Thursday, March 17, 2016
!די "חילול השם", מילא. אבער די כבוד
אז א איד קען נישט גיין אין גאס, אין באנק, האבען צו טוהן מיט נישט אידישע קליענטען, אהן דעם וואס ער דארף זיך שעמען פון די מעשים פון אפאר שונאי בצע. דאס איז די בראך. אז ישיבות און מוסדות התורה זענען בעצם "געצוואונגען" צו קענען טוהן יעדע עצה און תחבולה כדי צו קענען דעקן די בודזשעטן. אז אין די גאלדענע אמעריקע איז אין דעם זין נישט קיין סאך אנדערש ווי אין סאוויעטן פארבאנד. ווי האט הרב שטיינמאן געזאגט פאר סורוצקינ'ען ווען יענער האט נישט געוואלט ארייננעמען א קינד אין א חיידר ווייל זיי "פאסען נישט אריין" אהין? אז ס'איז פונקט ווי ביי די קאמיוניסטן. אז טאמער א קינד קען נישט גיין אין דער חיידער וועלכע זיין טאטע וויל אים שיקען, ווייל זיי האלטען אז ער "פאסט נישט אריין", איז עס פונקט ווי מ'דארף אים שיקען אין שקאלע. און דאס איז די כוונה פון די וועלכע האבען איינגעפירט אז ישיבות און מוסדות התורה טארען נישט געשטיצט ווערען פון די רעגירונג; אז אלע ישיבות און מוסדות התורה זאלען זיך פארמאכען און אלע זאלען צולאזט ווערן און צוגיין אינעם גרויסן "שמאלץ-טאפ" פון אמעריקע. אבער נישט סתם א שמאלץ טאפ, נאר טאקע דער טאפ פון חלילה א ג-טלאזע געזעלשאפט וואס די ליבעראלן ווילען און חלומ'ען דערפון שוין איבער 100 יאר. און דערפאר זענען די ראש המוסרים טאקע די געמיינע חברה פון די צווי אזוי-גערופענע אידישע צייטונגען דא אין ניו יארק. און זיי זענען שטאלץ דערמיט! זיי ווייסען אז איינס פון די ביידע דארף דא געשעהן: אדער די ישיבות וועלן זיך מוזען פארמאכען מחוסר דעקונג פון די בודזשעטן, אדער די מוסדות וועלן מוזען הייבען די שכר לימוד צו ניוועלן וועלכע רוב חרד'ישע משפחות וועלן נישט קענען אויסהאלטען. דאס וועט פירען צו דעם אז מענטשן וועלן פשוט זיך באגרעניצן צו 3-4 קינדער. אדער אפשר גאר ווייניגער. און דאס וועט זיין דער איינציגער מיטל ווי אפצושטעלן דער געוואוקס פונעם חרדי'שען ציבור.
ביטע כאפט מיר נישט ביי א ווארט. כ'מיין נישט חלילה צו זאגען אז חילול השם איז נישט קיין פראבלעם. אז עס גייט מיר נישט אהן, חלילה. אבער אפט מאל פאלט אריין ביי מיר די מחשבה זרה אז מ'וועט אונז שטענדיג רודפ'ן. אז ס'איז נישט וועגן נייעס פון פארברעכנס איז עס אז מיר האבען גרויסע משפחות, און אז נישט משפחות איז עס אז מיר זענען אומהעפליך. זאגען נישט עקסיוז מי. און אז מ'גייט לאנג געקליידעט. אדער אז מ'רעדט נישט קיין גוטען ענגליש. אפילו ביי דיי יידישיסטן איז אויך נישט גוט! ווייל מיר שרייבען אידיש, נישט "יידיש". מ'איז צו רייך און צו ארעם. מער ווייס איך נישט וואס צו זאגען. ביי אונז אין מאנסי איז דער מצב גאר נישט פשוט. אידיש בלוט איז גאר ביליג- ווי מ'זאגט. מ'קען אויף אונז זאגען און שרייבן וואס ס'לאזט זיך, און אלץ מיט א הכשר. די זעלבע צייטונגען וואס פארטיידונגען געפערליכע פארברעכנס פארפאסען נישט די געלעגנהייט יעדעס מאל צו לאזען וויסן ווי געפערליך די ג א נ צ ע געמיינדע איז. דערמאנען יעדער מאל ווי מיר פירען די סקול בארד דא כאטש מ'שיקט נישט די קינדער אין פאבליק סקול. כאילו ס'איז קעגן די געזעץ. אין לעיקוואוד איז שוין אויך אזוי. דאס וואס די ליבעראלען האט געקעמפט קעגן דיסקרימינאציע פון הייזער דאס האט נישט מיט אונז. מ'קען אפען און קלאר זאגען אז קיין שום איד טאר דא נישט וואוינען, און קיין מוסד התורה טאר דא נישט געבויט ווערן, און אלע שטייען און קלאטשען אז מ'טוט וואס דארף קעגן "פושי" און "אגרעסיווע" ריעל עסטעיט אגענטן. קרי: היימישע אידן. א רחמנות פשוט אויף די בעלי בתים דארט... דאס איז אלץ א דאנק אונזערע ברידער און שוועסטער אשר כרעו לבעל הסוציאליסטי והליברלי. פונקט ווי אין רוסלאנד. נישט קיין וואונדער אז פרומע אידן ווילען נישט טוהן קיין "קירוב"! ווער וויל דען מקרב זיין איינער וואס שטופט אריין א מעסער ביי מיר אין רוקען אויף פייסבוק און אין די קאמענטארען ביי אלע צייטונגען?!
