Showing posts with label Steinman. Show all posts
Showing posts with label Steinman. Show all posts

Tuesday, May 27, 2014

הגראי"ל שטיינמן: בלתי אפשרי לחכות לביאת המשיח • האזינו


Source

 This may be difficult for some of you to believe; but I didn't post this to make fun or to point fingers. I was not trying to point out that "Litvaks don't believe in Moshiach." It never crossed my mind until one of you who thought you know what's in my mind brought it up. I saw it as a limmud zechus! That he realized that many of us have a hard time with this Ikkar, and he was "defending" that difficulty. It was not an attack on him, nor were we trying to point out any weakening of his abilities because of age, etc. RALS needs nobody's haskomoh.

Wednesday, March 30, 2011

"ס'נאך נישט "משיח'ס צייטן

WITH APOLOGIES TO MY NON-YIDDISH READERS



שושן פורים אין סאטמאר-ראדני

דאס יהדות החרדית איז אויף טישן און אויף בענק ס'הייסט? אזא מעשה? בפני כל עם ועדה זאל מען אזוי לאכן פון א גדול בישראל, א רבי פון טויזנטער חסידים? אין יאר 2011, ווען יעדער שריט און טריט ווערט אראפגעכאפט דורך פארשידענע כלים, סיי פאטאגראפיעס, סיי ווידעא מכלים שונים, און מיט איין קוועטש איז עס אויפ'ן נעץ, גלוי לעין כל. איי, וועט איר זאגן, "ס'איז דאך פורים!" און פורים מעג מען דאך, און אזוי האט מען טאקע געטוהן אלע יארן ביי דער סאטמאר רב, ז"ל, ביים טיש, וועלן די וואס זענען געווען ביים טיש זאגן אז אזאנס האט מען נאך נישט געזעהן - ביים רב אויך נישט. וואס זאל איך אייך זאגן, מורי ורבותי? איך בין נישט צוקראצט געווארען דערפון! הירשל ציג, דער זעלבער וועלכע שטייט און שרייט שוין יארן לאנג אז מ'האט נישט ליב די ליובאוויטשער חסידים, און אז מ'שרייבט נישט וועגן זייערע אקטיוויטעטן אין די צייטונגען, און דער וועלכע וואלט לפי"ז געדארפט שטיין און שרייען פון די דעכער און מוחה זיין, איז איבערהויפט נישט אינטערעסירט דעראין, און וועט קיין "מחאה" נישט מאכען איבער דעם נארישען פורים רב. פארוואס? זייער פשוט. איך האב זיך קיינמאל נישט איינגערעדט אז ס'איז שוין "וגר זאב עם כבש," אפילו נאך פאלם ספרינגס און מומבאי און בעידזשינג, און מקוואות אין טעקסעס וואס ווערן געבויט דורך חסידי ליובאוויטש און מיט די געלט שטיצע פון חסידי סאטמאר הי"ו. איך פארשטיי אז אלטע רגילות'ן איז שווער פטור ווערן פון זיי, ובפרט אז מ'מיינט אז ס'איז א מלחמת מצוה, וואס אוודאי געוויס איז אזוי געווען ביי די חסידי סאטמאר-ראדני, וואס פון קינדווייז אהן האט מען זיי געהאדעוועט אז ליובאוויטשער חסידים זענען כמעט ווי די פארטאריקער אין די פראדזשעקטס, ר"ל. ס'איז מיר זייער שווער צו "שאפן א כעס" און צו שרייבן אז איך פארלאנג מ'זאל אונז איבערבעטן ווען איך פיל עס נישט מיט'ן גאנצן הארץ. און טאמער איז מיר שווער וועל איך עס נישט טוהן. חוץ פון דעם קען מען גאר גרינג זאגן אז די "זאלי" פארטיי איז א טויטער פערד, און א טויטער פערד שטויסט מען נישט, און אויב שטויסט מען יא איז דאס סתם לבטלה. איך פארגין זיי דאס ביסאלע געלעכטער אום שושן פורים, כאטש ס'איז על חשבון רבינו, ווייל אגאנץ יאר איז דארט גאר ביטער און קאלאמוטנע דער מצב.



