Monday, December 7, 2015

ליל א' דחנוכה ביים אמשינאווער רבי'ן, ר' איציקל זצ"ל אין בארא פארק
























4 comments:

הק' אהרן אמשינאווער said...

כנראה שהרבי אחז בשרעפיו, לבאר את הקשר בין שתי האמרות של ר' תנחום בטוב טעם ודעת, בהלכה ובאגדה

שש משזר said...

בקרב קדושים תתהלל

אין די תקופה וואס ר' איציק'ל האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, האט שוין זיין ליכט אנגעהויבן ארויסשיינען פון זיין באשיידענעם ווינקל, און די צדיקי הדור האבן געוואוסט ריכטיג אפצושאצן וואספארא צדיק אמת געפונט זיך צווישן זיי. דער אלטער סטראפקובער צדיק, ר' מענדעלע, א רעכטער אור אייניקל פון צאנזער רב, [וואס סאטמארער רב זצ"ל האט געהאט פאר אים גרויס דרך ארץ], האט שטארק געהאלטן פונעם 'יונגערמאן' ר' איציק'ל, און זיי פלעגן שמועסן שעות ארוכות צוזאמען יעדעס מאל וואס ר' איציק'ל איז אים געגאנגען באזוכן. ר' איציק'ל האט אמאל דערציילט אז איינמאל ווען ער האט גערעדט מיט ר' מענדעלע סטראפקובער, האט ער בייגעוואוינט א קאפיטל ענוה פונעם זקן צדיקי הדור, ווען ר' מענדעלע האט אים געזאגט אז אמאליגע צייטן האט יעדער בעה"ב געקענט ש"ס, און א חסיד האט מוסיף געווען צו לערנען אויך זוה"ק און ספרי קבלה, און דער רבי איז געווען א ריינע בעל רוח הקודש, 'און היינט בין יאך רבי' - האט ר' מענדעלע אויסגעפירט...

אזוי אויך סאטמארער רב זצ"ל האט זייער ליב געהאט ר' איציק'ל, און האט איינמאל געזאגט פאר איינער פון זיינע מקורבים אז ער איז פון די יחידים שבדור וואס קענען און פארשטייען וויאזוי צו ליינען א קוויטל. בכלל האט ער ליב געהאט צו רעדן מיט ר' איציק'ל זעענדיג אין אים א טיפ פון אן אמאליגער צדיק. און פארשטייט זיך, אז ר' איציק'לס פעטער, רבי שמעון שלום אמשינאווער [וואס סאטמארער רב האט געהאלטן פון אים גאר גרויס, ואי"ה נגיע לזה במקומו], האט שטארק געהאלטן פונעם פלומעניק, און ווי אויבנדערמאנט האט ער זיך אויסגעדריקט אויף אים, אז 'פון אים מען קען זיך לערנען צניעות'. 

דער אלטער קאפישניצער רבי [וואס איז אויך געווען א שטארקער ידיד פון סאטמארער רב, כידוע], האט אים דאס ערשטע מאל געזען ווען ער איז געקומען אויף א באזוך ביי ר' איציק'לס פעטער, רבי שמעון שלום אמשינאווער, און זעענדיג דעם פלומעניק האט ער געפרעגט רבי שמעון שלום'ען: 'ווער איז דער יונגערמאן וואס דאס יראת שמים שיינט ארויס פון זיין פנים'? און זייט דאמאלס איז ער געווארן זייער נאנט מיט ר' איציק'לען, עד כדי כך אז אפילו ווען ער איז שוין געווען זייער שוואך בעת זקנתו, האט ער זיך נאכאלס אנגעשטרענגט צו קומען באזוכן ר' איציק'ל

המשך

שש משזר said...