שוין, לאמיר הער וואס איר האט צו זאגען
Subscribe to:
Post Comments (Atom)
33 comments:
"שוין, לאמיר הער וואס איר האט צו זאגען"
ישעיהו: ותהי האמת נעדרת, וסר מרע משתולל וירא ה' ויירע בעיניו, כי אין משפט. "וירא כי אין איש, וישתומם כי אין מפגיע ותושע לו זרועו", וצדקתו היא סמכתהו
דער ר"ר בונם מפשיסחא טיישט אזוי, וירא ער האט כי זעהן כי אין "איש" ס'איז ניט דא דער "איש" ווער ס'זאל מפגיע זיין אויף דעם דור, וישתומם!, וואס וועט זיין מיט'ן דור?, ותושע לו זרועו קדשו! כביכול האט פארשטרעקט זיין האנט צי איהם אין גיזאגט "זארגט ניט אני הוא בעל הבירה" !!! וצדקתו היא סמכתהו.. וד"ל. ס'איז ניט אייער דאגה ר' יוד יש מנהיג לבירה! איהר קאנט זאגן א קאפיטעל תהלים, אפשר וועט מען אייך מאיר עיניים זיין ווער זענען אונזערע רעכטע שונאים, אין ווער אונזערע רעכטע אוהבים
who was the Mussar?????? (informer bela"z)
! לא אלמן ישראל
מאת משה הלר
תקנות חדשות לחסידי סאטמר שמבקרים בישראל: אסור לומר תודה לשוטר או לרופא, אסור להיכנס לשטחים שנכבשו במלחמת ששת הימים, ואסור לערוך קניות בארץ או להשאיר טיפ, כי כספי המסים שהולכים לקופת המדינה מחזקים את כלכלת ישראל.
בשבוע האחרון ביקר בארץ הרב אהרן טייטלבוים, מנהיג חסידות סאטמר הקיצונית שמתנגדת למדינת ישראל ולא מכירה בה. למרות זאת, מנהיגי החסידות מבקרים לעתים בקהילות סאטמר בירושלים ובבני ברק ומשתתפים בעצרות תפילה וכינוסים לחיזוק חברי החסידות.
לקראת הביקור של הרב טייטלבוים, שהגיע בלוויית מאות חסידים מחו"ל, פרסמו מוסדות החסידות תקנון רוחני שמטרתו למנוע מהחסידים להזדהות עם ערכי המדינה, ללמוד על פועלה ולהכיר לה תודה. התקנון, שזכה לשם 'קיצור הוראות למעשה לנוסעים לארץ הקודש', כולל שמונה פרקים, ועיקרו הוקדש לעקרונות החסידות ולתזכורת לחסידים על איסור להכיר בקיום המדינה, לשבח אותה או לחשוב עליה טובות, כמו למשל פועלה למען העם היהודי.
ההסבר על פי התקנון: "הקמת המדינה היא נגד גזירת הגלות שגזר הקדוש ברוך על ישראל עד ביאת משיח".
