Wednesday, February 25, 2009

.......אל תשליכנו לעת זקנה


New York City Republican mayoral candidate Jonah J. Goldstein (C) speaking with orthodox Jewish voters

די פון אייך וועלכע זענען אויפגעוואקסען אין ניו יארק און געהערט די אידישע ראדיא, ווייסען צו זאגען פון די וועכנטליכע און אמאל טעגליכע אפיעלס פאר די פארשידענע מושב זקנים'ס וועלכע האבען זיך געפונען און די אויבענדערמאנטע שטאט במשך פון גאר אסאך יאהר. די פירער פון די אגודת בית אנשי מעמד, אדער "בית תומכי תורה וזקני ישראל" פלעגן זאגען א שטיקל דבר תורה און דערנאך מאכען דעם אפיעל. ערשט פלעגן זיי, אבער, אויסרופען די נעמען פון די גוטהארציגע נדבנים וועלכע האבען זיך אנגערופען ביי די פריערדיגע אפיעלס. "מיסיס שירלי גאלדשטיין פון קווינס אכצען דאלאר, מיסטער ראבערט ווייס פון פייוו טאונס פינף און צוואנציג דאלאר," א.ז.וו.. טראכטנדיג פון די גוטע צייטען מאכט מיר ווארעם אויפ'ן הארצען. אמאל איז די אפיעל געווען פאר די נייעס מיט משה ראזענפעלד, און אמאל ערשט דערנאך. רבי פינחס הירש זינגער איז געווען איינער פון די גוטע בעטער, צווישען אנדערע. פארוואס רעד איך דערפון יעצט? פשוט. די בילד האט מיר דערמאנט פון די בתי אבות, כאטש נישט די סצענעס (פון אידן שפילן קארטען) ווייזען זיי אין זייערע ליטעראטור, און ס'איז צו פארשטיין פארוואס אויך


א ברידזש גיים אין א מושב זקנים, 1938

די אנפירער פון די מוסדות פלעגן אלעמאל רעדן פון די "עלטערע תלמידי חכמים" וועלכע געפינען זיך ביי זיי. זעהט אויס אז פאר די שנאר אקציעס איז געווען בעסער אזוי . רעדן פון אלטע אידענעס און סתם אלטע אידן, פאר זיי צו שנארען, איז, זעהט אויס, נישט אזוי איינגענעם. מיר קומט אויס אז אסאך פון די אידישע מענטשען וואס מ'פלעגט דארפען האבען פאר דע אידישע סינעמע אוןן טעאטער פלעגט מען נעמען פון אט די מושבי זקנים. מ'האט זיי אנגעטוהן טליתים מיט קיטלאך און ס'איז געווען א פארטיגע זאך, מ'האט נישט געדארפט פאטשקענען מיט פאלשע בערד וכדומה. די רחמנות אויף די דאזיגע אידן און אידענעס איז גאר גרויס. ווארשיינלאך זענען די אידן געקומען אין אמעריקע זוכען א שטיקל לעבן און א טראפ מנוחה. די אידן, זעהט אויס, האבען געהאט א ביסל מסירות נפש דא אין די גאלדענע מדינה: געהוטען די אידישע צורה און געהאלטען שבת און כשרות. די קינדער זייערע זענען מסתמא אויפגעוואקסען ווי די פרייע פויגל, אהן א אידישע חינוך, און זענען געווארען ככל הגויים, עכ"פ במראם החחיצוני ובהתנהגותם. וואס טוט אזא איינער וואס ער קומט זיך נישט אויס מיט זיין אלט-מאדישע טאטע און מאמע? שטעלט ער זיי אריין אין אזא מוסד פאר אלטע לייט און לעבט זיך א גוטען טאג אין לאנג איילענד, און קומט איין מאל א יאר וויזיטען די אלטע טאטע מאמע! נו, וואס זאל אזא אלטע איד זיצען און טאן א גאנצען טאג ווען די קאפ זיינער ארבעט שוין נישט? זיצט ער און שפילט "ברידזש" מיט נאך אידען און אידענעס