דער אלטער סקווערער רבי, ר' יעקב יוסף, האט זיך אמאל אויסגעדריקט, אז ס'איז ווערט געווען זיין גאנצע קומען קיין אמעריקע נאר כדי צו קענען לערנען אזא דמות ווי ר' איציק'לען! און ווען ס'איז געבוירן געווארן ביי ר' איציק'ל זיין איינציגסטע טאכטער, איז דער סקווערער רבי געקומען ספעציעל צו אים אינדערהיים אים אנצואוואונטשן מזל טוב. איינמאל ביי א חתונה פונעם אלטן סקווערע רבי'ס טאכטער, האט ר' איציק'ל געטאנצן מיט ידידו ורעו רבי הערשעלע ספינקער זצ"ל, און דער סקווערער רבי האט זיי באטראכט און דערנאך זיך אויסגעדריקט 'די צוויי יונגעלייט הארעווען און זיי וועלן אנקומען'. 

דער חידוש איז אבער, אז שמו הלך לפניו ביז די צדיקים אין ארץ ישראל זענען אויך נתפעל געווארן פון אים. למשל, ר' איציק'לס שוואגער איז אמאל אריין צו רבי אהר'לע בעלזער זצ"ל, גלייך האט דער בעלזער רב אים געפרעגט 'וואס מאכט עפעס דער אמשינאווער רבי'? און דאס איז כאטש ער האט אים קיינמאל נישט געזען. און דער בית ישראל פון גור האט זיך אויסגעדריקט צו זיינע מקורבים, אז אויב איינער וויל זען וויאזוי א רבי אין פריערדיגן דור האט אויסגעזען, זאל ער באטראכטן ר' איציק'ל אמשינאווער. אזוי אויך האט ער זיך אויסגעדריקט, אז דער צלם אלקים אויף אים איז בשלימות. אין אן אנדערע געלעגנהייט האט ער געזאגט אויף אים, אז די אמעריקאנע אידן ווייסן נישט און כאפן נישט וואספארא גרויסע איד געפונט זיך צווישן זיי. און ווען ר' איציק'ל האט חתונה געמאכט זיין טאכטער אין ארץ ישראל, איז דער בית ישראל ספעציעל געקומען צו א שבע ברכות לכבוד ר' איציק'לען, און האט געזאגט ד"ת לכבודו.

דער אמרי חיים פון וויזניץ האט אויך געהאלטן פון אים שטארק, און ער האט זיך משדך געווען מיט אים [זיין איידעם - רבי משה ארנסטר'ס זון, ר' ישראל, איז אן איידעם ביי רבי איציקל]. א גאנצע חתונה האט מען געזען ווי ער הערט נישט אויף צו קוקן אויף ר' איציק'ל, וועם ער האט גאר שטארק ליב געהאט. און זיינע קינדער, דער ישועות משה ולהבחל"ח ר' מאטעלע, האבן זיך אויך געהאלטן בידידות מיט אים ר' מאטעלע איז געקומען צום לויה קיין בארא פארק, און אין ארץ ישראל איז די לויה ארויס פון וויזניצער ביהמ"ד אין ב"ב

המשך

שש משזר said...

געדריקט צו אן אייניקל וואס האט אפגעשריבן זיינע דברות קודש
אזוי אויך איז ער געווען נאנט מיט גדולי ההוראה, א שטייגער ווי דער גאון אדיר דער טשימפא רב זצ"ל, אויף וועם ר' איציק'ל האט זיך אויסגעדריקט אז ער האט גערעדט העכערע זאכן, און לדעתו האט ער געהאט רוח הקודש. אזוי אויך פלעגט ער אסאך רעדן אין הלכה מיטן בארא פארקער פוסק, רבי משה ביק אבד"ק מעזיבוז. און דער גאון גדול דער דעברעצינער רב זצ"ל איז אויך געווען זייער נאנט מיט אים, און האט גערעדט אסאך מיט אים אין לערנען, און דער דעברעצינער רב פלעגט קומען צו געוויסע טישן ביי ר' איציק'ל, ווי אויך האט ער אים מספיד געווען בהלווייתו

אמשינאוו אלס א לייכט טורעם.