בהוראות המעשיות למבקרים מפורטים מקרים שעלולים לצוץ במהלך השהות בארץ. כך למשל נאסר לבקר במקומות שנכבשו במלחמת ששת הימים ("ששת ימי אפלה", כלשונם), כיוון שיש בכך הנאה ממעשי עבירה. בנוסף נאסר על החסידים לכבד אנשי משטרה ורופאים, גם אם נזקקו לעזרת המשטרה או בתי חולים. חל איסור אפילו על תנועת ראש כהכרת תודה. הסיבה: מוסדות המדינה אינם פועלים לטובת האזרח אלא כדי להיראות בעולם כמדינה מתוקנת. "אין המטרה שלהם רק מה שיכול להרבות חיזוק להעברה על הדת ולהגדיל מדינתם בשביל להשתלט יותר על ישראל", נקבע בתקנון.
סעיף נוסף מדריך את החסידים איך לענות לשאלות שוטרי הגבולות באופן שלא יישמע כהסכמה לקיום המדינה. "כשעובר הגבול ושואלים הממונים שאלות שנוגעות לקיום המדינה, כגון אם יש לו חשק לדור פה בין יהודים או אם הוא שבע רצון לבוא למקום, צריך להיזהר מאוד בתשובתו שלא לומר דבר שנראה כמסכים ויש לו קורת רוח מדבר זה שיש ליהודים מלוכה קודם ביאת משיח", נכתב.
בפרק שהוקדש לאיסור ליהנות מפירות המדינה, קבעו כי האיסור חל גם על דיבור או שיחה מהנה עם אדם כופר או ציוני. "איסור זה הוא אפילו ליהנות מדיבור קל, אף שהדיבור עצמו אמת, ואפילו אם שמע באונס צריך להיזהר שלא ליהנות ממנו", נקבע.
לחסידים הומלץ להימנע מרכישות בחנויות שמשלמות מסים ונאסר להשאיר טיפ או עודף בתשלום על שירותי פספורט ובמעברי הגבול, כיוון שהכסף הולך לקופת המדינה וכך יוצא שהם מחזקים את כלכלת ישראל. ומה הפתרון? "לקנות מחנות כזו שאין צורך לתת מס, ואם לא נמצא אלא בחנויות כאלו שנותנים מס, יתבונן היטב אם הוא הכרח לקנותו עתה. אם לא, יוכל להניחו לקנות כשיחזור לביתו בחו"ל"
די ריכטיגע וועג צו פארעכטן די תלמוד תורה שכר לימוד סקאנדאל איז איינפאכיג און גראד, אבער ס'האט לע"ע נישט קיין בעלנים מאיזה סיבות שיהי'. א יעדע ת"ת מוז באלאנגן צי א קהלה מיט א רב ודיינים, איעדע פערזאן פון די קהלה מיט קינדער צו אנ קינדער מוז פארשריבן ווערן אין די קהלה זיין א מעמבער אין צאלן מעמבערשיפ, העשיר ירבה והדל ימעיט, אום מיט אללע מעמבערשיפ בענעפיטן און דעם איז אריין גירעכענט פרייע ת"ת פאר אלעמען! וויאזוי? די וואס האבן נאך נישט קיין קינדער אבער האבן שוין אויס גיגעבן די קינדער זענען גיווענדליך מער פארמאגענדיג זאלן זיי צאלן די פולע מעמבערשיפ אייניג דורכן לעבען, אין ווען זיי האבן יא קינדער און ת"ת יאהרן, וואס דעמאלט איז שווערער צו צולן שכר לימוד וועלן זיי טאקע צאלן היבש ווייניגער דורך זייער פולן מעמבערשיפ התחייבות וד"ל כי קצרתי
ער כאפט זיך אוויא צו א ביען צו האניג נאך א שטיקל לשה"ר, פלוצים איז ער מילך בגדוד
In israel "official terrorism" on chridim such as just happened here is a common occurance, even though their mosdos is up 90% government supported, welcome to America another product made in israel.. "selective Justice"! what's next "mass incarceration" public linchings! in mass media and social media. mass character assassinations.
the gov gives lots of money to Yeshivahs so they will have an entrance door to these hermaticly closed institutions and to spy on them.. through entrapment, the desperate fools are biting their bait time and again.
"made in israel said...
In israel "official terrorism" on chridim such as just happened here is a common occurance, even though their mosdos is up 90% government supported, welcome to America another product made in israel.. "selective Justice"! what's next "mass incarceration" public linchings! in mass media and social media. mass character assassinations."
Are you saying it is all the Tzyiyonim fault????
