Thursday, March 22, 2012
!!!!!!!!אל אחב"י תושבי וויליאמסבורג: על כבודי לא מחיתם
כ'האב נישט געפרעגט קיין רב צו איך מעג עס דא ארויפלייגן, טאמער נישט וועל איך אי"ה בל"נ עס אראפ נעמען
אנדערע פון אייך האבען געוויס געהערט פון דעם אז מ'האט געוואלט הענגן א טאוועל (בילבאר"ד בלע"ז) מלא כפירה בהשי"ת ר"ל אין הארץ פון חרדי'שען וויליאמסבורג, און מיט חסדי השם האבען די עסקנים געפועל'ט ביים לענדלאר"ד פונעם בנין אויף וועלכע מ'האט עס געוואלט ארויפצושטעלן אז ער זאל עס נישט אננעמען. איר מיינט אז מיט דעם וואס מ'האט עס נישט דעם טאוועל געהאנגען ביי אייך אין וויליאמסבורג האט מען יוצא געוועזן. אבער דאס אז אז טויזענטער אידן יראים ושלמים פארען אדורך אויף די "בי קיו אי" און זעהן עס מדי יום ביומו - דאס באדערט קיינעם נישט. איר זענט בלאפערס, איינס ביי איינס. ווען "עורה" האט געהאנגען א טאוועל ביי אייך אין די הייליגע שכונה און די פאות פון די אינגאלע זענען געווען קערצער און שמעלער פון די פאות וואס די קינדער ביי אייך טראגען, זענט איר נישט געזעצן מיט די הענט צוגעלייגט. איינער האט זיך באמיהט און איז ארויף א לייטער - צו גאר א "קרעין" - און האט געמאלען א גרעסערע קאפל מיט לענגערע און דיקערע פאות. לתפארת מדינת וויליאמסבורג. אז א אינגל זאל חלילה נישט מיינען אז מ'קען זיין א פרומער איד מיט קליינע פאות אויך... און ווען איר זעהט אז די חשוב'ע און טייערע אידישע טעכטער רעדן אויף סעלפאונס אין די גאס - היל"ת - זיצט איר נישט איין, און איר לויפט דרוקען גרויסע פלאקאטען מיט קידוש לבנה אותיות. און נאך מער: מ'דארף גיין אין די זייט ווען א מאנסביל קומט אקעגן שמא ייכשל מיט ראיות אסורות און אפשר גאר נכשל ווערן מיט נג--ה שלא בכוונה. אלס פיין און וואויל. איך מאך גארנישט אוועק. אבער איר ווייסט אלע אז פון א בילד מיט קורצע פאות ווערט מען נישט קיין אפיקורס, און פון גיין אין גאס און הערן א פרוי רעדן אויפ'ן טעלעפאן - קען זיין אז מ'זאל מסיח דעת זיין. אבער מחשבת כפירה? דאס איז דאך א ווערימל וואס קריכט אריין אין קאפ און לאזט נישט אפ. אויף דעם האט מען דאך געווארפען בחורים פון ישיבות און געצוואונגען ווייבער זיך גט'ן פון די מענער, אפילו נאר אויף א חשד! און דא רעדט זיך אז מ'זעהט דעם טאוועל מדי יום ביומו הלוך וחזור, ואין פוצה פה ומצפצף!!! שומו שמים!!! איר זענט אלע עתיד ליתן את הדין
ס'איז היינט א "סוד אין גאנץ בראד" אז ביי אין-ספור אינגעלייט אין אלע חרדי'שע קרייזן בוזשעווען ווינטען פון כפירה. איך וועל נישט יעצט אריינגיין אין די פרטים און זוכען ווער ס'איז שולדיג דערויף, צו די טעכנאלאגיע צו דער אינטערנעט צו די קרית יואל סקול דיסטריקט. אבער איין זאך איז זיכער - אז דאס איז א מכה שלא כתובה בתורה און קיינער האט זיך אויף דעם נישט געראכטען. אלע זענען היינט מודה אז א שטריימל- בעקישע-ווייסע זאקען-רעזשוואלקע מיט א גאנצע בארד ווייזען לאו דוקא דעם אמת'ן בילד פון וואס ס'טוט זיך אינעווייניג אין הארצען. מ'האט געמיינט אז מיט בויען מויערן און גדרים איבער גדרים וועט זיך די בעל דבר נישט געבן קיין עצה. אבער דער מלך זקן וכסיל קען קאמפיוטערס אויך. און אז מ'לאזט נישט קאמפיוטערס ווערט ער אלט-מאדיש און גייט צוריק צום אור-אלטען בילבאר"ד הידוע לשמצה. און מיט איין בילבאר"ד קען ער מער אויפטוהן ווי מיט בלאגס און בילדער און פייסבו"ק און טוויטע"ר און טשעטס. אבער די רבנים זיצן מיט פארמאכטע אויגן, אדער אפשר פארען זיי נישט מיט די "בי קיו אי" ווען זיי פארען קיין מאנסי, ניו סקווער און קרית יואל. די טינטעד ווינדא"ס פארשטעלן די פענצטערס. אפשר ווען מ'ווערט פארען צום גרויסן "כינוס להצלת הדורות" אין סיטי פילד קווינס וועלען זיי עס זעהן צום ערשטן מאל. זיי מיט נאך 50000 אידן יראים ושלמים. אשרינו שזכינו שאלו הם רבותינו ולא עזב ה' חסדו מאתנו...