נאך בחיי ר' איציק'ל זענען די גבולות הקדושה נתרחב געווארן, קודם מיט א שטיבל אין תל אביב [וואס האט זיך פארמאכט ווען תל אביב איז געווארן אויסגעשפילט פון היימישע אידן], דערנאך מיט דעם באוואוסטן שטיבל אין וויליאמסבורג, און היינט צוטאגס איז אויך דא א 'וואורקע' שטיבל אין מאנסי, ווי אמשינאווע און אלכסנדר'ע חסידים דאווענען צוזאמען [אלכסנדר איז דאך א צווייגל פון וואורקע. רבי יחיאל, דער ערשטער רבי פון אלכסנדר איז דאך געווען א וואורקער חסיד]. אזוי אויך האט ער געהאט א כולל לת"ח חשובים ביי זיך אין ביהמ"ד. היינט צוטאגס זענען אויך דא חבורות אין ארץ ישראל פאר די יונגעלייט און בחורים וואס לערנען דארט. און א גליון קומט ארויס יעדע פאר וואכן, בשם 'שיח חסידים', מיט תורות סיפורים ותולדות לצדיקי בית אמשינאוו.

א באזונדער ארט באקומען די ספרים וואס זענען ארויסגעקומען אויף אמשינאוו. ס'דא א ספר 'ימות עולם', פון סיפורי צדיקים וואס ר' איציק'ל האט דערציילט. ספר 'אמרי קודש' צוויי בענדער, פון זיינע ד"ת עה"ת ומועדים וענינים [ס'ווערט א בליק, פשוט צו כאפן די אמשינאווע גאנג. ס'איז מער בליצן פון אמשינאווער קו, ווי מסודר'דיגע תורות]. פארשידענע קובצים און גליונות, און איבערגעדריקטע ספרים פון די פריערדיגע רבי'ס לבית אמשינאוו, און אזוי אויך ספרים איבער דעם היסטאריע און ביאגראפיעס איבער די צדיקים. 

און כאטש רבי מנחם'ל אמשינאווער האט זיך אויסגעדריקט, אז 'די ברען פונעם ווארט קען מען נישט אראפשרייבן, און די ווארט אן דעם ברען איז נישט ווערט אפצושרייבן', און דערפאר איז קוים געליבן עפעס מעט מזעיר פון ד"ת משושלת בית אמשינאוו, האט אבער ר' איציק'ל אמאל זיך אויס, אז ער טוט א גוטע זאך, ווייל ווען מ'וואלט ווען געדריקט די תורות פון די פריערדיגע רבי'ס וואלט שוין היינט געווען א קאסטן פול מיט אמשינאווע ד"ת, און ליידער איז כמעט אלעס נאבד געווארן, און ס'איז שוין בעסער דאס ווי איידער ס'זאל גארנישט זיין.

אבער די בעסטע אמשינאווע ספר, איז די שטעמפל וואס דער רבי האט איבערגעלאזט. געווענטליך לייגט א רבי אריין זיין שטעמפל אין זיינע ספרים, דארט זעט זיך אממיינסטנס אן זיינע געדאנקען און מהלכים. ר' איציק'ל האט אבער איבערגעלאזט תלמידים, וואס זענען די בעסטע הסבר אויף וואס אמשינאוו פארקויפט. פשוט זיך צו דרייען אין זייערע ד' אמות, הערן פון זיי א געדאנק פון אמשינאווער חדר, איז דאס סאמע בעסטע ספר וואס ר' איציק'ל האט געקענט איבערלאזן. 

אין אמת'ן אריין, וואלט די רשימה פון גרויסע גאונים וצדיקים, חסידים ואנשי מעשה, וואס האבן זיך געדרייט אין אמשינאוו, באלאנגט דא אהער, אבער שרייבנדיג די רשימה האב איך געזען אז ס'איז ראוי פאר א פרשה בפני עצמה