Like the " Tzyiyonim " did the 6 million
Anonymous אדמינאסטאר said...
די ריכטיגע וועג צו פארעכטן די תלמוד תורה שכר לימוד סקאנדאל איז איינפאכיג און גראד, אבער ס'האט לע"ע נישט קיין בעלנים מאיזה סיבות שיהי'. א יעדע ת"ת מוז באלאנגן צי א קהלה מיט א רב ודיינים, איעדע פערזאן פון די קהלה מיט קינדער צו אנ קינדער מוז פארשריבן ווערן אין די קהלה זיין א מעמבער אין צאלן מעמבערשיפ, העשיר ירבה והדל ימעיט, אום מיט אללע מעמבערשיפ בענעפיטן און דעם איז אריין גירעכענט פרייע ת"ת פאר אלעמען! וויאזוי? די וואס האבן נאך נישט קיין קינדער אבער האבן שוין אויס גיגעבן די קינדער זענען גיווענדליך מער פארמאגענדיג זאלן זיי צאלן די פולע מעמבערשיפ אייניג דורכן לעבען, אין ווען זיי האבן יא קינדער און ת"ת יאהרן, וואס דעמאלט איז שווערער צו צולן שכר לימוד וועלן זיי טאקע צאלן היבש ווייניגער דורך זייער פולן מעמבערשיפ התחייבות וד"ל כי קצרתי
According to halacha and logically you are correct, because every town has a chiyuv to pay for a cheder, if you have kids there or not.
Der problem iz ver iz baal buis????
"Prof Rhinebeck UCSF said...
the gov gives lots of money to Yeshivahs so they will have an entrance door to these hermaticly closed institutions and to spy on them.. through entrapment, the desperate fools are biting their bait time and again."
the government gives no money for yeshivahs,
The food program is for the individual poor kid, has noting to do with Yeshivhas. The food program was established , that a poor kid should not go hungry, they just save money by using a yeshiva facility with a yeshivah cook which in a public school would cost for the government 3 times the price. Check out how much it cost to build a PS building vs. a cheder, every desk is 3 times the cost, it has to pass 3 hands. Nobody cares because its union on top of union,But they still make inspections like raids on the Cheders , Because maybe they gave a larger cup of juice,then government has prescribed, or one of the help ate a slice of cucumber.
YES.
"Der problem iz ver iz baal buis????"
That's the easiest part of the plan.. the usual brass
הדיוט קופץ בראש, עשיר יענה עזות, כל דאלים גבר, הפוסעים על ראשי עם קודש וכולו וכולו
ס'האט מיר פארציילט א תלמוד פון מהרש"ג ז"ל איינמאל ביי א הספד האט א רב גיזאגט אויף זיך "ווייא איז פארן דור אז ער דארף שוין ווערן א רבי" האט דער מהרש"ג זיך געמורמלט "ס'איז נישט אזוי וויי פאר'ן דור אין ער איז קיין רבי". הערשל ס'איז נישט אזוי וויי דער מצב! אין הספדים פון בלאגערס איז מער א פראבלעם וויא איידער א סאלושן, גיט קאנסטראטעוו עצות וויא איידער קרעכצן
"the government gives no money for yeshivahs,"
accept food! buses! school district, village, + 99 other individualized programs "via the school" which are not of religious nature.
Bernie stop shadowing me!
די חילול השם וואס איז כולל אללע חילול השם'ס מבריאות העולם עד אלף השביעי איז דער עקזיסטענץ פון מדינת ישראל, ועל כולם אז חרידישע יודען ערמעגליכן איהר עקזיסטענץ, ביטע הערין אייער קול מחאה דערוועגין צומאל, נישט וועגן די נארישע פכים קטנים וואס די מוסדות האבן זוכה גיווען משלחן גבוה! בדין או שלא בדין אמת לאמיתו
הערשל: אז א איד קען נישט גיין אין גאס, אין באנק, האבען צו טוהן מיט נישט אידישע קליענטען, אהן דעם וואס ער דארף זיך שעמען פון די מעשים פון אפאר שונאי בצע
---------------
אייער בושה קומט פונעם אומענדליכען חילול השם דיין מדינה הטמאה פארשוועכט די פנימע'ר פון כלל ישראל טאג טעגליך אויף די וועלטליכע נייעס, ותוצאותיו מי ישורון, ואידך זול גמור
פלא והפלא די נייעס איז פול פון אסטראליע בוז איזראעל פון די מעשים טובים פון אייערע חברה אין ליבאוויטש, נישט לאנג צוריק האט מען אייגיזעצט א פורער פון חבד אין איזראעל פאר גניבת ממון הציבור, מען הערט פון אייך מוט אמאל א פופס פלוצים ווערט דער ציג לעבעדיג אין טאנצט וויא א באק, אייער צביעות'ניק פלאכעט און די הייעך וויא א רויטע שמאטע פארן פנים פון אנ אקס
זעליג
איך זעה אז אויפ'ן גנב ברענט דאס היטל
איך האב דען באשולדיגט איינעם? איך האב דען געטייטלט אויף א געוויסע גרופע-קרייז?
