Wednesday, September 24, 2008

Can't we all just get along?!


Yosef Dov commenting on Circus Tent Avoiding the bush at all costs

איך האב געבעטן א פריינד מיינעם וואס איז מער באהאוונט פאר מיר אי אין איינגליש אי אין קאמפיוטעריי צו ווארפן א בליק און זען דעם צושטאנד פון אהבת ישראל אין דעם דאזיקן בלאג אין די געציילטע טעג פאר ר"ה. צום באדויערן קיין גליק האב איך ניט געזען. נאכמער- עס קוקט אויס אז מענטשן באמת מיינען אז דער אייבערשטער איז זייער צופרידן מיט זייערע "צורעכט מאכן" אלערליי קאמפפונקטן וועלכע שטייען אקעגן דעם יידישן פאלק און יידישקייט - ממש לוחמי מלחמות ד'..... קינדערלעך האט רחמנות אויף זיך! הערט אויף מיט די נארישקייטן אן קער זיך אום צום לערנען און עבודת ד' איך קאן אייך צוזאגן אז קיין גוטע רעזולטאטן וועלן דערפון ניט אויסקומען פאר קיינעם. צוויי באמערקונגען: צום ערשט - דער חשוב'ער אנפירער פון דעם בלאג ר' הירשל זיכער האט זיך ניט פאסיק אויסגעדריקט. מען טאר ניט צוגלייכן כלל וכלל די יידישע השקפות מיט להבדיל נצרות אפילו נאר צו פארגלייכן א קליינעם פרט. וואס ער האט געדארפט שרייבן איז אז כאטש די אלע תורה השקפות,דרכים, און גדולים כולם אהובים כולם ברורים וכו' און בגדר אלו ואלו וכו', אבער אז עס קומט צו אויסקלייבן אן אייגענעם דרך און אן אייגנעם רבי דא קאן און מעג א ייד שפירן דאס אויסגעצייכנקייט פון זיין דרך און זיין גדול. דאס מיינט ניט חלילה אז מען מעג דערנידריקן די אנדערע- נאר אויפהייבן זיין רבי און מקיים זיין די מצווה פון כבוד רבו.

צווייטנס: זיינדיק א ייד וואס גאנץ לעבן לאנג געלערנט און געהאדעוועט געווארן אין ליטווישע קרייזן, בין איך בפירוש מוחה אויף די זילזולדיקע אויסדרוקן וועגן דעם ליובאוויטשער רבין און זיין שטעלונג צום חשיבות פון למוד התורה. שומו שמים! צענדליקער מיט צענדליקער גדולי ישראל אין וועמענס ד' אמות האב האב געהאט דעם זכות בייזיייק צו זיין זיינען בהתפעלות געווען אי פון זיין גאונות אי פון זיין הרבצת התורה. איך וויל זיך ניט איבערחזרן נאר איכ'ל דערמאנען עטלעכע ווער זיינען אין עולם האמת - ר' משה' ר'שלמה זלמן, די הייליקע גערער רביס, הרב יאללעס, הגאון האדיר הרב הירשפרונג זצ"ל, מען קאן פארזעצן אן אן עק אבער נאר איינער וואס האט קיין שייכות ניט מיט עולם התורה קאנט עס לייקענען. דער אנאנימנער שרייבער וואס רופט זיך "א שטאלצער ליטוואק" פארשעמט אונדזערע גרויסע הייליקע ליטווישע גדולים און בפירוש שטעלט ניט פאר דעם עולם התורה.
נאכאמאל, בעט איך אייך הערט אויף מיט פטרן צייט און ספעציעל מיט נעגאטיווער רייד און אין זכות פון דעם זאלט איר אלע געבענטשט ווערן מיט א גוטן געבענטשטן זיסן יאר אין אלע הינזיכטן בתוך כלל ישראל.

יוסף דוב

20 comments:

Arthur said...

Tzig
Thanks for headlining Yosef Dovs beautiful post.I think it's a must read for all who contribute to this blog and the many others where recriminations are an every day occurence.The problem is that the individuals who have the most to gain from Yosef dov's words don't understand Yiddish and even though it might be difficult for you,a translation of his post would be in order.

Hirshel Tzig said...

You're giving me work?

TES said...

yes pls translate

snag said...

