiv being in a virtual jail - not allowed to see the general public - and proclamations coming out in his name that he has very little idea about. What I assume prompted the article was the bickering between Mishpacha and the Israeli Yated, where the Yated people, apparently hurting because of Mishpacha's popularity, managed to procure an issur from Rav Elyashiv against the Mishpacha magazine, which is a joke, because he probably never even saw the letter that he supposedly issued, nor has he ever read the Mishpacha magazine.  Pfeffer implicates everybody in his piece; Lubavitch, the Elyashivites and Shachites, and Vizhnitz too, so I'm not thumping my chest just yet. Like a good Liberal he blames modern medicine for keeping old people alive their productive stage, but he makes one interesting point - or tries to. He basically says that by empowering every individual - by sending them to Yeshiva and then to Kolel for the rest of his life - that there is no consensus anymore as far as "Who is a Gadol." Any proclamation can be argued with and nothing is certain. You can argue on anything. People have begun to see how these Daas Torah meetings and letters work and they longer believe anything anymore. The fact that every מאנטאג און דאנערשטאג something else is banned also doesn't help.

I'm not sure if Pfeffer is 100% correct, but he seems to be trying to make a somewhat-educated point here. What caused this rift is the fact that everybody is a בר דעה now. We all learned in Yeshivos and we all learned in Kolel, and you won't tell me what to do or say! RYSE may be the Posek HaDor, but we have the Gaon HaDor, the Z'kan Roshei Yehivos, or the Z'kan HaMekubolim/Admorim on our side. So we don't need to listen to what you say. I realize it's a bit of a stretch. Ok, a very BIG stretch, but a simpleton wouldn't dare open his mouth against a Rov or Rebbe in the old days, no matter who the man was. That was because he realized that this Rov/Rebbe is much more learned than he is. He knew that Torah knowledge is the ultimate accomplishment in this world, and since he hasn't accomplished it, and this man has, then he needs to keep quiet, even if he thinks he understands better than the Rov/Rebbe. I know what some of you are saying or thinking, that the Chassidic Rebbe should not be associated with Torah. Ha, Ha. Very cute. But the fact remains that a Rebbe was respected and obeyed just the same if not more.

But truth be told; this has been going on for centuries already, nothing really to do with the dawn of the great Yeshivos and Kolelim. I was just reading about the Yeshiva Eitz Chaim and what happened in the 1860s in Yerushalayim with a new head of the school who had recently come from di Lita and decided to implement some changes to the system. (Rav Nissen Tikutchinski, son of Rav Michel and head of Eitz Chaim in J'lem, just passed away last week.) I believe he wanted to be able to raise money independently from the Kolel system that existed, and wanted to have donors give donations directly to the cheder/yeshivah. Rav Shmuel Salant, the undisputed leader of Jerusalem Jewry at that time - or so we thought - was adamantly opposed to any change in the system, but they basically thumbed their very noses at him. They were very determined, and they used the press of the day - periodicals like Chavatzelet, to make their point. Even Reb Shmuel did not have the last word. True, they used Reb Nissan Bak's publication to publicize their opinions, and maybe the fact that he was a chossid and RSS a non-Chossid had something to do with them not respecting RSS, but that's not entirely true, since the man who wanted to change the system was a non-Chossid from ראדישקעוויץ, so he was surely "supposed to respect RSS. Can you imagine that happening at all? We always assumed that the only ones to defy RSS were the Maskilim and the irreligious, but not frum Jews! And ultimately Eitz Chaim got what it wanted, and the Kolel system of Chalukos was irreversibly damaged, and remains so until today.

What's ironic about all this is that davka in אר"י has it become so that they have at least succeeded to form some kind of authority that people listen to. They succeeded when it came to Kosher phones and Mehadrin buses. In America there is none! And if think they can create one by making an Ichud HaKehillos they're sorely mistaken. So despite the fact that in the US people work and earn a living still we see that they have little respect for Daas Torah. So I guess blaming RAK would simply be unfair. So the answer to the question posed in the title of this post is "no." Maybe it's the וישמן ישורון ויבעט that did us in. We're too rich so we kick away DT. איי, we have a hard time paying tuition, utilities, mortgage, camp, seminaries, wedding, bar mitzvas, sheitel for the wife, etc. - that doesn't to matter. We're still too rich. But we're not too rich to be ignored when it comes to supporting those houses of learning. So I guess, what I'm trying to say is that if we give credit to RAK for "building Torah in America," then doesn't he have to "take the blame" as well? If this is what the building of Torah created then he who created gets the credit/blame. {after all, the Satmar Rov created Shtreimlach and Cholov Yisroel drinkers and Tznius'dike women, but he doesn't take credit for building Torah, so we can't pin this on him...}

Saturday, January 14, 2012

New Poll

On the sidebar we have posted a new poll. Please take a look and vote. If you so wish you can comment and make a different choice.
Thanks.

