Thursday, December 16, 2010

מענדל איז אונז אלע מחייב


....מענדל, א בחור'ל אין "קעמפ שמחה" זוכט אידן וואו נאר ער קען

מ'איז פאריאגט און פארפלאגט. די מארגעדזש איז שוין "אווערדו" און מ'זעהט נישט מאין יבא עזרי. די קינדער וואקסן אונטער, ב"ה, און מ'דארף זיי יעדער פאר וואכן אויסשטאפירן פון דאסניי. די חדרים, ישיבות און סעמינארן נעמן דאס לעצטע גראשן. מ' גייט ארויס פרי און מ'קומט צוריק שפעט, און קוים וואס מ'בייסט איבער פאר מ'לייגט זיך. עפענען א ספר קומט אהן שווער, זייער שווער, איז ווי קאן מען בעטן טוהן מיט נאך א אידן? מילא א בחור'ל האט צייט ערב שבת לויפן אין מאנהעטן כאפן אידן און בינדן תפילין, אבער וואס טוט א יונגערמאן וואס האט ניטאמאל דעם פרייטאג און זונטאג דארף ער משלים זיין זיין א טאטע-מאן פאר די גאנצע וואך. בקיצור, ער האט אלעמאל געהאט א תירוץ פארוואס נישט. אבער טאמער האט דער יונגערמאן א תירוץ האט דער מענדל טויזנט מאל אזויפיל. און תירוצים פארוואס נישט אויפצושטיין אינדערפרי.... ווער רעדט נאך פון זיין בשמחה און שמייכלען צו אן אנעדערען, און עאכו"כ טראכטן וועגן יענעמ'ס מצב היהדות! אבער מענדל גיבט נישט אויף ביז ער טרעפט דאס וואס ער דארף: א אידישע קעפל. און דער שמחה דערנאך איז בוקע רקיעים כפשוטו. עס איז משפיע כוחות כפשוטו. זאל דער קל הטוב שיקן א גאנצע רפו"ש צו מענדל'ן בתושח"י תומ"י ממש

ואנן מה נעניה אבתרייהו

3 comments:

Anonymous said...

גוט געזאגט!

cali said...

Very Touching..tears in my eyes

Anonymous said...

nebach