יוסף דוב שרייבּט א געשמאקע אידיש. כאטש איך בּין ניט מסכּים 100%, איך האבּ געהאט הנאה פון דעם לייענען. א יישר כּח אייך !

P.S. Yaysef Dayv is a nice Litvishe name.

Also, this can be used a springboard to discuss and decry the declining place and proficiency in mamme loshon among Lubavitchers.

Anonymous said...

among Litvishe it's been dead for 60 years.

snag said...

11:26AM - ניט אין גאנצען. אין בּית מדרש גבוה לייקוואוד און אנדערע פּלעצער, מען זאגט נאך אלס שיעורים און שמועזען אין מאמע לשון. אין בּריסק אין א"י אויך, דאכט זיך מיר.

Anonymous said...

און וואס איז ביז מקאיז אלט גענוג צו גיין אין ביהמ"ד גבוה? און די אלע וואס גייען נישט אהין?

בריסק איז א קליינע מקום

נאר זיך נישט, ס'איז טויט ביי די ליטווישער

BoroPark said...

Yiddish is waning but not dead in most Litvishe yeshivos.
Brisk is not a small place at all.R'Avrohom Yehoshua has around a 1000 bochurim and yungerlait and R'Dovid also has a large oilom, the size I'm not quite sure of.
In the mir R'Osher Arielis shiur is in Yiddish to about 400 guys as are many of the other shiurim.
R'Eli Ber Wachtfogels shiur in Fallsburg is in Yiddish as are most beis medrash shiurim in the more yeshivishe places.
BMG has a sizeable contingent of chasidim and Europeans, which adds to quite a yiddish enviroment.

I'm curious about R'Yoisef Doiv,
Is he a real person or the Tzig or some Lubavitcher trying to show how everybody loves Lubavitchers.It would be quite amazing if an elderly Litvishe rov had nothing better to do than read and post on some idiotic yukels blog.

Tibi said...

FYI - Yiddish iz gantz shvach in Lubavitch.

Hirshel Tzig said...

BoroPark

please don't accuse me.

Arthur said...

Boro Park
I'm your curious about you
Are you a real person or some farbissener alte misnagid who wants people to think that everyone hates Lubavitch?

hyman said...

Arthur,
Im curious about you. Are you a real person, or are you really dead, and buried in Queens, and want people to think that lubavitch is one of the most similar religions to Judaisim (after Christianty of course, they at least dont hate Jews that spend there life learning Torah)?

Charles said...

Yosef Dov is obviously another Chabadker begging for acceptance like the rest of them. Its really sad. All they have to do is get some therapy, a little deprograming (maybe Shia Hecht Could help with that), accept the fact that they were sold a bill of goods, and join the the rest of Klal Yisroel who are waiting with open arms to accept them! But no. They want US to accept THEM as brainwashed as they are. Sorry, this has never, and will never happen.

BTW, Reb SZ had hispailus from the Chabadker rebbe? Is this written/printed anywhere? Where do you have this info. from?
Reb SZ never met the guy as yosef dov claims!

Re: Reb moshe, yeh we know you guys have a one or 2 letters from one out of hundreds of litvisher gedolim, and all of you go on like a broken record player. Please!

Look, it is no secret that many many gedolim were against the Chabadker rebbe. The reasons are obvious, and have been dicussed on this blog at length. For all of you that cant accept this, thats because your head is full of mashiach stickers.

Arthur said...

Hyman
No.B"H I'm still alive and kicking but you sound like you just crept out of some hole in the ground.

Hyman said...

Arthur
Well then maybe that qualifies me as being mashiach.

Arthur said...

Tzig
You would think that as we closer to Rosh Hashono that the haters and nut cases would perhaps put a lid on their inane rantings, but no.First you had Chaim then Charles and now Hyman.Zol der Aibishter zey shicken aleh ah refueh shleimo un untz alemen ahrois shlepen fun dem finstere golus tzum nier yhor.

Arthur said...

Hyman
Definitely.You can now join the guy the guy in the loony bin who thinks he's Napoleon.

Anonymous said...

Chaim=Charles=Hyman

Twistelton-Twistelton said...

Plenty of nut here. Including from the Chabad side!!

snag said...

All nuts away.

אגוז בּגימטריא חטא