Friday, November 28, 2014
הרב ר' חיים יהושע בן אדמו"ר הרב ר' בנציון הלברשטאם הי"ד איז אוועק פון דער וועלט ביי דער קאמעדיאנט שמעון דזשיגאן אויף די הענט
נישט וואס איך בין אזא בקי [ווי די סאטמורים זאגען אז רבי זאלי ט"ב איז] אין די קאסעטען פון שמעונ'ען, נאר אביסל האב איך געהערט. זאגט נישט אויס פאר מיינע חדר רבי'ס. אין צוויי שטיקלעך - וואס איך ווייס און געדענק - דערמאנט ער דוקא באבאווער רבי און חסידים. מיר איז עס געווען מאדנע: א שטייגער, וואס עפעס באבאוו? שמעון איז א לאדזשער במקור, אויב שוין עפעס זאל ער רעדן פון גער, צי פון אלעקסאנדער. איז, קען מען בדוחק אפשר פארענטפערען מיט א שטיקל ביכל וואס כ'האב געזעהן אין "nor the moon by night,"
וואו עס רעדט זיך פון די פטירה פון הק' רבי חיים יהושע הלברשטאם, זוהן פון אדמו"ר רב"צ הראשון מבאבאוו און פאטער פון ר' יעקב יוסעלע הלברשטאם, וועלכע איז פארשיקט געווארען דורך די רוסען אין לעמבערג קיין סיביר אין יאר 1941 און איז אוועק ביי זיי אין טורמע אין סוף 1944. ובהקדם: כידוע איז דער באבאווער רבי גלייך נאך די דייטשען זענען אריין אין פולין אנטלאפען פון באבאוו און האט אנגעהויבען וואנדערען. ער האט געוואוסט וואס זייער שלעכטע פלאן איז און האט געוואלט וואס ווייטער פון זיי. ער מיט די משפחה האבען מצליח געווען אנצוקומען קיין לעמבערג, וואס האט ביז צום 22טען יוני 1941 באלאנגט פאר די רוסען, וועלכע האבען זיך צוטיילט מיט די דייטשען: אסט פולין פאר די רוסען, און וועסט פולין פאר די דייטשען. אויב געדענק איך גוט איז די משפחה פון ר' חיים יהושע פארכאפט געווארען פון די רוסען ווען די רוסען האבען געזוכט צו זעהן וועלכע פליטים אהן פאפירען פון אנדערע שטעט געפינען זיך אין לעמבערג. סתם רשעות, זעהט אויס. די באבאווער רב אליין, און אזוי אויך רוב פון זיינע קינדער און זייערע משפחות, האט זיך באהאלטען און זענען נישט אנדעקט געווארען. ר' חיים יהושע האט מען יא געכאפט און אים מיט די פרוי און צוויי קינדערלעך האט מען געשיקט קיין סיביר. נאך צווי יאר אומגעפער האט מען באפרייט אלע פוילישע בירגער, און ער מיט די קינדער זענען געפארען קיין קאזאחסטאן, וואו א קבוצה פרומע אידן האבען געוואוינט. ס'איז געווען א שטיקל מנוחה. מ'האט נישט געוואוינט אין קיין געטאס און אוודאי נישט דעפארטירט.