Thursday, January 12, 2012

ר' מאטל סלאנימער איז גאר געווען א סאטמארער

Eido

......אזוי איז עכ"פ משמע פון זיין זון

פאריגע וואך שבת איז געווען דער יארצייט פון הרה"ח ר' מרדכי חיים קאסטעלעניץ, באקאנט אלץ ר' מאטל סלאנימער. ר' מאטל איז געווען דער ראש חבורה פון סלאנימער חסידים אין אר"י פון נאך די 2'טע וועלט מלחמה - ווען דער "יונגער רבי" ר' שלמה דוד יהושע הי"ד איז אוועק - ביז זיין הסתלקות אין תשי"ד. צו זאגען אז ער איז געווען "רבי" איז שווער, כאטש אז אין אנדערע שושלת'ן איז ער יא פארשריבן אלץ רבי. כ'קען פארשטיין אז ער האט מעריך געווען דעם קראלער/סאטמאר רב, און אפילו געהאלטען פאר א אדום גדול מאוד מאוד, אבער אסאך פון די זאכען וואס די זון ברענגט דא איז בכלל נישט עולה על הדעת אז א חסיד פון סלאנים אין די ליטא זאל אזוי זאגען אויף אן אונגארישער רב, סיי ווער עס זאל נישט זיין, איז גאר, גאר שווער צו גלייבען, בפרט נאך ווען אזוי פיל חסידי סלאנים האבען ארויפגעקוקט צו אים אלץ מדריך ומשפיע. און בכלל איז שווער צו פארשטיין: ווי קומט עס אז א  כלומפרישטע ארטיקל וועגן ר' מאטל איז פארוואנדעלט געווארען אין א באשרייבונג וועגן סאטמאר רב, גאר? פארוואס האט מען נישט עפעס געשריבן מער וועגן ר' מאטל אליין? לאמיר הערן וואס די חשוב'ע לייענער זאגען דערצו

Wednesday, January 11, 2012

?דאס מיינט מען מיר










כל אחד המגין, ובגלוי, על הענינים שכ"ק אדמו"ר מסר נפשו עליהםה"ה ממשיך על עצמו ועל כל ב"ב שיחיו מטוב הסתום שיהי' בטוב הנראה ונגלה ממש בגו"ר...

This copy of a letter by the Lubavitcher Rebbe זי"ע - written soon after ascending the "throne of leadership" - was sent to me by a good friend. When I asked him if he included me in that category, and that's why he sent me the letter, he very strongly said "YES!" I'm not one to toot my own horn, and far be it from me to do things like ע"מ לקבל פרס, but it's nice to know that my work is appreciated... Unless you say - like some Lubavitchers do - that what I do here does the opposite, it only makes people think worse of Lubavitch and the Rabbeyim/Chassidus. But even so; if what I'm doing here is defending, then it shouldn't matter what the end result is, as long as the right intentions are there... The Rebbe would always וואונטש it should be בטוב הנראה והנגלה. The אייבערשטער always does what it is good. He is goodness. But sometimes the goodness is not visible, and that's why we ask that it be "seen and revealed" goodness. Goodness that simple people like us can see and feel and appreciate.

This pleases the Tzig.

Tuesday, January 10, 2012

יארצייט - ר' אליעזר אדלער ז"ל - גייטסהעד


(Photo courtesy of a family member)


 ט"ו טבת  was the 63rd Yohrtzeit of Reb Eliezer Adler, z"l, founder of the Gateshead Kehillah, and grandfather of R' Elozor Reich. (Reich was the one who wrote the memoirs that were gathered in The book we featured here. Reb Lazer was a Chassidishe Yid from Stanislav who made his way to England sometime in the 1880s and eventually ended up in Newcastle. He was a young יתום who left Galicia so that he could support his widow mother. After a while he decided that NC was not serious enough about their Yiddishkeit, and he crossed the bridge over the River Tyne into Gateshead. The year was 1887. There he founded the Kehillah that is now home to many, many Mosdos HaTorah. He wasn't the first Yid there, but he founded a new kehillah that would be just like in der alter heim, and even better, because he was the one dictating policy there. Mr. Adler was adamant about maintaining his standards of Yiddishkeit and was steadfast in the kehillah remaining independent - even from the British Chief Rabbinate, refusing money and offers of help from the office in London. Only Shomrei Shabbos were allowed to be members there, and he would only take money from such people. The best available Rabbonim and melamdim were hired, and a very strict oversight of all kehillah functions ensued. We look at Gatheshead as some kind of Litvishe city, because of the Kolel, Yeshivos and Seminary there, but it never would've become what it did without the efforts of the Chossid Reb Lazer, z"l. There are even several Lubavitcher families that are his descendants!