איך האב היינט געהערט פון א אינגערמאן וועם ס'האט יא געבאדערט דעם בילבאר"ד וועלכע איז אריין צו איינער פון די גאר קנאי'שע רבנים אין שטאט - איינער וואס איז מקנא קנאת ה' צבאות ווען איממער, און יענער האט אים ארויסגעווארפען פונעם ביורא! "אויף דעם ביסטו געקומען צו מיר?" פרעגט אים יענער רב! "האסט נישט קיין גרעסערע דאגות?" און דער רב האט אים אנגעקוקט ווי ער איז פון די לבנה געפאלען. ווי עפעס א מאדנער "באלטשיבע" פון די הרי חושך. ווען יענער האט אים געפרעגט היתכן אז קעגן ציונות איז ער מוחה איין מאל און ווידער אמאל, האט דער רב גלייך אפגעשלאגען דעם פארגלייך זאגענדיג אז "ציונות איז קעגן אונז, וואס האבען מיר מיט אפענע אפיקורסים?....." זעהט אויס אז נאר ג"ע איז געבליבען פון די ג' עבירות חמורות, שפיכות דמים איז שוין פון לאנג מותר געווארען, און ע"ז און אויך שוין אויך כנראה מותר, אבי מ'גייט מיט פאנדיאלאס מיט א א הכשר." נישטא ווער ס'זאל לאכען. ס'איז צום וויינען. אבער יענער רב איז געווען גאר שטארק באזארגט אז מ'זאל נישט רעדן מיט סעלפאנ"ס אין די גאס און אז מ'זאל ח"ו נישט ליינען "דער שטערן" און "די שפאקטיוו" ווייל דארט איז דא זאכען שאין "רוח חכמים נוחה מהם" און עס קען -חלילה שאטען אידישע קינדער אז מ'וועט זיך דערוויסען אז אין אמעריקע איז געווען א ראזענבערג פראצעס אין 1953. אויך איז ליפא שמעלצער א סכנה פאר'ן קיום און המשך הדורות... דאס איז כו"ע מודו, און אויף דעם איז דא זיצונגען פון רבנים ביז טיף אין דער נאכט און מ'רוהט נישט ביז מען איז עס עוקר מן השורש. און דערנאך פרעגט מען פארוואס מענטשען האבען נישט קיין ....דרך ארץ פאר רבנים
Subscribe to:
Post Comments (Atom)
33 comments:
What does satmer have to do with the shem havaya. That's only for ppl who can read "the kleineh oisiyos"
Are the "kleine oysiyois" more esoteric a subject than "chochmes ha'pirtzof"?
Willi is full of chuchmas hapartzuf kabalists who can tell u all ur chatas ne'irim and the price to rectify it. There is no payment for reading the chuchmas habillboards though.
"Lubavitch is the closest religion to judaism". True. Williamsburg isn't even close.
Don't you get it the signs are נישט ביי דהיימישע
So who cares
there was supposed to be many more in the yiddishe 'hoods and they were gotten rid of/ not placed. it will come down soon enough, bez"h
of course it will. after all, they're not gonna pay for it forever...
for every silly post about Kneitchen by Visnitz Levaya, Shoproner Ruv, or who the sefarim really belong too, you get 101 angry comments. But when you talk about The Lords name being desecrated your very own chassidim don't really care much.
And if you think about it Tzig, you also aren't protesting the desecration of "The Name" you are just bashing Williamsburg jews for being as apathetic as your own readership.
