Friday, February 24, 2017

אלטע פרעשבורגער פאליטי"ק

  משפטים חו''ל 36-43 by Hirshel Tzig on Scribd

Box.com Link for non Scribd users

It doesn't start right away. You need to read the whole thing.

18 comments:

פייוועל פון פייפטאון said...



יישר כח פאר'ן ארויפלייגן די באלערינטע שמועסן פון א מקור אמת, (דאכט זיך אז דאס איז דאס ערשטע מאהל אז איהר ברענגט צי עפעס רעכט'ס דא) עס פלעגט אמאל זיין צו באקומ'ן בחינם ערגעצוויא, האב איך זיי גילעזט אין עס האט מיר בדרך כלל גיפאל'ן, כ'האב גיהאט עטליכע הערות אבער ס'איז נישט שייך גיווען צי רעאגיר'ן דעמאלט, אויך דארף מען גיט איבערטראכטן פאר מען רעאגירט אויף אזא פערזענדליכקייט בכלל.

לעת עתה האב איך נאך נישט איבערגיליינט דעם בייגילייטן קונטרס, אבער אויפ'ן ערשט'ן בלעטעל האב איך גיזעהן אז דער שמועס ער ברענגט איז מיט הגאון יצחק מאיר אלטמאן גאב"ד חוג חתם סופר ב"ב, האב איך זיך דערמאנט כ'האב אמאל גיזעהן א מעשה בוך מיט'ן נאמען "רשומים בשמך" פון איינעם א שרייבער אברהם פרסטר, ער שרייבט מעשיות דארט נאר וואס ער האט גיהערט פון הגאון יצחק שלמה אונגר ז"ל גאב"ד חוג חתם סופר

ער באשרייבט בדרך כלל אונגארישע רבנים אין רבי'ס, מיט קנאות דארף איהר איהם נישט חושד זיין וד"ל, אבער מיט חוצפה יא! אין די קנאפע 500 בלעטער גירעדעכץ האט ער גיהערט נאר צוויי מעשיות בזילותא פון די צוויי מנהיגי קרבניטי דער עצי חיים והבעל דבר"י ז"ל, האב איך שוין געמיזט צוריק מיש'ן די בלעטער צו זעהן ווער דער שרייבער איז? דאס ערשטע הסכמה נישט מער איז פונם אדמו"ר מבעלזא! אויך אנ הסכמה פון הגאון יוסף מאיר אלטמן אב"ד ור"מ דקהל יראים חוג חתם סופר ב"ב

היוצא לנו מכל זה, וואלט איך פארגעלייגט אז אפשר וואלט כדי גיווען פאר'ן רבין שליט"א צו פארציילן פאר די חכמי בני ברק עפעס וויא פון סיגוט_סאטמאר אויך זאלן זיי אויך עפעס וויסן צי פארציילן פון זיי... (איהר דארפט אייך נישט שעמען מיט זיי מיט גארנישט). די גדלו וטיבו פונם הייליגן חת"ס ובניו הלא הם כבר כתובים בדברי הימים, אין דאך רובם מב"ב כבר נפלו בפח נשבר, אפשר פעהלט זיי אביסעל סאנז_סיגוט_סאטמאר וכו' מעשיות.. וד"ל

זאלקע פון סאלקע said...


ער ברענגט דארט אין די הגהות אז דער רביז"ל האט גיזאגט פאר'ן בירך משה ז"ל בתו"ד, דער חת"ס האט נישט גימעקט - איך מעק אויך נישט, איך האב גיהערט כ"פ פון א יוד וואס האט געהאט אסאך עסקים מיט'ו רבי'ן, אז אמאל מתוך ענין מגדול אחד האט דער רבי גיזאגט, "א גדול צוהט נישט צוריק" פקדתו שמרה נפשי אבער איך האב דאס ווארט נישט איבער גיזאגט אבער יעצט ע"פ שניים עדים יקום הדבר

יואליש פון ניו יארק said...

דברי תורה עניים "במקומן" ועשירים במקום אחר

מתוך שיחות ת"ח פה: דער חת"ס האט געליטן אין פרעשבורג (פון מתנגדים) אין דער כת"ס האט אויך געליטן, אין האט אויפ גענומען פאר זיי א מגיד "ר' פייש" שדיבר "לשונם". כשהכת"ס נסתלק לא רצו "הבני עיר" את השבט סופר לרב, והיה מעכבים (המתנגדים) הלוי' מלקברו לשלשה ימים עד שר' פייש לא רצה לקבל עוד הרבנית. ע"כ

