Showing posts with label Bick. Show all posts
Showing posts with label Bick. Show all posts
Monday, November 24, 2014
Monday Morning Links
Moreshes Chachmei America: HaRav Yitzchok Bick
Rebbetzin Fruma Elyashiv was Reuven Dunin's sister
a very dapper Chazzan Y.Y. Rosenfeld sings ובנוחה יאמר
Friday, May 27, 2011
.....ווי אמאליגע אידן האבן געבויט א קהלה

רבותי: איך האב נעכטן, דאנערשטאג, ערהאלטען די פאלגענדע בליץ-פאסט
"הערשיל שיחי',
איך האב לעצטענס באקומען דער ספר "עיר מבצר" וועגען דער שטאט מעזשיבוזש אירע רבנים און אדמו"רים (מכון זכרון בספר, אלול תשס"ט).
איינע פון די רבנים וואס זיי באשרייבען איז הגאון ר' חיים ביק זצ"ל דער טאטע פון הגאון ר' משה ביק זצ"ל און דער זיידע פון הגאון ר' אברהם יהושוע העשיל ביק שליט"א. אז איך האב געליינט דער פרק וועגען ר' חיים ביק זצ"ל האט איך באמערקט אז אט דא איז א גוטע דוגמא פון דער חילוק צווישען די רוסישע יודען און זייער צוגאנגג צו ניט ארטאדאקסישע יודען, און די צוגאנג פון די אונגארישע יודען. נאך מער אינטערעסאנט איז ווי אזוי זיינע אייגענע אייניקליך, וואס זעט זיך אויס זיי האבען ארויסגעגעבן דער ספר, באמערקען עס נישט (אדער על כל פנים מאכן זיך נישט וויסענדיק). און לויט דער היינטיגע פאליטיק זעהט אויס אז הרב משה ביק'ס משפחה זענען גאר פון די גרויסע קנאים און אנהענגער פון שיטת רבינו הקדוש מסאטמאר.


אויף עמ' שע"ו אינעם ספר שטייט מער ווייניגער אזוי :נאכדעם וואס אין יאר תרפ"ה איז ר' חיים ביק געקומען קיין אמעריקא האבן די מעזשיבוזשע לאנדסלייט איהם אויפגענומען אלס רב. ביים סוף פון דער הכתרה האבן די ראשי הקהלה מחליט געווען צו בויען א שיינען בנין מיט א בית הכנסת און אוצר הספרים און א זאל פאר פארשידענע געלעגנהייטן.
יעצט, אז מען וועט קוקען פון דער נאנט אויף די בילד פון דער בלעטל וואס זיי דרוקען דארט אויף עמ' שע"ה, וועט מען קענען ליינען א פאר זייער אינטערעסאנטע זאכן. "איין ערענסטע ווארט צו אלע לאנדסלייט פון מעזשיבוזש ... שוין איבער דרייסיג יאר אז מיר זיינען ארגאנאזירט אין פארשידענע פאראיינען, ארטאדאקסיש'ן, חסידישע, פראגרעסיווע און ראדיקאלע ... מיט דעם אריבערקומען אין ניו יארק פון דעם מעזשיביזשער יונגען, טעהטיגען, געבילדעטען רב ר' חיים'ל ביק איז ענדליך געקומען די צייט אז די מעזביזשער לאנדסלייט זאלען אויפטאהן א מאנומענטאלעס ווערק ... מיר האבען נעמליך באשלאסען צו בויען א מעזשיבזשער "סענטער" א הויז וואו עס זאל זיך געפינען א שוהל פאר דעם עלטערען, פרומען דור, א ביבליאטהעק פאר די וואס האבען א נייגונג צו לעזען, א פארזאמלונגס פלאץ צו פארבריינגען אין גוטער געזעלשאפט און פארשידענע אנדערע איינריכטונגען צום נוצען און פארגעניגען פון יונג און אלט, מאן און פרוי."
איך גלייב נישט אז אן אונגארישער רב וואלט געקענט סובל זיין אזא קהלה, אפילו אויף עטליכע יאר און אפילו אין אמעריקא אין יענע צייט. אפשר מאך איך א טעות.
עכ"ל של ה"בליץ-פאסט" שקבלתי
וואס דענקט איר, מיינע פריינט? וואלט מען היינט געקענט אויפשטעלן אזא קהלה, וואס וואלט ערהאלטן אין זיך מענטשן פון פארשידענע הינעטערגרונדען און דעות? שווער צו גלייבן. און די קהלה וואלט אין זיך אינהאלטן אלא מיני ביכער און וואלט געווען דער אדרעס פון אקטיוועטעטן וואס זענען מן הסתם נישט ע"פ רוח תורה"ק. נישט מיר וואלטן דאס געוואלט, און נישט "זיי" וואלטן עס געקענט אויסהאלטן. אבער זיי האט דאס נישט געשטערט. וואס איז מיר אינטערעסאנט, און דאס האט דער שרייבער פון די בליץ-פאסט אויך נישט באמערקט, איז אז דער קבלת פנים איז פארגעקומען אין דער "אבי-אבות," דער פארווערטס בנין! שומן שמים. וואלטן זיינע קינדער און אייניקלעך דארט אריינגעטרעטן?!
נאט אייך אן אינטערעסאנטע אשכול פון שמועסן איבער די משפחה ביק
Subscribe to:
Posts (Atom)
