Eido
......אזוי איז עכ"פ משמע פון זיין זון
פאריגע וואך שבת איז געווען דער יארצייט פון הרה"ח ר' מרדכי חיים קאסטעלעניץ, באקאנט אלץ ר' מאטל סלאנימער. ר' מאטל איז געווען דער ראש חבורה פון סלאנימער חסידים אין אר"י פון נאך די 2'טע וועלט מלחמה - ווען דער "יונגער רבי" ר' שלמה דוד יהושע הי"ד איז אוועק - ביז זיין הסתלקות אין תשי"ד. צו זאגען אז ער איז געווען "רבי" איז שווער, כאטש אז אין אנדערע שושלת'ן איז ער יא פארשריבן אלץ רבי. כ'קען פארשטיין אז ער האט מעריך געווען דעם קראלער/סאטמאר רב, און אפילו געהאלטען פאר א אדום גדול מאוד מאוד, אבער אסאך פון די זאכען וואס די זון ברענגט דא איז בכלל נישט עולה על הדעת אז א חסיד פון סלאנים אין די ליטא זאל אזוי זאגען אויף אן אונגארישער רב, סיי ווער עס זאל נישט זיין, איז גאר, גאר שווער צו גלייבען, בפרט נאך ווען אזוי פיל חסידי סלאנים האבען ארויפגעקוקט צו אים אלץ מדריך ומשפיע. און בכלל איז שווער צו פארשטיין: ווי קומט עס אז א כלומפרישטע ארטיקל וועגן ר' מאטל איז פארוואנדעלט געווארען אין א באשרייבונג וועגן סאטמאר רב, גאר? פארוואס האט מען נישט עפעס געשריבן מער וועגן ר' מאטל אליין? לאמיר הערן וואס די חשוב'ע לייענער זאגען דערצו