דער איד איז אפשר יא און אפשר נישט געווען אמאל א תלמיד חכם, ס'קען גאר זיין אז אמאל איז ער געווען פון די חשוב'ע תלמידים אין איינער פון דע גרויסע ישיבות אין פולין צו אין די ליטא. אפשר איז ער אנטלאפען קיין אמעריקא פון די פריזיוו בפקודת רבו, און אפשר איז ער גאר געבוירען אין די גאלדענע מדינה. די ווייטאג ביי אים צו זעהן זיינע קינדער אזוי אויפוואקסען דאהי איז ביי איהם געוועהן אוודאי זייער גרויס. אפשר האט ער זיך גאר געבענקט צוריק צו דער אלטע היים, כאטש וואס דארט וואלט ער געליטען רדיפות, ארימקייט,און נאך ארגערס. די דאזיגע אידן זענען געלאפען זעהן די גדולי ישראל וועלכע פלעדן קומען קיין אמעריקע קלייבען געלט, און מיט זיי האבען זי זיך אביסעלע דערקוויקט די דורשטיגע נשמה. פון זיי איז אויסגעוואקסען רבי שלמה פרייפעלדס און רבי יצחק דוד גראנערס, און פון זיי האבען די ישיבות אין ניו יארקער געגנט געהאט קליענטען אין די ערשטע יאהרען. ס'איז א ווייטאג צו זעהן אז די לעצטע יארען האבען זיי געדארםט פארברענגען אין די מושבי זקנים אהן משפחה און באקאנטע, אפילו אזוי פיל צענדליקע יאהרען שפעטער. וואס האט די אלטע אידעלע געקענט פועל'ן ביי דעם קאנדידאט פאר מעיאר? נו שוין, זאל די אייבערשטער שוין רחמנות האבען אויף אונז אלע און שנעל שיקען משיח'ן



New York City Republican mayoral candidate Johan J. Goldstein (seated 3R) speaking to orthodox Jewish voters.

25 comments:

Anonymous said...

Translation please? I wish I could speak or read yiddish...but alas I cannot.

Hirshel Tzig - הירשל ציג said...

you must be kidding! I worked for several hours on this, do you think I'm gonna translate it now????

evanstonjew said...

Sweet but more than a little misleading. The author as so many yiddish journalists in his day allows his fantasies and projections to run wild. He has no idea what these people's children were like, nor does he have any evidence they were dumped in a nursing home so that their non- frum kids could escape to Long Island. If you are old enough to remember the Anshei Maamid(?), they put out material like this for solicitation purposes, as did many other such institutions.The author is right...these guys could have served as extras on the Second Av. yiddish theater.

The other point I want to mention is that visuals and styles change over time. Deep old age is pretty much invariant. But old age varies from generation to generation.These Jews look older today than they actually were. And the look comes from a stylistic of ziftzen un veinen, this endless krectzen so typical of shtetl life and American Jewish life into the fifties. One can hear this voice of nostalgia and passivity, this idealization of the shtetl and the corresponding depreciation of America as the 'goldena medina' in the little essay you reprinted. In my opinion old Jews today have more self respect and dignity not to speak of much more energy and vitality.

Hirshel Tzig - הירשל ציג said...

אני הקטן am the author.

Abarbanel said...
This comment has been removed by the author.
Anonymous said...

איי איי איי ווי נעמט מען הײַנט די אַמאָליגע יידעלעך

כאַפּט אַ בליק אױף זייער פאַרקנייטשטע שטערן ווי פּאַרמעט פֿון אַן אַלט ספר־תורה דורכגעלעבט פּאַגראַמטשיקעס און כל מיני שלעק, זע נאָר זע זייער לעצטע פּאָר ציינדעלעך - ווי אַלטע מצבות אױפֿן בּױבּעריקן בית-עולם. אַט די פּראָסטע חי וקיים´ס האָבן און מײַנע אױגן דעם זיבעטן חן.

