Showing posts with label כפירה. Show all posts
Showing posts with label כפירה. Show all posts
Thursday, March 22, 2012
!!!!!!!!אל אחב"י תושבי וויליאמסבורג: על כבודי לא מחיתם
כ'האב נישט געפרעגט קיין רב צו איך מעג עס דא ארויפלייגן, טאמער נישט וועל איך אי"ה בל"נ עס אראפ נעמען
אנדערע פון אייך האבען געוויס געהערט פון דעם אז מ'האט געוואלט הענגן א טאוועל (בילבאר"ד בלע"ז) מלא כפירה בהשי"ת ר"ל אין הארץ פון חרדי'שען וויליאמסבורג, און מיט חסדי השם האבען די עסקנים געפועל'ט ביים לענדלאר"ד פונעם בנין אויף וועלכע מ'האט עס געוואלט ארויפצושטעלן אז ער זאל עס נישט אננעמען. איר מיינט אז מיט דעם וואס מ'האט עס נישט דעם טאוועל געהאנגען ביי אייך אין וויליאמסבורג האט מען יוצא געוועזן. אבער דאס אז אז טויזענטער אידן יראים ושלמים פארען אדורך אויף די "בי קיו אי" און זעהן עס מדי יום ביומו - דאס באדערט קיינעם נישט. איר זענט בלאפערס, איינס ביי איינס. ווען "עורה" האט געהאנגען א טאוועל ביי אייך אין די הייליגע שכונה און די פאות פון די אינגאלע זענען געווען קערצער און שמעלער פון די פאות וואס די קינדער ביי אייך טראגען, זענט איר נישט געזעצן מיט די הענט צוגעלייגט. איינער האט זיך באמיהט און איז ארויף א לייטער - צו גאר א "קרעין" - און האט געמאלען א גרעסערע קאפל מיט לענגערע און דיקערע פאות. לתפארת מדינת וויליאמסבורג. אז א אינגל זאל חלילה נישט מיינען אז מ'קען זיין א פרומער איד מיט קליינע פאות אויך... און ווען איר זעהט אז די חשוב'ע און טייערע אידישע טעכטער רעדן אויף סעלפאונס אין די גאס - היל"ת - זיצט איר נישט איין, און איר לויפט דרוקען גרויסע פלאקאטען מיט קידוש לבנה אותיות. און נאך מער: מ'דארף גיין אין די זייט ווען א מאנסביל קומט אקעגן שמא ייכשל מיט ראיות אסורות און אפשר גאר נכשל ווערן מיט נג--ה שלא בכוונה. אלס פיין און וואויל. איך מאך גארנישט אוועק. אבער איר ווייסט אלע אז פון א בילד מיט קורצע פאות ווערט מען נישט קיין אפיקורס, און פון גיין אין גאס און הערן א פרוי רעדן אויפ'ן טעלעפאן - קען זיין אז מ'זאל מסיח דעת זיין. אבער מחשבת כפירה? דאס איז דאך א ווערימל וואס קריכט אריין אין קאפ און לאזט נישט אפ. אויף דעם האט מען דאך געווארפען בחורים פון ישיבות און געצוואונגען ווייבער זיך גט'ן פון די מענער, אפילו נאר אויף א חשד! און דא רעדט זיך אז מ'זעהט דעם טאוועל מדי יום ביומו הלוך וחזור, ואין פוצה פה ומצפצף!!! שומו שמים!!! איר זענט אלע עתיד ליתן את הדין
