Showing posts with label זקניך ויאמרו לך. Show all posts
Showing posts with label זקניך ויאמרו לך. Show all posts

Saturday, February 11, 2012

מוצש"ק ענטערטעינמענט

זקינך ויאמרו לך Yisro 5772

אזוי ווי דער עולם זוכט וועגן ווי צו פארברענגען די צייט די לאנגע מוצאי שבת'עס אין א כשר'ן אופן, ברענג איך אייך ליין מאטעריאל וועלכע קען אייך ברענגען אדער צום לאכען אדער צום וויינען, און אפשר נאך לאכען און וויינען גם יחד. ס'איז כדאי צו קוקען די לעצטע מעשה וואס זיי ברענגען אויף דף ב', ווי א זקן ממרא, כ'מיין א זקן מופלג דערציילט וואס ער האט געהערט פונעם רבי'ן ז"ל וועגן ליובאוויטש. כ'ווייס נישט וועמען צו גלייבן, צו הערץ פרענקל צו די אלטע אידן דא. ה"פ זאגט אז די רבי ז"ל האט קיינמאל קיין שלעכט ווארט קעגן ליובאוויטש ארויסגעזאגט פון מויל, און די אידן דא זאגען פארקערט. לבי אומר לי אז וויבאלד הערץ איז סוכ"ס געווען א "פרעמדע" האט די רבי ז"ל נישט געוואלט רעדן בפניו. אפשר מאך איך א טעות