( a פנימי book published by his descendants recently)
























(Recommended further reading about the Gateshead Community)

"חוש האחריות של צדיק הדור אף לאוה"ע"

What amazes me most about these things is where was Rav Wolbe - lemoshol - when the Rebbe was ridiculed for this very idea?! There were also others who were alive who probably remember the CC wanting to do it, why were they silent? Why did they not stand up and sign on to the idea?! Does the idea suddenly become treyf once Lubavitch pitches it? The Rebbe obviously saw that times have changed and the goyim will listen to the call for them to keep the sheva mitzvos.


Monday, January 9, 2012

הרב יוסף הלוי טירנויער - ראדאוויץ, בוקאווינע



ראדאוויץ אין בוקאווינא איז געווען א שטאט פון איבער 8,000 אידן פאר די מלחמה. מסתמא רוב חסידים פון די רביס פון וויזשניץ און רוז'ין/סאדיגער. אין די 70'ע יארען איז אהין געפארען א אינגערמאן, וועלכע'ס זיידע איז געווען פון ראדאוויץ, און האט פאטאגראפירט און געכאפט ווידעא פון זיין וויזיט דארט

איינער פון די גאר אינטערעסאנטע זאכען וואס מ'קען דארט זעהן, איז אז אין ראדאוויץ איז אין יאר 1974 נאך געווען א רב, מיט'ן נאמען הרב יוסף הלוי טירנויער, אלט 63 יאר דעמאלט, וועלכע האט אויך געדינט אלץ שוחט און מוהל אין שטאט. מ'זעהט ווי די אידענעס פלעגן קומען מיט די הינער צום רב/שוחט און ער פלעגט עס שחט'ן פאר 3 ליי, אזש ווי אין די אלטער היים פאר די מלחמה. ער איז דוקא גאנץ היימיש מיט די אידענעס... כ'ווייס אז הרב טירנויער פון די שומרי שבת שול אין בארא פארק איז אויך געווען א לוי, אפשר זענען זיי קרובים גאר. צו אפשר נאך ברידער. זיין פאטער איז געווען הרב זאב הלוי טירנויער, וועלכע איז אוועק אין תש"כ אין צפת. זעהט דא. וויפיל נאך אזעלכע שטעט איז געווען אין רומעניע נאך אין '74? שווער צו זאגען. און אויך שווער צו  פארשטיין וויזוי מ'האט געלעבט אזוי צווישען די גוים און אונטער דעם קאמיוניזם. אויך איז מיר דאס ערשטע מאל אויסגעקומען צו זעהן ווי מ'גרייט צו א בר מינן פאר די אייביגע  רוה אדאנק דער בחור און זיין קאמערא. אטא דא אונטען קענט איר דאס זעהן. ס'כאפט א שרעק - בפרט יעצט אין די שובבים טעג, וואס פון א מענטש ווערט נאך דעם וואס דער מלאך המות האט אים באזוכט


Sunday, January 8, 2012

השתפכות הנפש - סליחות עשרה בטבת תשכ"ה ביים רבי'ן























Selichos Asara B'Teves 5725 with the Rebbe דאווענען פאר'ן עמוד.

The Rebbe's mother passed away on 6 Tishrei of that year and he davened for the amud all of that year. A rarity in Chabad. The רביים never davened for the עמוד besides for when they were חיובים or on a יארצייט. At that time, and until 5748, the Rebbe davened שחרית ביחידות, and would only join a מנין for קריאת התורה, where he would usually be עולה שלישי during the week. On שבת ויו"ט he of course davened with the מנין and was עולה מפטיר. Here we hear the Rebbe - beginning from שמע קולינו in שמו"ע and through סליחות. I would dare say that even dyed-in-the-wool Lubavitchers are very נתרגש from this recording, no matter how many times they hear it. The בכיות are מורא'דיג, and the השתפכות הנפש will shake you to the core. Something for all of you to remember. Click on the above link and it will take to a page that will open automatically. Open a סידור to the סליחות of עשרה בטבת and follow along. If you have little time you can skip ahead to minute 12:30 and listen. (Note: the picture here is from Yud Shvat 5724 and was used for illustration purposes only.)