הרב שלום בער סורוצקין

און דערנאך איז היינט (יעצט שוין נעכטן) אנגעקומען נאך א ידיעה וועלכע וועט באפרייען די שונאים נאך מער. אין ארץ ישראל איז פאראן א "נעץ" פון כוללים וועלכע ווערט אנגעפירט דורך הרב שלום בער סורוצקין, אן אייניקל פונעם לוצקער רב, הרב ר' זלמן סאראצקין ז"ל. דער סורוצקין איז אן אנהענגער פון דער ראש ישיבה, הרב ר' אהרן לייב שטיינמאן, און ראט זיך מיט אים אין אלץ וואס ער טוט. אזוי ווי דער יו"ט פסח האלט שויןן אוטוטו,, איז דער כולל יעצט פארנומען מיט באזארגן די יונגעלייט פון די כוללים מיט צרכי החג. הרב סורוצקין געפענט זיך יעצט אין אויסלאנד, טאקע צוליב דעם כולל, און האט זיך נישט גערישט אויף אזא געפערליכע מעשה. וואס איז די מעשה? וועל איך אייך פארציילן, זיצט רואיג א מינוט, כאפט נישט. די הנהלה פון די כוללים האט לעצטנס געמאכט א שותפות מיט "כולל חב"ד," דער עלטסטער "כולל" אין ארץ ישראל, וועלכע פירט אהן מיט בתי תמחוי און מעדיצינישע קליניקס אין ארץ ישראל, ווי אויך אין אנדערע לענדער. צווישן אנדערע זאכן טוהען זיי אויך פאנאנדער טיילן פיל פעקלעך פאר משפחות פאר די ימים טובים, פאר אנשי חב"ד, ווי אויך פאר אידן נישט פון די חב"ד'ער קרייזן. זיי העלפן סובסידירן תפלין פאר בר-מצוה בחורים, שיך און קליידונג פאר אינגלעך און מיידלעך, און פירן אהן מיט א ביליגע חתונה זאל פאר נויטבאדערפיגע משפחות. דא איז נישט דאס פלאץ אויף אויסרעכענען וואס נאר כולל חב"ד טוט. די שותפות איז אז "עטרת שלמה" וועט צאלן א "מחיר סמלי" פאר כולל חב"ד, צו אפשר נישט אזוי סמלי, נאר אפשר בכסף מלא, און כולל חב"ד וועט צושטעלן די אלע געברויכן פאר די משפחות פון די בני תורה לכבוד יו"ט. אין די ישראל'ישע פרעססע איז געווען יו"ט אין דער וואכן נעכטן. אזא שמחה! די צוויי אדווערסארן זענען שוין חברים צוריק, האט מען געזאגט, חב"ד איז שוין צוריק אויף דער מאפע, און די ליטווישע אנערקענען שוין אויך אז פון חב"ד קאן מען קריגן הילף, כאטש אז מ'האט זיך אמאל געקריגט. אבער זעהט אויס אז די שמחה איז געווען אביסל פרי-צייטיג.



הרב סורוצקין'ס בריוו


אין די כוללים זענען - כנראה - פאראן שטארקע אנהענגער פון דעם פארשטארבענעם פאניעוויזשער ראש ישיבה, און זיי איז נישט געפעלן געווען אז די געלט קומט פון ליובאוויטשער קוואלן, האבן זיי אנגעהויבן מאכן א טומל, "היתכן אז מ'נעמט געלט פון די כת ווען דער ראש ישיבה זצ"ל האט געזאגט אז מ'זאל מיט זיי קיין שייכות נישט האבן"? און מ'האט נאך אפגעדרוקט פאשקעווילן מיט די אלע "טענות" כדי אויפמערקזאם מאכן די אלע אינגעלייט, און אז די בני תורה זאלען ח"ו נישט נכשל אין טריפה'נע געלט, בפרט נאך אין דעם יו"ט פסח. סורוצקין האט זאפארט אפגעשיקט אן עקספרעס בריוול, און האט קלאר געמאכו אז אלץ וואס ער טוט איז בהמלצת און בהסכמת מרן ראש הישיבה רשכבה"ג שליט"א - מיינענדיג הרב שטיינמאן, און אז די פאשקעוועלן-שרייבער זענען עתיד ליתן את הדין אויף דער בלבול וואס זיי מאכען. היינט מיטוואך איז ארויס א ידיעה פון הרב שטיינמאן אז ס'איז קיין פראבלעם נעמען געלט פון חב"ד היות אז "זיי זענען נאר די פאסט-טרעגער, די געלט קומט נישט פון זיי." זעהט אויס אז טאמער די געלט וואלט יא געווען פון חב"ד וואלט.... וד"ל איך בין זיכער אז אין ביורא פון כולל חב"ד איז מען שטארק צופרידן פונעם ענטפער.... איין זאך האט קיינער נאך נישט געענטפערט, פארוואס פון די ציוניסטישע געלטער מעג מען נעמען, און נישט נאר מען מעג, נאר טאמער שניידט מען פון די תקציבים אביסל איז א "גזירה רעה" און איז גוזר תענית דערויף. זענען די ליובאוויטשער שוין ערגער פון די פושעים און אפיקורסים? און אזוי ווי ס'איז פאראן אזעלכע וואס פאר זיי איז הרב שטיינמאן נאך נישט דאס לעצטע ווארט, זענען זענען אנדערע געגאנגען פרעגן ביי הרב אלישיב אויך, און ער האט געזאגט אז ס'איז קיין שאלה נישט, מ'מעג זייער גערן פון די חב"ד'ניקעס, אפילו ווען זיי וואלטן געווען נישט נאר די פאסט טרעגער, נאר די באנקירער אליין....



דער פאשקעוויל

ליינט און שטוינט

חב"ד הם רק הדואר