Tuesday, May 15, 2012

מהנעשה מאחורי הפרגוד ביי די "איחוד הקהילות לטוהר המחנה" - באקומען אין אן אי-מייל

אביסל אמת וועגן וואס עס גייט פאר הונטער די קוליסן ביי די הכנות צו כינוס כלל ישראל, ווי ס'פלאקערט אן ערנסטער געפעכט און מאכט געראנגל צווישן די חסידישע עסקנים וועלכע פירן מיט סוקסעס דעם כינוס, און צווישן דעם מייסד פונעם גאנצען געדאנק פונעם כינוס און די מהלכים אויף נאכן כינוס, נחמיה גוטליב. 

ווי באקאנט גייען די הכנות אהן צום כינוס שוין אריבער א יאר צייט, דער געדאנקט איז ארויפגעקומען דורך אן פריש ערשינענם ליטווישער עסקן אויפן האריזאנט ר' נחמיה גוטליב, וועלכע האט איין מטרה, פרנסה קלה ונקיה, און קענען חתונה מאכן די קינדער בריווח אהן קיין עקסטערע עגמת נפש. זיין פלאן איז צו עפענען אן ארגאזאציע אדער קאמפעני, וויאזוי מען וויל עס נאר רופן, וועלכע וועט האבן קאנטראל אויף די טעכנעלאגיע פונעם גאנצען יהדות החרדית, און דער קאמפעני וועט מאכן גרויס געלט, סיי דורכן שנארען פאר אזא הייליגע וויכטיגע ארגאנזאציע, און אויך מיט די צייט דורכן ארויפלייגן א פרייז פארן לייגן פילטערס און פארזיכערן ברוחניות יעדן קאמפיוטער. אבער וויאזוי גייט מען מאכן זיכער אז גאנץ כלל ישראל ווערט אינטערטעניגט אונטער מר. גאטליב? אויף דעם איז גאטליב'ס עצה געקומען, צו מאכן א כינוס אנגיבלעך דורך די גדולי התורה וישראל, און צוזאמרופן אלע שיכטן פונעם יהדות החרדית און דארט כופה זיין עליהם הר כגיגית, אז מען מוז פאלגן וואס דער נייער ארגאנעזאציע פארלאנגט, און אזוי ארום מיט אזא שטארקע יסוד פון דעם מעכטיגן כינוס, וועט ר' נחמיה זיין א חשוב'ער איד, און אויך א שיינער בעל פרנסה. האט אבער פאסירט, אז אויף צו פירן אזא כינוס פעהלט זיך אויס מעכטיגע עסקנים, נישט נאר אז פארהייליגטע גדולי ישראל זאלן עס פארופען, נחמיה קען דאך נישט, און דעראיבער איז במשך חדשים לאנג אלעס געגאנגען מיטן פיטום אראפ, אויף אזוי ווייט אז ביז נאך פסח האט זיך נאך קיין איין קהילה בישראל נישט געהאט צוגעשטעלט צום זייט פונעם כינוס, וועלכע איז געוועהן א שרעקליכער דורכפאל פאר ר' נחמיה און אויך פאר די גדולי ישראל וועלכע זענען פארמישט געווארן דא, און פרובירן נעבעך זייער בעסטע צו טוהן אלעס קעגן דעם נגע הטעכנעלאגיע.