הירשל, בארואיג דיך ביטע, דערפאר לערנט מען טאקע ד עולם קיין ענגלישע אלזא מיינען זיי אז די בילבאר״ד עדווערטייזט גאר דעם שם השם אויף דער וועלט, און זיי ציען זיך אונטער קעגן די ליובאוויטשע וואס פארשפרייטן דעם שם הוי״ה פאר דעם טמנ׳אם גוי.......עם
מען דערציילט אז ווען מען האט דערציילט פארן קלויזנבורגער רב אז די סאטמארע האבן פארשוועכט דער שויתי אין דער בעלזער שטיבל אין וויליאמסבורג האט ער געזאגט, איך זאג שוין לאנג אז וואס עס שטערט זיי צוברעכן זיי.
ס'איז צו באמערקן אז איך האב נישט געשריבן דאס ווארט "סאטמאר" - איך מיין אלע תושבים גלייך. סאטמאר ווי פאפא ווי בעלז ווי וויזשניץ על כל פלגיה
Tzigale, maybe a tzig can scale that billboard, but I don't know of any human being in Williamsburgh who can. (Ari Noe in Boro Park has the necessary equipment and people who can use it but that would be the scandal of the century if he authorized someone to vandalize a competitor's billboard).
Blogger Hirshel Tzig - הירשל ציג said...
ס'איז צו באמערקן אז איך האב נישט געשריבן דאס ווארט "סאטמאר" - איך מיין אלע תושבים גלייך. סאטמאר ווי פאפא ווי בעלז ווי
but the definitely not Lubavitcher that have the powers to bring meshiach but not the capabilities to do his mission to destroy all avoida zuras
It's one thing for those Satmars not to give a hoot about the desecration of the Lord's name, but how can they tolerate a "blue & white" billboard in their midst? Don't they realize that it might, G-d forbid, give rise to thoughts about the Zionist flag?!
הירשעל אויב די דארפעסט פרעגען א רב אויב די מעגסט לייגען די בילד אויף דיין בלאג
ביסט דאך גארנישט בעסער פון יענע רב
אויב פארשטייסט די אז דאס קען חרוב מאכען דורות פאר וואס געסט די
Free advertisement
Take down the picture take down the picture!!!
Tzig Take down the picture ! Take down the picture !!!
הירשעל אויב די דארפעסט פרעגען א רב אויב מען מעג פאסטען דעם בילד
ביסט דאך גארנישט בעסער פון יענע רב אוי די פארשטייסט אז דאס בילבארד קען חרוב מאכען דורות
Why give the free advertisement ?
Great write up. Pleasure to read a flasiken Yoddish.
In the article you touched on another point. It has more to do with Lubavitch then with Williambsurg, but I'll share in anyway.
Thanks to the editorial board at Kehos, there is a whole generation of Lubavitchers growing up now, who will never know the concepts of Kiddush Levana Oisiyos. Its part of the wider reformatted siddur issue.
When you have the time, I would love to hear your thoughts on it.
to give a flik for satmer you will even place one of the sheimes sheinen nimchukim to be deleted from every ones screen when they exit
shame on you take it off
Hirshel
I saw in a satmar yidishihter blog,
the following
יט פרייד קום איך צו אייך טייערע חברים מיט די גאר גוטע און היסטארישע נייעס.
ר' יוסף מזרחי קומט קיין וויליאמסבורג קומענדיגן דאנערשטאג ביינאכט פון
אכט דרייסיג ביז... ווען ס'וועט זיך אויספעלן...
עס איז קיין סוד אז אין וויליאמסבורג פונקט ווי אין אנדערע היימישע
געגנטער, און נאך פיל פיל מער, קעןמען נישט פרעגן געוויסע פראגעס איבער
פשוטע יסודות היהדות און אפגערעדט פון צו לערנען דעם עולם איבער די
וויכטיגקייט פון אונזער אמונה און מיט וואס אונזער רעליגיע איז מיט עפעס
אנדערש ווי די טויזנטער רעליגיעס וואס דרייען זיך איבער די וועלט.
עס איז באמת א שאד, ווייל איך האב זיך אליינס איבערצייגט נאכן לערנען
פארשידענע יסודות אז מיין אמונה בה' איז פילפאכיג געשטיגן און מיין ערצייגונג
אין תורת ה' איז געוואקסן מיט א שטארקייט.
ברוך השם היינט האלט מען שוין אביסל בעסער און עס
זענען דא אנשים כערכנו, יונגעלייט וואס ווילן אז מען זאל זיי יא לערנען
דעם ריכטיגן לערע און וויסנשאפט איבער די אמתדיגקייט פון אונזער רעגליגיע
און איר תורה, און די נייעס קומט אן אז ר' יוסף מזרחי וועט זיין אין
וויליאמסבורג קומענדיגע וואך. ער וועט אי"ה זיין אין 'כולל וויליאמסבורג' אום
ליל שישי פ' צו. מען וועט דארט קענען שטעלן סיי וועלכע שאלות און יהי רצון
שנתקדש שם שמים ברבים.
