Monday, July 4, 2016

רצף בקשת מחילה בניקלשבורג מאנסי























In recent months many have decided to ask the Nikolsburger Rebbe of Monsey, Reb Mechel Lebovits, for forgiveness for the heartache and suffering they caused him many years ago, back when he was banished from Satmar and his life made a living hell for no reason. The list of evils and injustices done to him are too long to enumerate here. At first the children of a famous Satmar Chossid who embarrassed him in public by publishing a vicious kuntres against him full of lies and hate came to his shul and publicly asked for forgiveness. Now, in recent weeks, two more have come, the last one saying that attributes his child's death (from SIDS) to the fact that he embarrassed and hurt the Nikolsburger Rebbe some 15 years ago.The only question that some are asking and that remains unanswered is why davka the Nikolsburger Rebbe has such a koach in himmel? Why when some of the same Satmar Chassidm attacked the holy Belzer Rov in public the heavens didn't tremble like this? What follows here is a report of what happened last Friday night at Nikolsburg in Monsey:


די וואך פרייטאג צונאכטס האט געדאווענט אין (ניקלשבורג'ער) ביהמ"ד א זוהן פון חיים מאיר וואגשאהל בן שינאוו'ער רבי. דער עולם אין ביהמ"ד איז געווען סקעפטיש וואס דא גייט פאר, לעצטע וואך שמעלקא לייזער און די וואך ער. נאך מנחה, פאר קבלת שבת, האט ער זיך אויפגעשטעלט אויפן באלעמער (בימה) און געזאגט... {מער ווייניגער איז דאס תוכן דבריו} מורי ורבותי! מיין נאמען איז יעקב אלחנן וואגשאהל, פאר בערך פופצן יאר צוריק איז דער רבי שליט"א געווען אין קאשוי, דער רבי איז געזעצן דארט אין א שטוב, און געווארט אריינצוגיין צו קאשויער רב ז"ל. איך בין דעמאלטס געווען א אינגער בחור מיט ווייניג שכל, און איך האב געוואלט מקנא זיין קנאת ה' צבקות, און איך האב גענומען א גרויסע שטיין און אויסגעשאסן די פענסטער און אריינגעשאסן דארט שטיינער. שפעטער, ווען די רבי איז געזיצן ביי א טיש מיט'ן קאשויער רב, בין איך ווייטער געשטאנען דארט אין חוזק געמאכט. היינט ווען מיין שכל איז נתרבה געווארען פארשטיי איך וואס איך האב געטוהן, און איך וויל איבערבעטן דעם רבין שליט"א און ווער עס איז אלץ דארט געווען. איך קען נישט קיין נעמען, איך ווייס אז ר' נחום שווארטץ איז דארט געווען, און איך וויל בעטן מחילה דא ברבים, און מען זאל איבערגעבן פאר די אנדערע אידן אויך אז איך בעט זיי איבער. וועט מען אוודאי פרעגן אי מלכא אנא עד השתא לא אתי לגבאי? וואו בין איך געווען ביז יעצט? נאר יעצט פאר פסח איז מיין צוויי יעריג קינד, א געזונט קינד, נישט אויפגעשטאנען ליידער, און איך בין זיכער אז עס קומט וועגן דעם. בעט איך נאכאמאל אז מען זאל מיר מוחל זיין, און ווער עס קען נישט מוחל זיין, זאל מיר זאגן וואס איך קען טוהן אז מען זאל מיר מוחל זיין. רבינו שליט"א האט זיך אויסגעדרייט צו עם און געזאגט מחול לך מחול לך, און נאכן דאווענען האט די רבי עם געפרעגט, וואס איז זיין קינד'ס נאמען, צו לערנען משניות לעילו נשמתו.

11 comments:

Ma Rabbi said...

Translation please

מאדי סוואמפ said...

זאלסט נישט מיינין אז דער וואס האט פוגע גיוועען אין רבוה"ק האט נישט פארברענט גיווארין

JJJ said...

good thing jews are superstitious, or they would never ask for forgiveness.
He says he got smarter but he only asked mechila because his son died

JJJ said...

1 – 1 of 1
Anonymous מאדי סוואמפ said...
זאלסט נישט מיינין אז דער וואס האט פוגע גיוועען אין רבוה"ק האט נישט פארברענט גיווארין

Wednesday, July 06, 2016 7:28:00 PM

Which רבוה"ק?

oh, there's only one

ליטוואק פון בודאפעסט said...

אינטרעסאנט, איין טאג שמואל פריעד, אויף מארגען זיין שוואגער....

Yanover said...

Good to hear something nice for a change.

Anonymous said...

Hirshil teiere,

The differences between the N and Belz are many.

1) The Belzer wasn't an innocent, picked on for no reason. I'm not justifying anything. It's just that there was an inappropriate response to the inappropriate way the Belzer did things. He, in fact, made peace by asking for forgiveness for his part.

2) The Belzer's life was not destroyed by their actions.

3) The Riboinoi Shel Oilom does often and usually give people many years to do teshuva.
------------------

What am I doing here helping be mechaya this blogspot?

Hirshel Tzig - הירשל ציג said...

עס לעבט גאנץ גוט אהן אייך אויך
איר זענט נישט מחי'ה

Anonymous said...

the Beirech's einikel was in Belz for Kol Nidrei... isn't this an oinesh?

Kapuster said...

What exactly is the point of posting someone's private (ok he asked mchila in public) pekel on the blogosphere? other then your dripping hatred to the satmars...but this is a private person not related to the Laufers and Frieds,let him live.
How about some news on the CH eruv?

יוד said...

בנוגע דיין שאלה לגבי בעלז, מיר זענען נישט אין הימל און פירן נישט קיין חשבונות, מ'דארף ממילא טוהן כרצונו יתברך נישט קיין חילוק וואס ס'געשענט יא אדער נישט (השי"ת זאל העלפן מ'זאל טאקע זיך פירן ווי ס'דארף מתוך רחמים), נאר וואס דען ווען ח"ו ס'מאכט זיך עפעס אזאך איז א יוד א ירא שמים איז מפשפש במעשיו ווי ס'ווערט געברענגט אין רמבם אז איינער וואס נישט איז א אכזר (כמובן ווייל ער לערנט זיך נישט רח"ל) יעצט כ'ווייס נישט צו ער האט געזאגט אז ער ווייסט אז ס'איז געשעהן וועגן דעם אדער אז דאס האט אים געגעבן חומר למחשבה לפשפש במעשיו (אין בין גראדע געווען יענע שבת דארט אבער נישט געהערט די ווערטער), און דאס האט ער טאקע געדארפט טוהן, יעצט מן הצד צו זאגן אהער אהין איז נישט אינעטערסאנט און אויך נישט שכלדיג ווייל מ'קען אלץ מפלפל זיין, סוף פסוק יעדער דארף תשובה טוהן אויף זיינע מעשים ממילא, און ווער ס'האט געטוהן שלא עפ"י תורה נישט קיין חילוק ווי דארף תשובה טוהן