ס'איז היינט א "סוד אין גאנץ בראד" אז ביי אין-ספור אינגעלייט אין אלע חרדי'שע קרייזן בוזשעווען ווינטען פון כפירה. איך וועל נישט יעצט אריינגיין אין די פרטים און זוכען ווער ס'איז שולדיג דערויף, צו די טעכנאלאגיע צו דער אינטערנעט צו די קרית יואל סקול דיסטריקט. אבער איין זאך איז זיכער - אז דאס איז א מכה שלא כתובה בתורה און קיינער האט זיך אויף דעם נישט געראכטען. אלע זענען היינט מודה אז א שטריימל- בעקישע-ווייסע זאקען-רעזשוואלקע מיט א גאנצע בארד ווייזען לאו דוקא דעם אמת'ן בילד פון וואס ס'טוט זיך אינעווייניג אין הארצען. מ'האט געמיינט אז מיט בויען מויערן און גדרים איבער גדרים וועט זיך די בעל דבר נישט געבן קיין עצה. אבער דער מלך זקן וכסיל קען קאמפיוטערס אויך. און אז מ'לאזט נישט קאמפיוטערס ווערט ער אלט-מאדיש און גייט צוריק צום אור-אלטען בילבאר"ד הידוע לשמצה. און מיט איין בילבאר"ד קען ער מער אויפטוהן ווי מיט בלאגס און בילדער און פייסבו"ק און טוויטע"ר און טשעטס. אבער די רבנים זיצן מיט פארמאכטע אויגן, אדער אפשר פארען זיי נישט מיט די "בי קיו אי" ווען זיי פארען קיין מאנסי, ניו סקווער און קרית יואל. די טינטעד ווינדא"ס פארשטעלן די פענצטערס. אפשר ווען מ'ווערט פארען צום גרויסן "כינוס להצלת הדורות" אין סיטי פילד קווינס וועלען זיי עס זעהן צום ערשטן מאל. זיי מיט נאך 50000 אידן יראים ושלמים. אשרינו שזכינו שאלו הם רבותינו ולא עזב ה' חסדו מאתנו...
איך האב היינט געהערט פון א אינגערמאן וועם ס'האט יא געבאדערט דעם בילבאר"ד וועלכע איז אריין צו איינער פון די גאר קנאי'שע רבנים אין שטאט - איינער וואס איז מקנא קנאת ה' צבאות ווען איממער, און יענער האט אים ארויסגעווארפען פונעם ביורא! "אויף דעם ביסטו געקומען צו מיר?" פרעגט אים יענער רב! "האסט נישט קיין גרעסערע דאגות?" און דער רב האט אים אנגעקוקט ווי ער איז פון די לבנה געפאלען. ווי עפעס א מאדנער "באלטשיבע" פון די הרי חושך. ווען יענער האט אים געפרעגט היתכן אז קעגן ציונות איז ער מוחה איין מאל און ווידער אמאל, האט דער רב גלייך אפגעשלאגען דעם פארגלייך זאגענדיג אז "ציונות איז קעגן אונז, וואס האבען מיר מיט אפענע אפיקורסים?....." זעהט אויס אז נאר ג"ע איז געבליבען פון די ג' עבירות חמורות, שפיכות דמים איז שוין פון לאנג מותר געווארען, און ע"ז און אויך שוין אויך כנראה מותר, אבי מ'גייט מיט פאנדיאלאס מיט א א הכשר." נישטא ווער ס'זאל לאכען. ס'איז צום וויינען. אבער יענער רב איז געווען גאר שטארק באזארגט אז מ'זאל נישט רעדן מיט סעלפאנ"ס אין די גאס און אז מ'זאל ח"ו נישט ליינען "דער שטערן" און "די שפאקטיוו" ווייל דארט איז דא זאכען שאין "רוח חכמים נוחה מהם" און עס קען -חלילה שאטען אידישע קינדער אז מ'וועט זיך דערוויסען אז אין אמעריקע איז געווען א ראזענבערג פראצעס אין 1953. אויך איז ליפא שמעלצער א סכנה פאר'ן קיום און המשך הדורות... דאס איז כו"ע מודו, און אויף דעם איז דא זיצונגען פון רבנים ביז טיף אין דער נאכט און מ'רוהט נישט ביז מען איז עס עוקר מן השורש. און דערנאך פרעגט מען פארוואס מענטשען האבען נישט קיין ....דרך ארץ פאר רבנים
Subscribe to:
Posts (Atom)