Saturday, January 7, 2012

!!!! הרב יאיר כלב הורס את ניגוני חב"ד





If you know Nigunei Chabad, and specifically these few, take a listen.

I'll start with the positive aspects of his renditions.

Many people who are not שייך to Chasidishe Nigunim because they're too פארגרעבט and they're נשמות too coarse to be affected by the pure form - they need to have the music diluted. Reb Yair fills that need. He also apparently is mekarev many Yidden to Yiddishkeit through this form of neginah - sort of like what others do with their lectures and speeches. No real harm done here, per se'. Then there are those who like the kind of folksy music that Reb Kalev plays. They may be full-fledged frum Jews who may not necessarily be פארגרעבט, but they too cannot appreciate a nigun without it being brought "into the 21st century." I've met some of these people, and I've sent them the original version of the nigun, the one that awakens love and fear of Hashem and a will to return to him - but they like the guitar and the nice beat. גיי לערן מיט א גוי ברטנורא. So despite the fact that they get a distorted - and just plain wrong - idea of a Chabad nigun, I guess this is a good thing? בעסער ווי גארנישט???

The negative aspects - I think - speak for themselves, but maybe I should enumerate them, so that we know for sure where I stand on this very important issue. There's the fact that it was composed to be sung a certain way, don't change that, out of respect to the composer. No less than would be expected from the composer of any old song, Jewish, Chassidish, or, להבדיל, not. But especially when speaking about a chassidishe nigun from generations past. The nigun was composed under the purest of thoughts and the holiest of intentions, once tampered with there go the thoughts and intentions! What's left? not much. And then there's what the nigun seeks to accomplish. געגועים, מעורר זיין א טיפע התעוררות תשובה, and many, many more. For that you'll need to Frierdige Rebbe's explanations, and I don't know them offhand for these particular nigunim. There's no way in the world that those feelings are left intact after the nigun has been rearranged like that! So what's left? some good guitar and a nice beat, but the Chabad nigun is GONE!

Then there's my "favorite."



It's murder. Plain and simple. דער בחור האט געקוילעט דעם ניגון, מ'דארף אים זאפארט איינזעצן!!! What are those weird sounds coming out of his mouth?! How do you take a slow-paced nigun and throw it off the cliff like that? Where did he get this idea, and why has he been allowed to do this for quite some time now?! I only discovered this very recently and have made it one of my life's missions to stop the evil being done here - albeit by a very well-meaning and good man.Why have others not done anything to stop this injustice?! I see where MBD got his inspiration from when he recorded the nigun "תלמידי הצמח צדק" on his most recent CD. So now we have this travesty perpetuated for all eternity, where even unsuspecting Lubavitchers who have no interest in Neginah will suddenly like their nigunim because MBD made it cool and hip. And the source is our friend R' Yair Kolev. I realize it'll be quite difficult to make the point to those of you who are not behavent with Nigunei Chabad to realize what he's done here, without bringing the real version of the nigun, so I'll try and find those for you. But until וועט איר מיר מוזען גלייבן אפ'ן ווארט.

Here's YK's Youtube channel, there's lots of good listening. It's just not very authentic, that's all. And MBD's new CD on MostlyMusic. Enjoy them both!


(Nigun courtesy of "Nigun a Day" Blog

Friday, January 6, 2012

ב"ה לא אלמן ישראל - עס קומט שוין די ישועה'לע























די "איחוד הקהילות לטוהר המחנה" קאמיטעט איז געזעצן און מטכס עצה געווען. ס'האלט שוין אט אט און אלעס ווייט קנאקען ווי עס דארף צו זיין. מיר וועלן ווייטער האבען א 100% סוקסעס
אין אונזערע היימישע מוסדות RATE .