 אין די זעלבע צייט האט ר' נחמיה זיך דערזעהן אין א גרויסער סכנה, וועלכע האט באדראעט זיין גאנצער פלאן פון מאכן גרויס געלט, עטליכע פריוואטע קאמפיוטער טעקנישענס, האבן זיך גענומען צו דער ארבייט, אהן קיין שום שייכות צום גרויסען ערווארטעטן אסיפה, האבן זיי אומר ועושה פארופן אן אווענט אין קארלסבורגער ביהמ"ד, ווי מען קען קומען פילטערן און פארעכטן קאמפיוטערס צו פארמיידן צוטריט צום אינטערנעט, דער אווענט איז געוועהן א ריזיגער סוקסעס, און האט געהאט די שטיצער פון הגאון ר' יחזקאל ראטה און נאך רבנים, און דורכאויס די נאכט האבן צעהן טעקנישענס פאראכן און כשר געמאכט עטליכע הונדרעט קאמפיוטערס. נחמיה איז באלד ווילד געווארן, און באשלאסן צו טוהן אלעס וואס ער קען דאס אפצושטעלן, און טראץ וואס עס איז קלאר געוועהן ביי יעדן, אז אזלעכע אווענטן ווי מען רייניגט די קאמפיוטערס קען ראטעווען הונדרעטער און מעגליך טויזענטער אידן פונעם אינטערנעט, איז עס אבער פאר נחמיה נישט אנגעגאנגען, ווייל זיין איינציגע מטרה איז בלויז ביזנעס, און די זענען אומשטאנד חרוב צו מאכן זיין פרנסה חלילה, און ער האט זיך געשטעלט און די לענג און אין די ברייט, אפצושטעלן די חברה טעקנישענס וועלכע ארבייטן אויף די אייגענע האנט, מיט אלעס סארטן טעראר און לחץ, ביז עס אים געלונגען, און מער האבן זיי אזעלכע אסיפות נישט געמאכט... (די חוצפה איז דאך אין לשער, ווען היינט נעמט נחמיה קרעדיט אויף דעם אסיפה וואס די איינציגסטע שייכות ער האט געהאט דערמיט, איז געוועהן אז ער האט עס סוקסעספול אונטערגעברענגט) ווייטער צוריק צום כינוס כלל ישראל, וועלכע האט אויסגעזעהן צו ווערן א קאטעסראפע און דורכפאלן און ח"ו א בזיון פאר די גדולי ישראל וועלכע זענען אריינגעדרייט געווארן אין דעם, האבן זיי עטליכע וואכן שוין נאך פסח נאכן נישט האבן פארקויפן קיין איין טיקעט, באשלאסן אויפצונעמען א שטאב פון עטליכע עקספירענסד חסידשע עסקנים, וועלכע האבן דעם כינוס ב"ה ארויפגעפירט אויף די רעלסן, און אצינד עטליכע וואכן נאכן אנקומען פון די פרישע עסקנים, איז שוין נישט דא קיין איין פלאץ צו באקומען ביים כינוס...