היות עס איז א האקעלע נושא, בעט איך אז מען זאל טראכטן פאר מען איז
מגיב. א דאנק.
דא זענען עטליכע לינקס צו האבן א בליק איבער וועם די רעדע איז:
הרב מזרחי'ס וועבזייטל
I amazed that a town that is harassing 24/7 the whole charidie world with the 3 oaths, Is realizing that we still have to take care on the 13 principles..
Menashe
I don't think that KolelWilli is the place that has the pulse of Williamsburg beating inside it... Not to take anything away from that place, c"v
Chote umachta:
It is a sefer torah shekosvo min and its supposed to be erased. So u can ruhigeh heit shut and reopen ur browser forever. Whew!
Fulop. Hey you never know. Maybe this sign will awaken some williamsburg robots to find out something about their religion. Mizrachi should use this billboard as advertisement...
Hirshel
You are correct its only fringe... but for the stadard willi guy, they have Rabbi Mullers torah....
Have no doubt that if Rav Avigdor Miller was alive he would protest this Athiest campaign with all he'd got
LW said...
Chote umachta:
It is a sefer torah shekosvo min and its supposed to be erased. So u can ruhigeh heit shut and reopen ur browser forever. Whew!
Friday, March 23, 2012 2:31:00 PM
are you referring to this blog as a sefer torah shekosvo min ?
i was talking about this blog not about the sign
Hirshil ask a shaila how to take it off your blog
you would not have publicized the claim of a myth on some thing that it is dear to you
so you're saying that G-d's name is not dear to me?
Tzig: ואין פוצה פה ומצפצף שומו שמים איר זענט אלע עתיד ליתן את הדין
Fighting missionaries was a chabad thing in the 30's 40's in America when missionaries work was strong in America, That's why they started chabad houses to counter christen science rooms (complete with a messiah) in most American cities.
In your medina they lock up people who work for יד לאחים ! Satmar was the biggest financial contributors in the 50's and 60's 70's for יד לאחים even they are ציונים many critisized satmar for that then! So maybe it's time chabad gets back to their roots!
הנער, בנג'מין לאסאג' התגייר ועבר ללמוד בישיבת אור גבריאל - חב"ד בישראל, ובמרוצת השנים החל לעבוד בארגון 'יד לאחים' הנאבק במיסיון הנוצרי
כשחזר מעבודה במשרדי יד לאחים בבני ברק, חיכתה לו הפתעה לא נעימה: שלושה בלשי משטרה מצוידים בצו חיפוש
לאחר מכן הובילו אותו אחר כבוד בניידת משטרתית לתחנת משטרת מוריה בירושלים - לחקירה שהסתיימה בשעה 5בשעות הערב
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=39391
!קריינא דאגרתא איהו ליהוי פרונקא
Blogger Hirshel Tzig - הירשל ציג said...
so you're saying that G-d's name is not dear to me?
finally you are getting it.
Take it down
choite umachta said: "finally you are getting it."
So if u take the shem hashem and put it in front of a mirror, Now you can see it in the mirror! can you not walk away from the mirror Because you are erasing the shem hashem? Or is it just forbidden to write the shem hashem and or to erase it?!
And how is the comuter differen? Did he ever wrote there the the shem hashem? That it should forbidden to take it off?
?ילמדנו רבּינו
Tzig:
"ואין פוצה פה ומצפצף שומו שמים"
these are satmare drama לשונות how did it creep in to the BMG/Lubab crowd?
שומו שמים
"Fighting missionaries was a chabad thing in the 30's 40's in America when missionaries work was strong in America, That's why they started chabad houses to counter christen science rooms (complete with a messiah) in most American cities. "
the intention of chabad houses were never for a 1 issue, in matter of fact the Rebbe was alot behind Rav Landau and Rav Lipshutz to open Peyilim /Yad Leachim.
Why was this guy arrested, under what law? do you know specifics?
All you need is to take an arrow and set it on fire with some grease and shoot it at the billboard.
Yanover said...
All you need is to take an arrow and set it on fire with some grease and shoot it at the billboard.
----
Hey watch out they will put this site on the armchair terrorism list!
http://www.theyeshivaworld.com/news/General+News/123083/Greenfield+Outraged+at+Atheist+Billboard+Targeting+Brooklyn%E2%80%99s+Orthodox+Jewish+Community.html
Post a Comment