בקש יעקב לישב בשלוה: נאך א קורצע צייט איז געקומען א נייע גזירה פון די קאמוניסטישע רעגירונג, מ'האט געפאדערט אז אלע פולישע בירגער זאלען אוועקווארפען די אנדערע פאספארטען און ווערן רוסישע בירגער, און י"ל אז דערנאך זאלען די וואס קענען קעמפן פאר די רוסען קעגן די דייטשען. ר' חיים יהושע האט בשום אופן נישט געוואלט. טראץ דעם וואס מ'האט געסטראשעט די וואס וועלן נישט פאלגען מיט צוויי יאר טורמע. ער האט געזאגט אז די רוסען זענען געפערליכע חברה און מ'טאר עס נישט טוהן. אנדערע יחידים מעגן אפשר, אבער וויבאלד ער איז באבאווער רב'ס זון וועלו מענטשען זיך אפלערנען פון אים און מיינען אז די געפאר אין וועלכע אידישקייט וועט אריינגיין ווען מ'ווערט א רוסישע בירגער איז אוועק צו מאכען, און אז מ'דארף זיך כאילו נישט מוסר נפש זיין פאר אידישקייט. אין ביכל ברענגען זיי אז א איד, א ליובאוויטשער חסיד מיט'ן נאמען ר' משה קאפלאן, האט אים פראבירט איבער צו רעדן מיט שרעקליכע מעשיות פון אידן אין די רוסישע טורמעס, אבער רח"י האט נישט געוואלט הערן, און האט נישט געפאלגט. באלד דערנאך האט מען אים ארעסטירט. אזוי איז אריבער באלד צוויי יאר פון שווערע צוואנגס ארבעט און מסירות נפש אויף אידישקייט, נישט עסן א.א.וו. די הייליגע טעג האט מען געדאווענט מיט א מנין על אפם ועל חמתם פון די רוסען. צוביסלאך האט זיך זיין האקעלע קערפער אונטערגעבראכען און ער איז געווארען שטערבליך קראנק.
ווי באוואוסט זענען די צוויי קאמידיאנטען שמעון דזשיגאן און ישראל שוכמאכער אויך אריבער צו די רוסישע זייט זיך צו ראטעווען פון די דייטשען. פריער זענען זיי ארומגעפארען און האבען געפראוועט ליצנות, אבער אויך זיי זענען פארשיקט געווארען קיין סיביר. זעהט אויס מ'האט אויף זיי געמסר'ט אז זיי זענען אנטלאפען פון די רויטע ארמיי. שמעון איז געווען אינעם זעלבן ארבעטס לאגער ווי ר' חיים יהושע. ( שוכמאכער קען זיין אויך, נאר ער ווערט נישט דערמאנט אינעם ביכל) אין ביכל ברענגען זיי אז ר' חיים יהושע איז אוועק ביי אים די הענט, און אז א דאנק אים האט די משפחה צוריק באקומען די תפלין וואס זיי האבען אים אהין געשיקט, און האבען געוואוסט צו זאגען פונקטלעך ווען די יארצייט איז. די ווייב און קינדער זענען דאך נישט געווען מיט אין אין טורמע. א חבר מיינער , גאר א געלייענטער מענטש, זאגט מיר אז שמעון ברענגט טאקע אין זיינע זכרונות וועגן דער צדיק'ל וואס איז אוועק ביי אים די הענט. זעהט אויס אהן א נאמען אבער. לע"ע האב איך נאך נישט געטארפען דאס ביכל פון זכרונות. לדעתי זענען די מו"לים פון דיעזען באבאווער ביכל מקיים דעם ענין פון הכרת הטוב דורך דעם וואס זיי ברענגען שמעוןנ'ס נאמען, אהן זאגען אז ער איז דער באקאנטער קאמעדיאנט, כאטש ער האט מסתמא נישט געלייגט קיין ר"ת'ס תפלין און נישט געגעסן פערפל אום שבת................ אבער הכרת הטוב דארף מען האבען. כ'בין זיכער אז ר' חיים יהושע'ס מסירת נפש האט געפועל'ט אויף אידן אין סיביר - און אפשר גאר אויף שמעון און ישראל אויך - און האט זיי געברענגט נענטער צום אייבערשטען. השם ינקום דמו ודם כל הקדושים. תנצב"ה.
Subscribe to:
Post Comments (Atom)
5 comments:
Great story.
Random? Or is there a connection to some current event?
the connection is that I read the book recently! ותו לא מידי
today I went back and read it again and noticed that Tuesday 3 kislev was his 70th yohrtzeit
RYYH tells about the intense עניות ודחקות
of living in Soviet Asia, even before his father went to jail.
His line is " We thought, when come back to Galicia, that we will have maysehs tzi der'tzei'len. Ad'er'vahl, iz nisht geblibben keiner tzi vehm tzi tzi der'tzei'len"
There is an affidavit from Dzigan saying that Rcy died in his hands.
Post a Comment