 וואלט דאך דער נחמיה געדארפט זיין צופרידן, פון די ארבייט וואס די עקספירענסד חסידישע עסקנים האבן אים געמאכט, אבער ניין, פארקערט, נחמיה שפירט זיך גאר שטארק באדרעט פון זיי, נחמיה וועלכע איז אליינס אחראי אויף צו ברענגען דעם ליטווישן ציבור, שטייט בעפאר א גרויסער דורכפאלן, אנדערשט ווי דער חסידישע ציבור, איז דער ליטווישער ציבור זייער זייער קאלט צום מצב, פילע ראשי ישיבות פון די עולם הליטא, שטעלן זיך בכלל נישט צו צום כינוס, צווישן זיי הגאון ר' שמואל קמינצקי און נאך פילע, נחמיה האט אנגעהויבן שפירן אז ער האט פארלוירן דעם מאכט, די חסידים האבן אים צוגענומען דעם פאוער, און סוף פארגאנגאנע וואך האט נחמיה געכאפט אן אטקע, און אנגעהויבן א קאמף על לא דבר מיט די עסקנים בראש פון שלמה אליעזר מייזליש!!! איינס פון די פעלער אויף וואס נחמיה מיט שלמה אליעזר האבן זיך געשלאגן איז געוועהן, ווען נחמיה האט ג'טענה'ט, אז פולע קהילות גייען זיך נישט צושטעלן צו זיין קאמפעני נאכן כינוס, מילא דארף ער זיי נישט, און האט באפוילן אז ער איז נישט אינטרעסירט אז סאטמאר זאל זיך באטייליגן, ווייל נאכן כינוס גייען זיי זיך נישט צושטעלן צו אים, פארשטייט זיך אז שלמה אליעזר מייזליש האט נישט מסכים געוועהן צו זיין טפשות, און דער צייט וואס ער האט אריינגעלייגט בלוט און שווייס צו ברענגען סאטמאר וועט ער נישט לאזן אז דער ליטווישער געלט גייציגער זאל אים אפ'הרג'נען זיין ארבייט. דער צווייטער טייל פון די מלחמה איז געוועהן דער צייטונג 'הצלת הדורות', וועלכע די חסידישע עסקנים האבן ארויסגעגעבן, וועט גאטליב האט באשלאסן אז ער לאזט עס נישט ארויסגעבן, און האט באשלאסן אז ער באצאהלט נישט פאר די קאסטן, טראץ וואס דער צייטונג איז שוין געוועהן ארויס פון דרוק, גאטליב וועלכע זעהט דא אצינד פאר זיך א קאמף אנצוהאלטן זיין בענקל אלץ בעל הבית פונעם כינוס און פונעם ארגאנזאציע וועלכע ער שטעלט אויף וועלכע איז בעצם זיין גאנצע מטרה, און האט זיך געשטעלט און די לענג און אין די ברייט קעגן דעם אויסגאבע, מיט די טענה, אז ער ווערט נישט גענונג דערמאנט דארט... און אז מ'מאכט צו גרויס דעם סקולענער רבי גרעסער ווי דעם משגיח ר' מתתיהו סאלאמאן, נחמיה האט טאקע אויסגעפירט אז די קאמפעניס האבן טאקע נישט ארויסגעשיקט דעם צייטונג, אבער די חסידישע עסקנים האבן עס אליינס פארשפרייט...

 דערווייל גייט אהן נאך שטרייטן, ווען וואס די חסידישע עסקנים זאגן הייסט גוטליב פארקערט נאר זיי צו ווייזן אז ער איז בעל הבית, ווען דאס קלאפט אויס, אויף טיקעטס וואס אנשטאט צו פארן קיין וומסב"ג, זענען זיי אנגעקומען קיין פלעטבוש, און אצינד ווען עס איז שוין נישט דא קיין טיקעטס ווילן די עסקנים פרובירן מטכס עצה צו זיין וויאזוי צו צולייגן זיצן דורך שאטער'ס וכדומה, אבער גוטליב וועלכע איז דער בעל הבית אויף די געלט, וויל נישט בשום אופן, און שעמט זיך נישט צו זאגן קלאר די סיבה דערצו איז ווייל די אלע אידן וואס מיר גייען קענען האבן קאנטראל אויף זיי זענען שוין פון לאנג איינגעשריבן, די אלע שפעט קומערס דארף ער נישט. אויך שלאגן זיי זיך, אבער דעם עקספאו וואס דאס דארף זיין איינס פון די שטארקע שטופעס אויף פאראויס פאר גאטליב'ס ארגאנזאציע, אבער דערווייל גייט עס עפעס נישט ווי געפלאנט, און ער באשולדיגט די חסידישע עסקנים און זיין פארנומען מיטן טפל (דער כינוס) און נאכלאזן דעם עיקר (דער עקספאו פון זיין קאמפעני). אצינד ציילן די עסקנים שוין די טעג ביז קומעדיגן זונטאג נאכן כינוס, ווען זיי וועלן זיך קענען אפטראגן פון דעם דיקטאטורשאפט פון נחמיה גאטליב, און לאזן פירן אליינס זיין ביזנעס, און זעהן ווי ווייט ער גייט אנקומען מיט זיין געלטגייציגקייט...

41 comments:

Anonymous said...

Not to be motzi la'az, but there have been claims that he is also a very "dictatorial" mechanech, & has been known to beat up youngsters viciously. This is not the image of a kindhearted, genuinely concerned individual. It is sad that the Rabonim, Admurim & R"Ys, which even if kavonosom retzuyoh, got sucked into this through him.

