Thursday, December 29, 2011

'שמעתתא ב























ג' טבת איז דער יארצייט פון הגאון ר' חיים סטוטשינער, באקאנט אלץ ר' חיים שמואלעוויטש. ר' חיים איז געווען אן אייניקל פון דער אלטער פון נאווארדאק, און האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון ר' לייזר יודל פינקל, דער מירער ראש ישיבה. ר' לייזער יודל אליין איז געווען א זון פונעם אלטער פון סלאבאדקא, ר' נטע הירש פינקל (הראשון). ר' חיים'ס איידעם איז געווען ר' נחום פערצאוויטש, און ר' נחום'ס איידעם איז ר' אשר אריאלי, א מגי"ש אין די מירער ישיבה אין ירושלים. ר' חיים האט א זון ר' רפאל, וועלכע  איז אויך א שטיקל ר"מ אין די ישיבה דארט, אבער איך פארפאר שוין פונעם טעמע מיט די אלע יחוס
גערעדאכץ

כידוע איז ר' חיים געווען אין קאבע, און דערנאך שאנחיי מיט די תלמידי הישיבה די גאנצע צייט, 6 יאר ,און איז צוזאמען מיט זיי  געפארען קיין אמעריקע. קודם איז די שיף אנגעקומען קיין ס' פראנציסקא, און פון דארט איז מען געפארען נאך ניו יארק. רוב תלמידים זענען דאכט זיך פארבליבען אין אמעריקע, און ר' חיים מיט ר' חאצקעל לעווענשטיין זענען שפעטער אפגעפארען קיין ארץ ישראל. אף ר' חיים דערציילט מען אז פארענדיג אפ'ן שיף קיין אמעריקע האט פאסירט אזא מעשה: די רייזע איז גאנץ א לאנגע, גאנצענע טעג, און די בחורים זענען געווען אומגעדולדיג, וועלנדיג שוין אנקומען צום פארט אין אמעריקע. איינער איז אמאל געזעצן לעבן ר' חיים'ן און געפרעגט "וואו האלט מען," מיינענדיג וואו מ'האלט מיט די רייזע און ווען קומט מען שוין אהן, פאר א גוט יאר! האט ר' חיים זיך אנגערופען "וואו מ'האלט? שמעתתא ב'! אט דאס איז געווען ר' חיים. כולו תורה. קיין פאליטיק און קיין קנאה שנאה. און פאר דעם האט ער - לדעתי - זוכה געווען אז אפילו עמיהארצים ווי איך זענען מוקיר און מכיר די גדלות פון ר' חיימ'ן און שרייבען וועגן אים מיט דאס גרעסטע מאס דרך ארץ און יראת הכבוד

1 comment:

Anonymous said...

reb refael iz epes ah magig shiur?
he is a goen adir.
reb asher speaks clear and good but in no way does he come up to reb refoel in learning. yes he has a maale in his style and in a chush hadibur but dont downplay the geonus of reb refoel which besides for the shiurim is one of the major players in encyclopedia talmudis.