די אַלע מר־ברב־אשי´ס איז ביי מיר שטענדיק געװען אַ דאָרן אין אױג. האָרפּאַשנע תּהלים יידען פֿון אַ גאַנץ יאָר בּאַלעגאָלעס און וואַסער־טרעגער זענען ביי אחינו בני ישראל פֿאַרהאַלטן געוואָרן פֿאַר ל"ו צדיקים. דער כלל איז: װאָס קלענער אַלץ גרעסער, װאָס מיאוסער אלץ שענער: װאָס מער בּור דאורייתא - אַלץ מער נענטער צו גאָט: װי מער פֿאַרגרײַזט אין דקדוק - אַלץ אַ שענערער דאַװענער: װי מער פֿאַרקריפּעלט - אַלץ העכער און העכער

אױ אױ, װי נעמט מען די אַמאָליקע פֿאַרקנייטשטטע שמורה מצהלעך, אָט די פֿאַרקראַכטע נשמהלעך

איננו, נישט דאָ- װי אין װאַסער אַרײַן

evanstonjew said...

Tzig...oh...who knew? Kudos to you.

I hope you wrote this as a parody of the style and the joke's on me.

If sincere maybe I can get you a gig writing A Bintele Brief. I have connections at the Forward.

Abarbanel's maxim (also you?)
װי מער פֿאַרקריפּעלט - אַלץ העכער און העכער
illustrates the issue in a vivid way. I would say being a cripple is not a vice, but it is no great virtue either.

Hirshel Tzig - הירשל ציג said...

Abarbanel is not me.

He's a talent that chooses to remain hidden. For now, at least.

Anonymous said...

Until now it never occurred to me that I didn't know how to refer to "a game of bridge" in Yiddish. Now I know. Thank you, Hirshel!

Hirshel Tzig - הירשל ציג said...

my pleasure, Joe.

Anonymous said...

What year were those photos from and in what area?

Hirshel Tzig - הירשל ציג said...

1945

it seems like the Lower East Side.

Anonymous said...

אברבנל

אז בהלוך ירמיהו ..
דיין שרייבען איז ווי די אשה פון יענער קינה
אפשר קען מען דיך באשווערן אם לשדים את...אדער ווער ביסטו? פון וואו קומט ארויס אזא שרייבער? אפשר זענען דיע לייט מער נישטא, אבער זייער שפראך ,נשמה אין אמת'ע אידישע אייביקייט לעבט ביי דיר
די ביסט דער מקונן אבער מיט דיין קי-בארד קלאפן (דער פעדער פון אונזער צייט)ביסטו אויך די נחמה'עלע פאר א אידישע נשמה'לע

yosef 718

Anonymous said...

Its Jonah J. Goldstein who was a judge in NYC. Judge Goldstein coined the famous quip that American Jews believe in 3 velten in dem velt, yene velt and Roose velt.
These sheine Yidden were lav davka talmide chachomim, but were Observant Jews and pashute Yidden. I recall seeing that Reb Nachman said that there will come aday when finding a pashute Yid will be as difficult as finding a zaddik now (Rav Nachman's day) We are there. Everyone is a massive learner, a zaddik, a gvir, a askan hayadua a chasid if not vasik ve chasid a tafser, a nagid no melamdim everyone is a rosh yeshiva every Hungarian Jew is an eynikel of teh Kuntres hasefaikos or the Shach, (why is it that every Hungarian Jew is adesc of one of the first Achronim (Megale Amukos, Shach, Remo) and almost no Lithuanian jews claims such lineage. Yes there ar no pashute Yidden left.

Anonymous said...

הערשל,
א געלונגענע פאוסט, שיינע בילדער און א גוטע טעמע.

איך האב נישט געוואוסט אז דו האסט אזא גוטע אידיש.

אברבנאל,
דיינע רייד איז צום באלעקן.

מיללער

Hirshel Tzig - הירשל ציג said...

מיללער
אדאנק דיר פאר די ווארעמע ווערטער
כ'בין היינט געווען ביי דיין זייטל, זיך אנגעשריבען, אבער ס'גאר שווער זיך צו באקענען דארט
מ'ווייסט נישט וואר איין און וואו אויס
מ'דארף עס מאכען גרינגער פאר די באנוצער
עכ"פ לדעתי

Anonymous said...

הערשל,
איינמאל איר וועט עס אנהייבן נוצן טוועט איר זיך מחי' זיין דערמיט, איר זענט שוין איינגעשריבען?