--ZIY

danziger said...

I see that the hasho'ro that your "source" for what R'Malkiel supposedly said was the known oicher yisruel,Shoulson, is on the mark.This supposed email "source" sounds also like the said oicher yisruel.
Of course you Tzig and Shoulson are going to be neighbors in the place were tzoiyeh roitachas is daily fare, so be nice to him!

Tomim T said...

Arthur ash stadium added to asifa. an additional 22,000 seats

http://thepartialview.blogspot.com/2012/05/arthur-ash-stadium-added-as-second.html

Hirshel Tzig - הירשל ציג said...

Danziger

how do you "see" that?

Hirshel Tzig - הירשל ציג said...

Shoulson took it from me, by the way. But that's too much for you to understand.

danziger said...

"Shoulson took it from me"

If so,
I guess you are going to be first in line for tzoya rotachas!

Thankfully the machloikess of misnagdim and chasidim is largely over despite attempts by you and the other oicher yisruel.
For shame.

Hirshel Tzig - הירשל ציג said...

sorry, Danzy, no צואה רותחת for me for this "crime"

you know why? because he said it again over Shabbos in Toronto!

Hyman said...

LOL!!!!! Get your tickets TODAY! I promise tomrrow its gonna be more expensive.


http://www.ebay.com/sch/i.html?_nkw=citifield+asifa&_sacat=0&_odkw=citifield&_lncat=0&_osacat=0

sam said...

why are you so scared you they are going to aasser your blog
vos kevetch dich?

LW said...

Naaa. Really?? Can't be. Ch'gleib nisht. Aza tipesh iz er nisht miz zein lchatchileh iz dus a bilbul

Hirshel Tzig - הירשל ציג said...

can't be? he was asked abut his previous comments by a gvir in Toronto, when RMK came to him for money. His response? איך פארשטיי נישט וואס די גרויסע טוממעל איז, אלע ווייסען דאך אז די פריערדיגע רבי איז געווען א "שונא תורה" those were his words. עפרל"פ. The son of that man - who was there in the room at the time - repeated it for all to hear the next day.

LW said...

Lo maamin. Nisht mistaber.

Dave said...

New place
They added a new stadium to the asifa

trader joes said...

you may as well have written this in english, because you know good and well, that your brother scotty, with the help of google transalate and a couple meshumodim will have this up in no time...

munkatch said...

And exactly who is this "source" for the new batch of Lashon Horah? Why would I belive someone who's afraid to write his name? And even if it is true, perhaps as the BOF put it, this is to balance out the "quedshua"

Jerry said...

Update from the inside;
The speakers are
Tzjibo Dayan from Montreal
Skulene Rebbe
Mashgiach
R Efrayim Waxman
One more spot still available

yankel said...

why are you so obsessed with this kinnus?

why are you allowing your blog to become a loshonhora fest?

Lakewoodbalabus said...

Took me 10 minutes - cause I'm a litvak and not a natural in Yiddish - but it's right on the money - only wish you would write it up in English for the rest of us litvaks

citifield said...

"איחוד הקהלות" האט יעצט ענדגילדיג גע'חתמ'ט קאנטראקט אויף א נייע סטאדיום "Arthur-ashe" אין קווינס

וואס איז נעבן "סיטיפיעלד" צו אקאדאמירן דעם ריזן ציבור וואס האט נישט קיין פלאץ אינ'ם יעצטיג'ן "סיטיפיעלד"

tomoshaver said...

Yankel
Is keeping someone on check considered loshan hora???

yankel said...

"Is keeping someone on check considered loshan hora"

Yes.
Unless many conditions have been met.
No problem if a rov versed in loshonhora will put his name down as being matir.

Americane said...

English please??

StamADeyah said...

Trader Joe, I tried this with Google Translate - not intelligible. Now I need to break my mind's teeth on this.
Here's Yisroel "Puff" Besser's 'article' on Gotlieb

http://baltimorejewishlife.com/news/news-detail.php?SECTION_ID=1&ARTICLE_ID=29083

y.m said...

