Showing posts with label חיה מושקא שניאורסאהן. Show all posts
Showing posts with label חיה מושקא שניאורסאהן. Show all posts

Monday, February 20, 2012

די רעבעצינ'ס "צדאקע" פושקע














איינער פון מיינע געטרייע סאטמארע לייענער האט מיר צוגעשיקט דעם שטיקל. דאכט זיך מיר אז ס'איז פון די "שטורעם" וועבזייטל. זיי האבען עס געשטעלט לכבוד די יארצייט - כ"ב שבט העעל"ט און די יערליכע כינוס השלוחות. ער האט געוואוסט צו וועמען צו שיקן. איך האב עס אויך באמערקט. און פון דעם האט ער אנגעהויבן בויען בנינים. צום ערשט האט ער עס צוגעגליכענט צו די יעקאטרעניסלאווער רביצין און אירע זכרונות וועלכע ווערן לעצטנס אפגעדרוקט דורך די קה"ת פירמע. "די רביצין חנה וואלט נישט געשריבן "צדאקע" אזוי ווי איר שנור", האט ער מיר געשריבן. "ס'איז קענטיג אז זי איז נישט געווען מבית הרב, און אז זי האט געהאט פריוואטע לערערס." ס'איז ניכר פון זיינע ווערטער אז ער האט נישט געמיינט לקנטר. כ'ווייס נישט צו וואס ער זאגט איז אמת, אבער כ'האב הנאה געהאט סיי פונעם צעטל און סיי פון זיין געשראבעכץ. פונעם צעטל זעהט מען ווי די רביצין ע"ה איז מושפע געווען פון איר מאנ'ס ענינים, טראץ דעם וואס מען האט איר נישט געזעהן ביי די פארברענגענס וכו'. און אויך איז גוט צו זעהן סתם ווי זי איז באזארגט פאר די פאציענט און שרייבט איר אהן (אדער אים) א צעטל מיט א זייער פראקטישע סגולה. פון טאטען זאל געזונט זיין האט איך אמאל געהערט א מעשה וועגן א רביצין פון די דעעש'ער משפחה וועלכע האט נישט געקענט אונטערשרייבן איר אייגענע נאמען אויף די שטר תנאים און האט אנשטאט דעם געמאכט עפעס א צייכן. איין זאך זעה איך יא; אז די שוויגער מיט'ן שנור און אפילו די באבע, די רביצין שטערנא שרה, האבען אלע געהאט אזא ענדליכע רונדיגע האנדשריפט, אזוי ווי מ'זעהט ביי די אלטע איראפעישע אידן. אבער דאס אז אלע האבען ענדליך געשריבן איז געווען ווען מ'האט געשריבן "גוי'איש", ביי אידיש אדער לשה"ק האב איך דאס נישט געזעהן ביז היינט, אדער אפשר געזעהן אבער נישט באמערקט ביז היינט. קען זיין אז דאס צוליב דעם וואס די לערערס אין די גוי'אישע שולעס האבען מקפיד געווען אז די תלמידים זאלען אלע שרייבן איין וועג און האלטען דער בליי-פעדער אויך אין א געוויסן אופן, אזוי אז אלע האבען געשריבן גאר אייניג. משא"כ די מלמדים אין חדר. און טאקע דערפאר שרייבט מען היינט נישט אייניג, ווייל אפילו אין אמעריקאני גוי'אישע שולעס איז מען שוין נישט מקפיד צו פיל אויף אופן אחיזת הבליי-פעדער, ווייל עס מאכט א לחץ אויפ'ן קינד, און חלילה צו מאכען לחץ
.................