דא האב איך געשריבען איבער אייער נייער פאוסט, אגב, דארט איז דא 30 בלעטער מיט הערליכע היסטארישע אידישע בילדער

http://www.yiddishworld.com/forum/index.php?p=202118&rb_v=viewtopic#p202118

Hirshel Tzig - הירשל ציג said...

Miller

כ'האב זיך איינגעשריבען, און די פארום מיט די גוטע בילדער קען איך שוין פון לאנג, אבער יעצט איז כ'האב געוואלט עפעב שרייבען, אנהייבען א נייע טעמע, האב איך נישט געוואוסט וואו איין און וואו אויס

Anonymous said...

[W]hy is it that every Hungarian Jew is adesc of one of the first Achronim (Megale Amukos, Shach, Remo) and almost no Lithuanian jews claims such lineage.

Perhaps you don't know the right ones? My wife's family comes from many Litvishe rabbonim.

Anonymous said...

Abarbanel is great

Anonymous said...

I am a very pashute yid when it comes to yichus (regarding torah umitzvos I would not rate myself so high). As such I have 2 responses when people talk about yichus
1-Ich bin ah einikle fun yaakov
2-(if they get snotty) And *insert acharon here* must be rolling in his grave with descendants like you.

Yichus is way too overrated.

Anonymous said...

Schneur is right, the man's name was Jonah Goldstein, as a google search would confirm.

Vos iz geven di hava amina afilu az a Yid zol hoben dem nomen Johan? Ich bet Hirshel misaken zein dem taus.

Anonymous said...

Yasher keyach Hirshel, ich zei az es iz gefixt gevoren bei dem ersten bild, faran noch ein ort vu men darf es tohn, bei dem caption fun letzten bild, a dank fareys.

P.S. Ihr darft nit 'druken' dem comment far dem gantzen blog eylem, ich vil nit farshemen eymitzer vos hot gemacht a taus (eych ligabei dem frierdiken un andere comments, zolst mir meychel zein).

Hirshel Tzig - הירשל ציג said...

snag
אלץ והייתם נקיים מוז איך אייך זאגען אז די טעות קומט פון וואנעט איך האב גענומען דעם בילד. דארט איז אזוי געשטאנען

Anonymous said...

Okay, sorry about that then. I am surprised that Life magazine made such a bad error.

Anyway, I wish to echo some of the other commenters here. I enjoyed the post, very good, and good topic.

I believe the homes still exist and function, even if you don't hear about them on the radio anymore.

R. Pinchos Zvi Singer z"l of the Beis Taymchei Tayreh veziknei Yisroel was a great darshan, a mechaye to listen to.

The name of the other one was Agudas Anshei maamad ubeis vaad lachachomim and a Rabbi Dr. Gershon Kalman Hakohein Neuman would speak for them.

The Beis Tomchei Torah veziknei Yisroel ('vos gefint zich oif finif un tzvontzig Villet (Willet) street oif der East Side fun NY', in di verter fun Rav Singer) program is the one I remember most clearly.

Yes, the nedovos were read, with a hakdomo -

ואלה יעמדו על הברכה - די פאלגענדע זיינען געבענטשט פון די זקנים רבנים תלמידי חכמים

Rav Singer was introduced and started talking ....
און די זקנים רבנים תלמידי חכמים
דאנקען אייך און בענטשען אייך פאר אייער ברייטהארציגע שטיצע. דא געניסען זיי פון א תורה היים אין די עלטער יאהרען. דא האבען זיי חלב ישראל און גלאט כשר.

געדענק דעם אינצטיטוציע אין אייער צוואה...

Then came his dvar Tayreh, sometimes on the sedreh, sometimes something else, like when he had a series on Tehillim.

And then the closing -

און אין די זכות פון די תורה און צדקה זאל אייך דער אייבישטער בענטשען........א גוטען שבת......

followed by the haunting strains of a hartzige niggun for Yedid nefesh...

חבל על דאבדין.....

I suspect that there may be recordings somewhere of some of these programs.

It's not so long since R. Singer was niftar, maybe his eidem at Seraphic Secret blog can help.