Is keeping someone on check considered loshan hora???


Every bal loshon horeh claims to be keeping people in check

The Bray of Fundie said...

געלט גייציגער

what does this mean?

Munkatch thanks for the honorable mention. i invite you to comment on my post

Z'chisoi yoogain oolainee said...

Its like the Rebbe ZY'O said about the six day war. If it was so successful in such a short time without any hitches, is proof that its 'maaseh sootin'. Period

Hirshel Tzig - הירשל ציג said...

because if G-d did it would take alot more than 6 days, right?

שאלת תם said...

קאפי פון קאווע שטיבל

עטליכע קשיות אויפן ערשטן תגובה:

1) ר' נחמי' האט געזאגט ביי זיין דרשה ביי די אסיפת רבנים אין מאנסי ( מ'קען עס הערן אויפן האטליין) אז אין לעקוואוד עקזיסטירט שוין א אפיס ארויסצוהעלפען בחנם אידן צו לייגן פילטערס אויף אלע מינע כלים, און מ'ארבעט יעצט אויף אזעלכע אפיסעס אין מאנסי און ברוקלין, ווי אזוי שטימט דאס אויב זיין ציל איז צו מאכן ביזנעס פון א אייגענע קאמפאני???

2) די פלאן צו מאכן א עקספאו ביים כינוס, איז געווען אז אלע קאמפאניס וואס שטעלן צו עפעס א מין פילטער זאלן פארשטעלן זייערע אייטעמס, ווי אזוי שטימט עס מיט א אייגענע קאמפאני??

3) לאמיר זאגן אז ס'איז יא דא א פלאן פון א נייע קאמפאני, ווער זאגט אז זיי מיינען ביזנעס?? אפשר מיינען זיי לשם שמים? ר' ישראל משה דירנפעלד האט געהאט א ריזיגע חלק אין די כשר'ע סעלפאונס אין ארץ ישראל, בכלל נישט פאר ביזנעס!

4) ר' מתתי' סאלאמאן האט קלאר געזאגט אז ס'איז געווען זיין איינפאל די כינוס נאכן הערן פון גדולי ארץ ישראל אז דאס איז די עצה.

סך הכל: ס'איז ווי פארשטענדליך דא פארשידענע רייבערייען ביי יעדע גרויסע צוזאמנארבעט פון פארשידענע סארט קהילות, אבער די אויבערשטע תגובה קומט זיכער פון די וואס מ'סיבות שונות פראבירן זיי קאלט צו מאכן דעם ציבור און אונטערברעכן דעם כינוס כלל ישראל.

eech said...

aron taliban announced officially that his ferd shouldnt come, they have no computers at hope and only apples in their pockets

tibi lotzi said...

Z'chisoi yoogain oolainee said...
Its like the Rebbe ZY'O said about the six day war. If it was so successful in such a short time without any hitches, is proof that its 'maaseh sootin'. Period

How long did chof alef kislev take???/

Sruly said...

See this:http://www.thelakewoodscoop.com/news/2012/05/larger-boat-chartered-for-sunday-due-to-overwhelming-demand.html

Dovid said...

If someone can write a decent translation of this post, I will put it on my blog.

eech said...

Mr. Teitlebaum, I was considering commenting on your blog but was very offended by the pritzusdike pictures and videos linked to on your blog from your camp. . .

Dovid said...

So thats why Jnet blocked me!

H P said...

Nothing more than hearsay and L"H.

Posting this says more about the logger than anything else.

Anonymous said...

http://www.collive.com/show_news.rtx?id=20076&alias=were-stronger-than-the-internet

morty said...

It was mamash gevaldig, we got here by a private charted yacht we docked at the airport marina and we walked about a 15 minutes to citi fields, this sight is historic like the siyom hashas

פּדה עמך said...