מ'גייט מטהר זיין די מחנה פון די אלע אומגעוואונטשענע עלעמענטן

אינעם בילד זעהט מען ווי דער גבאי/שמש פונעם סקולענער ביהמ"ד שרייט אהן דער געהיימער בילדער-כאפער וועלכע האט זיך אריינגעכאפט אינעם ווייבער שוהל און האט געכאפט בילדער פון די העכסט-געהיימע אסיפה

אין די צווייטע בילד זעהט מען איינער פון די פלאקאטען וועלכע דער איחוד האט געהאנגען אין אלע בתי מדרשים. לויט ווי מיין קליינעם שכל פארשטייט עס איז אינגאנצען דא איין אויפפאדערונג אין אונזער דור, און דאס איז דער טריפה'נעם טעכנאלאגיע. די אלע סקאנדאלען וועלכע זענען לעצטנס נעבאך מעשים בכל יום זענען - זעהט אויס - בלויז פאלשע קלאנגען, און אויף דעם פאדערט זיך קיינע אסיפות.... אויב אזוי איז זייער פאסיג די קעפל פונעם היינטיגען "פאסט," ווייל דאס
 איינציגער פראבלעם פונעם "יהדות החרדית" ווערט אט אט געלעזט

לא אלמן ישראל ווייל מיר האבען רבנים גאונים און צדיקים וועלכע האבען די פינגער אויפ'ן "בלוט-דרוק" פונעם ציבור און ווייסן גענוי וואס און ווען צו טוהן

ברוך שחלק מחכמתו ליראיו




.

Wednesday, January 4, 2012

Treasures for you

























164 Shiurim from the Rav, RYBS, now online. Lomdus, Gaonus, Bekius, it's all in there. ריתחא דאורייתא. ממש א נחת און א תענוג.

Photo from Eichlers.com

Created and Uploaded by David Etengoff. ייש"כ, וזכות לימוד התורה דרבים יעמוד לו בזה ובבא

Tuesday, January 3, 2012

The "מלאכים" and Lubavitch post 4G ( a new גילוי)


















"אוצר אגרות קודש" new edition

In the annals of Lubavitch history there's this group about whom the Satmar Rov was to have said "צו זיי זענען מלאכים ווייס איך נישט, אבער מענטשן זענען זיי זיכער נישט!" Those who have issues with Lubavitch like to point to this group and use them as proof that Lubavitch is not what the founders intended for it to be. Truth be told, the group only started many years after the "founder," R' Avrohom Ber Levin of Ilye left Russia and came to the US. Every boocher'l in the chassidishe velt knows that the Malochim don't like Lubavitch, and haven't liked them since the Rebbe Rashab told him to leave Lubavitch after he was מוציא לע"ז on his בן יחיד, רבינו מהריי"צ נ"ע. So in essence the group as a group was never really part of Lubavitch, Avrohom Ber not withstanding. But we won't be a stickler for accuracy here. What has become part of the Malochim philosophy - as I know it - is that REAL Chabad was only up until the Tzemach Tzedek. The MaHaRaSH is still OK as far as learning his Chassidus, but it's already not what the AR had in mind. Avrohom Ber considered himself on the level with the Rebbe Rashab, a "talmid-chover" as some would put it - silly people they are. They were the ones who took the liberty to laugh in the face of the Frierdige Rebbe, based on what they thought Reb Avrohom Ber would've said, I suppose, since they spent very little time with him before he passed on, and they opened the floodgates for any kal and so-called "Kanoi" to do the same. Then again, if they organized in 5684 then maybe he did really say some of those things? He only passed on in 5698. Word on the street is that most of his talmidim, like Reb Yankel Schorr, spent only 2 years with him, and it wasn't every day either, it was very seldom that they would meet him at all. Most of the meeting was done back in Brooklyn.

Over the years much has been learned about the above-named group and some of their positions. We know that he was a Rov in a Nusach Ari shul in the Bronx. Reb Yisroel Jacobson's father davened in his shul. In his zichronos RYJ writes that when he came to America in the early 20s((his family (parents and siblings) had emigrated before him)) he went to visit his parents and had to be in that shul. לכתחילה, he said, האב איך נישט געוואלט שטיין אין זיינע ד' אמות because of what transpired back in Lubavitch, but he had no choice. That goes to show you that not much has changed in Lubavitch in that respect - you mess with our Rebbes and we'll show you. I guess it was a small shul.... RYJ continues to reminisce how RABL asked him to chazzer a מאמר חסידות ביי זמן שלש סעודות from the Rebbe (Rayatz), which he gladly did, and Reb Avrohom Ber was duly impressed ------ So if he was SUCH a Kanoi, and sooooo disliked the RR and the FR I don't think he would ask to her what he considered diluted (ptuy) Chassidus, now would he? That was one anecdote that showed me that much of what his so-called chassidim and talmidim say about him is not mamesh so. But what we show here may be the kicker, being that it's from the "Malochim" themselves, and kind of throws a really big monkey wrench into the idea that he didn't care for Lubavitch post 4G.  NOT THAT IT REALLY MATTERS, but it does to some people. Somebody who was so anti-Lubavitch post 4G wouldn't make his bochurim collect money for Tomchei Tmimim, a T"T being run by the Frierdige Rebbe, now would he? And he wouldn't be so adamant about it as he is here, would he?! This was 4 years after the RR had passed away already!!