for us encryption readers know how to read between the lines on your penned articles. sell it to the marines.
hirshel didn't hear from pactura observa for awhile, their are bad news coming out lately of that region, aren't you worried?
zelig
I can see that ALL you did was read between the lines. VeDal. Now go and read the post. Then come back.
I read the painful post, and the best defense was a offense.
Kiryas Joel economy rakes in gov help to the tune of 200+ mil per year, and it's 100% legal! (atleast as bailing out GM while bankrupting the shareholders! Mr President) the responsibility falls on individual recipients to behave scrupulously because unfortunately your behavior makes everyone a target of guilt by "religious association" a phenomenon becoming more of an issue at a time when the president is trying to debunk that myth even on the jihadi muslims. but responsibility is also his when his FBI with his Brooklyn AG is blanketing a whole community as GOTCHA y'all criminals! and when that very same community was his greatest supporters in the Obama care regestry task, and in his middle east policies, so what's your politics know mr. president?
Hertz
In the USA they only understand the ditruptive style of Black Lives Matter
we need a
Frum Jew Lives Matter hash tag
זרח בחושך said...
--------
אייער בושה קומט פונעם אומענדליכען חילול השם דיין מדינה הטמאה פארשוועכט די פנימע'ר פון כלל ישראל טאג טעגליך אויף די וועלטליכע נייעס, ותוצאותיו מי ישורון, ואידך זול גמור
every poll in the USA shows Israel is very loved in the USA
check it out
חסד לאומים חטאת, וד"ל כי אכמ"ל
we also need less tipshes.
Zorach
"טעגליך אויף די וועלטליכע נייעס, "
Be consistent please
חסד לאומים חטאת, וד"ל כי אכמ"ל
הירשל: אז א איד קען נישט גיין אין גאס, אין באנק, האבען צו טוהן מיט נישט אידישע קליענטען, אהן דעם וואס ער דארף זיך שעמען פון די מעשים פון אפאר שונאי בצע. דאס איז די בראך
-----------------------
וועלן מיר הערן אנ אויפברויז פון חילול השם איבער די וועלט, פאר די מעשי תעתועים פון ענקערע חברה לייט, אבער זענט איהר בייז נאר ווען א חרידישער יוד שלא מכם, טוט אנ עוולה! כנהוג מאז ומקדם "דאס איז דער בראך" ליידער, ורדו מכם ומבכם
US government cuts grants to Jewish college, citing fraud!
New Zealand Herald 3/23/16
WEST BLOOMFIELD, Michigan (AP) The federal government says it has cut off grants to a Jewish college in suburban Detroit after finding that thousands of students lived in Israel and weren't taking classes through the school. The Detroit Free Press ...
rest in peace Scalia consistently.
סיפור לי הגה"צ מפאיע זצ"ל שהרה"ק מסאטמאר זי"ע אמר, צריכים לעשות כל מה שאפשר להיות נמאס בעיני העכו"ם, וראיה חזה מיוסף הצדיק שהיה משנה למלך, ואמר לאחיו שיאמרו שהם רועי צאן! וכן הוא אמר כן לפרעה מפני שהם תועבת מצרים!!! - שיח זקני ח"ד דף רצ"ו
"every poll in the USA shows Israel is very loved in the USA
check it out"
the "world" is not the "usa" but even in the USA the media reports daily the atrocities of Israel! the polls are correct or not is irrelevant, American buplic are force feeded by its gov. the the public is loyal trusting the gov knows best.
during WWII the "jewish" citizens were 100% behind the "war effor" even that meant the annihilation of 6m jews, there is more to that, that's meet the eye, so I'll close.
..when Obama wanted to go against the core interest of Israel he had a relatively easy time with the American public.
Post a Comment