די היינטיגע אסיפה פון די אַספסוף וואס איז גערופען גיוואר'ן פאר שבועות איז אויפמערקזאם פאר איהר גרעסטען צונעזאם קום פין ספירה בּערד יוד'ן! וואס וועט זיין היינט אויף 'אויסלַאגע' אין וועט פארשניט'ן ווער'ן בעוד שלושת ימים, ווען דער זייפּ'ן בּלאָז וואס דער אזויגעריפענער גט-ליעבּ האט אָנגעבּלוז'ן וועט אויס פּלאצן'ן אין פארשניט'ן ווער'ן בּענעזם מיט אלע ספירה בּערד. דאס פָאראויס צי זאג'ן דארף מען קיין גרויסער חכם אדער שטער'ן זעהר נישט צי זיין

די אלע ליידער פארשטרויכעלטע יודן'ן וואס זענ'ן גיפאל'ן אונם רשת התחתון קומען זיך צונעזאם דארט'ן נישט תשובה צו טוה'ן אין וויינען על עסקי העריות, נאר אדרבּה מתכית עצה זיין וויא אזוי ווייטער אנצוהאלט'ן די כלי משחיתים וואס בלעם הרשע האט נישט גיקענט ערפינד'ן, ווייטער אין טיפער אריין צי גיין אין דעם אמבּטי' רותחות אין זיך נישט אבּריע'ן! אבּער הי' לא תהי', מקע'ן אפי' אַ שרץ מטהר זיין בּק"ן טעמים אבּער ניט דעם רשת התחתון,וואס נָאר שבירתן זו הוא טהרת'ן, אין צי דעם דארף מען נישט קיין אספסוף אסיפות

ווען די ערשטע אזויגערופענע כלל ישראל אסיפה וואס איז גערופּ'ן גיוואר'ן פון 'דייטשע יודן', דעמאלט אויך ליידער מיט די הסכמה פון גדולי ישראל, כדי אריינציפיר'ן די תמימות דיגע ערליכע יוד'ן אין דעם מים שאין להם סוף וואס רופט זיך 'ציונות' דורך גרינדען אן אַ אגודה איז כדי מבלבל צי די מוחות האט די אגודה נאך די אסיפה ארויס גיגעבּן 'רעזעלָוציעס' די ערשטע רעזעלוציע איז גיווען אַז די כנסי' רופט כלל ישראל צי 'לימוד התורה' נָא אוודאי ווער קען דען נישט מסכים זיין מיט דעם! איז אבּער גיווען איינע פון לוחמים אַקעג'ן די אגודה וואס האט פארשטאנ'ן דעם דעמאלטדיג'ן רשת! אין גיזאגט דאס איז שוין שקר! אין פארוואס? ווייל מצות לימוד התורה איז ניט די ערשטע מצוה! בכלל, די היינטיגע אספסוף אסיפה וואס איז פארופּ'ן פין בעל הבתים אזוי וויא דער גט-ליעבּער וואס האט טאקע אַ לאנגע בּארדע אבּער זיינע השקפות אין מסורות אין יודישקייט זענ'ן גאר שוואכע פארשטייט אבּער דוקא יא אז זנות איז אסור בכל אופּן שהוא!

נו אוודאי אזוי! ניט נָאר אַ בר בי רב דחד יומא ווייסט דאס, נאר אפילו אַ גוי וויא בלק אין בלעם ווייסט עס אויך! אבער מיין קלאטץ קשיא אויב אזוי פארוואס אן אַסיפה? אין די צווייטע קשיא 'ולא תתירו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם' שטייט אין איין פסוק! דאס מיינט מינות אין זנות זענ'ן פארבּינד'ן איז פארוואס ווערט נישט גיהערט קיין ווייא גישריי אַז דער רשת איז דער מקור פון אלע דעות נפסדות ביים דעם אזוי גערופענעם כלל ישראל! וויא איז די תקנות צי דעם פּראבּלעם נומער איינס! איז דאס טאקע מותר! בּיי די אַספסופער'ס האבּ'ן זיי טאקע נאר די איינע תאוה! צו וויס'ן זיי מיטאמאל וואס מינות בּאדייט
אז מען בּאדארף נישט קיין אויף קלערונגען אין מיטל'ן דאס צי צוימען וואס די אַלע כשר'ע זייטליך פּרעדיג'ן טאג אין בּיינאכט מיט די הסכמה פון מדשתקי רבּנים שמע מינה דניחי להם! איך מיין אז די ווייטערדיקע ווערטער זענ'ן פּאסיק צו די היינטיגע אסופה