Monday, January 2, 2012

מוטה פארט ווייטער



















פונעם ליובאוויטשער רבינ'ס ציון אין קווינס איז ער געפארען אפסטעיט און זיך געטראפען מיט'ן סקווערער רבי'ן בביתו נאוה קודש אין ניו סקווער

יודעי דבר זאגען אז דאס אז די ס"ר טרעפט זיך מיט אן אפיציעלער בראסלאווער משפיע איז צוליב א משפחה מעשה; אז ער איז אים מכיר טובה צוליב א געוויסע סיבה, שאכ"מ. אונטער'ן רבי'ן שטייט דאכט זיך בנו ר' יעקב יוסף

מיר האבען אלע הנאה צו זעהן ווי ר' מוטה איז כובש מיט אהבה

אויך איז וויכטיג צו באמערקן אז דער יונגערמאן אהן דעם קאפעלוש (ר"ל) און אהן א גארטל (!) איז א א תושב ניו סקווער לשעבר וועלכע מוטה איז מקרב, כדרך משפיעי ברסלב בכלל. דאס אז די רבי נעמט אים אויף אזוי שיין און סימפאטיש
 ווארעמט אויך אהן דאס הארץ, מטעמים המובנים מאליהם

DISCLAIMER: I have never met R' Motta Frank, nor was I asked to post these stories about him.


אפדעיט: א "תמליל" פונעם שמועס



What you may have missed on the blog

If you're looking for new posts to have today's date on them you may miss them. Go back to last week and see how we worked hard to fill in the missing days, including a beautiful story about the late, great Reb Chaim Shmulevitz. You also may have missed a thread that had an audio recording of the Finfte Lichtel @ Stone Avenue in Brownsville, aka Yeshiva R' Chaim Berlin

Sunday, January 1, 2012

חדשות מבית יואלי ראטה



יואלי קנאקט ווייטער, און ווערט נישט נתפעל פון קיינעם. קיינע "מניעות" וועלן אים אפהאלטען פון טוהן וואס דער רבי הייסט. זיין משפחה שעמט זיך מיט אים טאקע, אבער ער איז מיט'ן רבי'ן, דער רבי איז זיין טאטע. דא זינגט ער מיט זיינע בחורים אין א פארק, ערגעץ וואו. דער רבי ר' נחמן איז מיט אים און גיט אים כוחות ווייל ער איז צוגעבונדען צום רבי'ן ע"י תלמידו המוהרא"ש. די בחורי חמד זענען אויך שטארק צוגעבונדען צום רבי'ן און זינגען צום אייבערשטן מיטן גאנצען כוח זייערע

וואס זאגען זייערע עלטערען, פרעגט איר? שווער צו וויסן. נישט אלע זענען בדעה אחת. אנדערע זענען צופרידן אז זייער קינד זעהט אויס אידיש און רעדט אידיש און רעדט צום אייבערשטן. אנדערע האבען אויפגעהויבן די הענט און האבען איינגעזעהן אז אזוי איז עס, דא איז דער בחור. קיין אנדערע מענטש רעדט נישט צו אים. יואלי מאכט אים פילן גוט און , טא , וויכטיג, אן אנדערע מלמד/מנהל האט אים ניטאמאל געוואלט אנקוקען, טא וואס זאל זי זיין, ברוגז אויף אים אז ער לערנט זיי צו זינגן און שפילן גיטאר???

איך קען "רילעיטען" צו ר' יואל. צוריק גייט ער שוין נישט. כאן נמצא כאן היה. ער וועט שוין פון שיק-ברסלב נישט אוועק גיין, so you might as well make the most of it. דהיינו בויען א קהילה פון מענטשן מיט ענדליכע הינטירגרונדען און לעבן מיט זיי און אנפייפן דער גארער וועלט. נאר אזוי וועט עס האבען א קיום. אדער פארען קיין ארה"ק. אנדערש וועלן זיי בלייבן "לעקיש" לעולמי לעד.

כנלענ"ד