ר' אהרן במק"א: דער חתם סופר שרייבט, ואנחנו עושים מלאכה עד קרוב לשעה או ג' רבעי שעה קודם צאת הכוכבים!!! אזוי שרייבט ער אין א תשובה (או"ח סי' פ'). אבער אין פרעשבורג אליינס, איז דא וואס האבן די זמן צעטלעך "זיי האבן נישט פון חתם סופר'ס צייטן" ! – און זיי זאגן אז מ'זעהט אז זיי האבן נישט געהאלטן קיין צוויי און זיבעציג מינוט מוצאי שבת, איז די שאלה ווען איז דאס געווארן?!כ'האב נישט קיין הסבר אויף דעם, דער חתם סופר אין די תשובות זאגט אזוי שטארק אויף רבינו תם, און אין "מציאות" (הזמן צעטיל "במציאות" הוא בשנים אחר הסתלקותו!) איז אין פרעשבורג אליינס איז נישט אזוי געווען. אתמהה

אני הק': אולי כעין שתי "רשויות" היה שם, כמו "בעירינו".., וגם כמו "באתרא דמר ז"ל.." בעיה"ק ירושלים, ומשום זה היה שמה "צוויי זמן צעטליך". אבל לא צוויי דינים?! וצ"ע

חזקה אלימתא לחבר,  שאינו מוציא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן. וד"ל

Shmuli, Squirrel Hill said...

Hirshel now you're trying to be fair and balanced? to little to late.

חב"דסקער said...


הבעל-שם-טוב הקדוש כותב: ושאלתי את פי משיח אימתי קאתי מר והשיב לי בזאת תדע, בעת שיתפרסם לימודך בעולם, ויפוצו מעינותיך חוצה, מה שלמדתי אותך והשגת, ויוכלו גם המה לעשות יחודים ועליות כמוך ואז ייכלו כל הקליפות ויהיה עת רצון וישועה

https://youtu.be/LjCn0_N0n7o

מלך בגדוד חיות said...

משולחן "מלכים" ? מה זה

Tevya said...

Maybe you missed it..

http://theantitzemach.blogspot.com/2016/01/blog-post_83.html?m=1

שיחים לקוממה said...

מנכדיו בא״ב של הגר' יהודה אלטמאן איז הגאון רבי יוסף מאיר אלטמאן אב״ד ור״מ חוג חתם סופר שליט״א 

רבי יהודה אלטמאן איז געווען א תלמיד חביב פון הגה״ק בעל באר שמואל מאונסדארף זצ״ל בשעת מעהאט גערעדט דעם שידוך איז ער געגאנגען נעמען ברכת והסכמת רבו בשעת די שיחה זאגט אים דער אונסדארפער רב הער אויס ווען איך בין געווען ביי איינע פון די גרויסע אסיפות אין פעסט בעת דעם טיילונג אין אונגארן ווי אלע עיני העדה ורבנים זענען זיך צאמגעקומען, האב איך געזהן דעם רחובות הנהר אנקומען מיט די באגלייטונג פון זיינע צוויי זוהן הנטע שורק והנהרי אפרסמון ווען כאב גזעהן די מראה פון די טאטע מיט די זון מיט די הייליגע געזיכטן ומראהם כמראה אלוקים האט זיך מיר געדאכט אז איך זעה רב חייא ובניו (ווי סווערט געברענגט אין גמ׳ כמה מקומות דאס גרויסקייט פון רב חייא ובניו) און די פרעגסט איבער שליסן דעם שידוך

די מעשה איז נדפס בספר משלחן מלכים שיחות כ״ק מרן האדמו״ר מ׳סאטמאר שליט״א בביקור אצל הגה״צ מחוג חת״ס שליט״א - וכן סיפר הגה״צ רבי יוסף אשר פאללאק זצ״ל אב״ד ור״מ ווערפעלעט לפני השואה - ונכד הרחובות הנהר

מרן רביה״ק הדבר" י מ׳סאטמאר זי״ע האט פארציילט להרה״צ ממילדוי זצ״ל אז ווען דער נטע שורק איז געווען אמאל אין סיגוט אין באזוכט ביים קדושת יו״ט זצ״ל האט אים דע טאטע געזאגט: יואליש׳ל קוק זיך גוט איין אין זיין צורה הקדושה ווייל דאס איז מסוגל ליראת שמים, און ער האט טאקע גוט געדענקט די צורה

צל תומר said...

הגה"ק רבי משה טעננענבוים זצ"ל הי"ד אבד"ק מילדוי בעל מסעות משה

לא היה נגד האגודה הגם אמת שלא השתייך עמהם. כי השפעת האגודה באונגארן בכלל לא היה כ"כ, בעיקור התנגד בתעצומות עם הציונת אבל לא עם האגודה - היה לו הרבה ידידות עם רבני האגודה, השתתף אצל הכנסיה הגדולה בעיר וויען ששם פגש עם גדולי הדור והעריץ אותם עד למאוד. והם ג"כ נהנו לשוחח אתו שהיה איש חכם ונבון ובעל השפעה על הסביבה. וכמו כן היה בידידות עם הרה"ק האמרי חיים מוויזניץ זצ"ל