דער טייטש פון דעם ר"ר זרח איידליץ זצ"ל אין זיין ספר אור לישרים, אויפּ'ן חרוז: פּדה עמך מעזים צאנך מיד גוזזים, כי ידוע שהצאן מגדלים צמר ובשביל שיהיה משובח וגדול נותנים להם לאכול מלח. ולאחר שגודל הצמר גוזזים אותו, ושוב נותנים להם לאכול כדי שיגדל שוב. א"כּ אם רוצים הצמר מדוע גוזזים אותו ואם גוזזים מדוע מגדלים אותו שוב?!... כמו"כּ היצה"ר אין לו חיות משל עצמו ויונק תמיד מהקדושה . ובזה מתחייה הסטרא אחרא ר"ל, ובשביל זה 'נותן' היצה"ר לאדם עתים שלומד ומתפלל בחשק רב ועשה מצוות כדי שיאגור חיות גדולה, ואז – מפילו א"כּ יוצא שהאדם הוא המפרנס הכי גדול של היצה"ר! וזה הפּי' פּדה עמך מעזים!, כמו צאנך מד גוזזים

דרש ההוא גלילאה עליה דרב חסדא: כד רגיז רעיא על ענא, עביד לנגדא סמותא

Tibi Lotzi said...

Peda Amcho
" די היינטיגע אסיפה פון די אַספסוף וואס איז גערופען גיוואר'ן פאר שבועות איז אויפמערקזאם פאר איהר גרעסטען צונעזאם קום פין ספירה בּערד יוד'ן! וואס וועט זיין היינט אויף 'אויסלַאגע' אין וועט פארשניט'ן ווער'ן בעוד שלושת ימים, ווען דער זייפּ'ן בּלאָז וואס דער אזויגעריפענער גט-ליעבּ האט אָנגעבּלוז'ן וועט אויס פּלאצן'ן אין פארשניט'ן ווער'ן בּענעזם מיט אלע ספירה בּערד. דאס פָאראויס צי זאג'ן דארף מען קיין גרויסער חכם אדער שטער'ן זעהר נישט צי זיין"
I think that holy tielung was made with majority jews with Kometz Burd....
You are making fun of the teshuva in CS that a beard is needed outside of Eretz Yisroel, the CS closest cofidant Reb Ber Frank had no beard...

46 ספירה said...

Tibi Lotzi: "You are making fun ---"

I'm so sorry you got offended I hope it wasn't 'personnally' and you where just concerned for the masses, But my intentions was actually good certainly not to make fun!

1) I was trying to alert the frum yiden who didn't go there, that if they would of attend with their שער מאשינדלע'ך they good of make a good living before yom tov by giving them all a good needed 'hair cut' and shave...

2) And by collecting all their clippings from frum heimishe beards the boro parker yidenes could have a source for their shitlech hair, and wouldn't need to resort to indian hair cuttings which are collected in the name of an avodah zorah!

3) Atleast something good and usefool would of come out from the citifield כינוס or קינות

4) note: "the CS closest cofidant Reb Ber Frank had no beard" neither did my baba! the closest confidant to my zeida.. so what?

Tibi Lotzi said...

Sefira 46
"4) note: "the CS closest cofidant Reb Ber Frank had no beard" neither did my baba! the closest confidant to my zeida.. so what?"
I am only out to prove that your hate vision has no relation to the CS, it was concocted on Bedford corner Clymmer