וידועה המעשה היות שהיה בידידות רב עם המונקאטשער רב והרבה שחחו והשתעשעו זה בזה, פעם היה באצמע שיחה והמונקאטשער רב התחיל לדבר על האגודה כידועה שהיה מתנגד בחריפות להאגודה, והמילדויער רב התחיל לדבר טוב לצידם לומר שלא כ"כ געפערליך סוף סוף מדברים מגדולי הדור שמסכימים עם האגודה. המונקאטשער האט געגעבן א הייב דעם קאפ מיט אזא קוק מיט די אויגן, והיה על השולחן טינט מיט א פעדער לכתיבה האט ער איינגעטינקען דעם פעדער אינעם טינט אין געגעבן אזא קליינעם שפריצל כמו לרמוז לו להפסיק מיד לדבר טוב על האגודה

בנו הגה"צ רבי שלום דוב זצ"ל למד בבחרותו בעיר קאשוי, פעם אחת בא לשם רביה"ק מסאטמאר זי"ע לביקור, כאשר ניגש הבחור ואמר לרביה"ק שהוא בן של הגה"ק רבי משה טעננענבוים זצ"ל ענה ואמר אחד מן הסובבים שם "ער וועט שוין נישט זיין קיין ציוני..!" נענה רביה"ק ואמר "נישט נאר א ציוני וועט ער נישט זיין נאר א 'אגודיסט' וועט ער אויך נישט זיין!..". וכך הוה

RJ Hecht said...

did you ask permission from the satmers to post their (for profit) publication, and in this trief internet of all places? a shanda.

I'm angry said...

I like when r' Aron plays defense, first they where victims in Pressburg and now by the Zionist, and how about being a victim in his own town and by whom? don't get me started on that..

RW said...

His posts are hilarious compared to some of the comments here, sounds like someone went off the deep end.

bored stiff said...

Hershel my filter doesn't let the picture/clip (I don't know) through, is there any way you can send it to my email if yes thanks

Nietzsche'r said...

Dear Rabbi, we will be moving the clocks forward on Purim itself! If I understand this correctly, that means that we're going to lose an hour of Purim, which seems to directly contradict the rule "When Adar enters, Joy increases".

What modifications to the practices of Daylight Saving Time and/or Purim practices are recommended for resolving this conundrum?

תוצרת ישראל said...

!חדשות: תל-אביב דאמעריקא

מיאמי: בבית הכנסת "ספרא" במיאמי הבוקר ישראלי בשם איתן הבעלים לשעבר של מסעדת פינתי בישראל דקר ישראלי אחר על רקע סיכסוך בשם יוסי חצ'בי - יוסי הקולה, שלשה דקירות באמצעה של תפילת 18 עד שנעצר

יהודי עממי said...


הרב מאיר יהודה טננבוים (טשארטער'ט רב) אב בית דין ומהבכירים בפלג, פרסם דברים דומים בנושא: "נכון שהרה"ק מסאטמאר האשים את הציונים וממשלת המינות שהם מביאים את רוגזם של הערבים על היהודים, ועל ידי זה מתגוררי ארה"ק נמצאים תחת סכנה אדירה מצד הערבים, אבל לומר על יהודים תמימים שומרי תורה ומצוות שעדיין נמצאים בתוך ימי האבל שהם אשמים על רציחת ילדיהם? זו עזות נוראה וחוצפה גדולה". כך אמר הרב מאשאט'ה נכד הנטע שורק אב"ד מעזא-טשאטה

http://mobile.kikar.co.il/article/146208

צל תומר said...

רבינו: אויף די פופציגסטע גאס, מ'דאווענט דארט אשכנזי'ש

גאב"ד חוג חת"ס: ביי אונז אויך, מיר דאווענען נוסח אשכנז


מתוך כתב"י במכתב של הרב קעניג אב"ד יאקא ז"ל

כאשר הגעתי לאמעריקא, הייתי נבוך איך לנהוג בנוסח התפלה, כי באיירופא התפללתי כל ימי בנוסח אשכנז, אכן פה רובא דרובא של בתי מדרשות חרדיות התפללו בנוסח ספרד שהוא נוסח אריז"ל, ושאלתי את מרן זצוק"ל (הדבר"י) האם רשאי אני לשנות לנוסח ספרד, כי בשו"ת חתם סופר החמיר בדבר. והשיב לי מרן זצוק"ל כי הדברי חיים פוסק שאין זה שינוי כי זהו נוסח כוללת לכל (עיין בשו"ת דברי חיים או"ח ח"ב סי' ח'), ע"כ אתחיל להתפלל בנוסח ספרד שהוא נוסח אריז"ל. ע"כ

יוסל ביללער said...

זאלקע ווער מער גיוואר וואס האט דער בירך משה גיוואלט מעקען? אין דער רבי האט נישט גיוואלט